בלאט 1 פון 1

ווערטער געפעכט צווישן סאטמאר רז"ל און רבי מענדל בן מהר"א

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2020 7:42 pm
דורך חתם סופר
היינט ביי א מיטינג וועגן די גזירות החינוך האט הגה"צ ר' מענדעל טייטלבוים מסאטמאר וויליאמסבורג זיך בארימט מיט די צוגאנג פון זיין טאטע מהר"א מסאטמאר צו זאגן פאר די רעגירונג אז אונז גיימער זיך גארנישט רירן וועגן עדיוקעישן.

נאכדעם וואס ער האט גערעדט א שטיק צייט האט רז''ל מסאטמאר זיך אנגערופן אז יעצט קען מען נישט זאגן אז מ'גייט גארנישט טוהן ווען די עיקר פראבלעם איז יעצט די פעלדער געזעץ וואס מהר''א האט דעמאלטס איינגעפירט.

מהרז''ל האט אויך די ערשטע מאל אויפגעדעקט אז שוין דעמאלטס איז ער געוועהן קעגן די פעלדער געזעץ נאר ער האט זיך נישט געוואלט אנרופן ווייל מ'וואלט געזאגט אז ער מיינט פאליטיק.