בלאט 2 פון 5

Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:46 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
עמעזאן האט געשריבן:אין סאטמר מהר"יי איז דאס (כאילו) די רבי אליינס איז נסתלק געווארן די הערכה צו עם איז גרעסער ווי צום רבין, איך האט אז דאס איז א שיינקייט אין אמת'דיג

זעה די בילד ווי די פרוכת פון די ארון הקודש אין ראדני איז אראפגענומען.
בכלל נישט שיינקייט און אמתדי׳ג

וועל מיר מסביר זיין שפעטערש נישט לפני מטתו פון אותו גאון וצדיק זצ"ל
ד"א אבל יחיד אעשה, להבחל"ח געהאט אסאך שייכות מיט דעם צדיק אמת זצ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:47 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:אין סאטמר מהר"יי איז דאס (כאילו) די רבי אליינס איז נסתלק געווארן די הערכה צו עם איז גרעסער ווי צום רבין, איך האט אז דאס איז א שיינקייט אין אמת'דיג

זעה די בילד ווי די פרוכת פון די ארון הקודש אין ראדני איז אראפגענומען.

יא זייער א גרויסע פארלוסט פאר די זל פארטיי
נוצן זיין נאמען איז געווען א שטארקע זאך פאר זיי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:48 pm
דורך גאנצל
חתם סופר האט געשריבן:וואס האט ר' אהרן געזאגט שלעכט? ער האט געמיינט צו זאגן אז אפילו מ'האט געהאט חילוקי דעות דארף מען נאך אלץ וויסן אז ער איז געווען אגדול בישראל

גערעכט

אויב אמת איז שווער אויף ר' אהרן בעלזע רב איז דאך געווען א וועלטס רבי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:50 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

ווען האט הגאון דער קרית יואלער דיין געלערנט ביים ווימ"ס דיין ז"ל ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:52 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:מהר"א ביים לוויה

קומט ארויף זכרונות ביי די הכתרה פון האדמור שליט"א ווען ער איז נתמנה געווארן דורך אביו רבינו זצ"ל צו דינען אלס מרא דאתרא אין קרית יואל

ווי דער ווימ"ס דיין ז"ל האט זייער שיין גערעדט פון תלמידו יבדל לחי"ט האדמו"ר שליט"א בפרט פון יענע זיסע יארן ווען האדמו"ר האט געלערנט ביים דיין זצ"ל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:53 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:סאטמער רבי מהר"יי יעצט מספיד בבכיות עצומות שלא כדרכו

וואס הייסט שלא כדרכו ?

וואס איז דרכו ?

Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:57 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
מנחם ציון האט געשריבן:ווי שטיל און איידל ער איז געווען האט ער א גאר שטורעמישער לעבן
געלערנט אין ביהמ"ד עליון
געארבעט אין פאסט אפיס
נתמנה געווארן אלץ דיין דורך דער סאטמאר רבי ז"ל
געלאפן פאר גאב"ד ירושלים
געווען דער פנים פון די מערכה קעגן די עירוב
פארגעלערנט ש"ס בעיון לענגאויס א צייט אפשניט פון 37 יאר!
געדינט אלס בעל תפילה אין קהלת מהרז"ל
און אוועק און דעם יום המר והנמהר ( :roll: :? ) כ"א כסלו
נאך פאסט אפיס איז ער געווען יארן לאנג ראש ישיבה אין דעמאלסדיגע סיגעטע ישיבה, ווי אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען זיין תלמיד מובהק ווי דער נפטר זצ"ל האט פארציילט ברבים ביי די הכתרה אלס קר"י רב

זיין דיינות איז געקומען מיט פראטעקציע, סיגעטער רב האט פארשפארט די ישיבה און געבעטן מ׳ זאל אים אויפנעמען, זיין שווער הרה"ח ר׳ אהרן ט"ב ז"ל איז געווען פון די פני אין סאטמאר און אויך געשתדל"ט פאר אים
מ׳ האט דאן אויפגענומען אויך א סגן דיין ר׳ געציל בערקאוויטש שליט"א, אבער נאך א יאר צוויי האט אים רביה"ק פערזענליך אויסגעקליבן אלס דיין אין קר"י (איינציגסטע דיין וואס איז געווען דעם רבינ׳ס הצעה, צו די אנדערע האט ער מסכים געווען)
און ער איז געבליבן אליין דיין און עס האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט ב"ה, ער איז געווען א מוראדיגע עסעט פאר די קהלה, חוץ זיין גדלות בתורה ובהוראה איז זיין צדקות און תמימות געווען אויסערגעווענליך
א גרויסע אבידה, מי יתן לנו תמורתו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:58 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
גאנצל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

ווען האט הגאון דער קרית יואלער דיין געלערנט ביים ווימ"ס דיין ז"ל ?
זיי האבן אינאיינעם געפרעקטיסט דיינות אין די ערשטע יארן ווי איך האב שוין געשריבן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:59 pm
דורך מפיל קינד
עמעזאן האט געשריבן:סאטמער רבי מהר"יי יעצט מספיד בבכיות עצומות שלא כדרכו

דו האסט אים שוין לאנג נישט געהערט. די לעצטע פאר יאר האט ער זיך שוין אויסגעלערנט פון זיין ברודער זיך צו מאכן וויינען, און די זעלבע טרערן זעט מען ביי יעדע ספעציעלע לויה.

וואס איך געדענק, די גלויבער פארפאלק לויה און הב' דייטש פון דזשערזי סיטי, ועוד.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:00 pm
דורך מפיל קינד
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מ׳ האט דאן אויפגענומען אויך א סגן דיין ר׳ געציל בערקאוויטש שליט"א, אבער נאך א יאר צוויי האט אים רביה"ק פערזענליך אויסגעקליבן אלס דיין אין קר"י (איינציגסטע דיין וואס איז געווען דעם רבינ׳ס הצעה, צו די אנדערע האט ער מסכים געווען)

די חברה זענען געוואלדיג :lol:

Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:03 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
גאנצל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:מהר"א ביים לוויה

קומט ארויף זכרונות ביי די הכתרה פון האדמור שליט"א ווען ער איז נתמנה געווארן דורך אביו רבינו זצ"ל צו דינען אלס מרא דאתרא אין קרית יואל

ווי דער ווימ"ס דיין ז"ל האט זייער שיין גערעדט פון תלמידו יבדל לחי"ט האדמו"ר שליט"א בפרט פון יענע זיסע יארן ווען האדמו"ר האט געלערנט ביים דיין זצ"ל
איך האב די רעקארדינג, קען עס נישט ארויף לייגן

עני העלפ?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 6:01 pm
דורך מהיכי תיתי
ברוך דיין האמת. שר וגדול נפל בישראל.

ווי די מנהג בימינו אלה איז אזא דמות הוד ווי הגריח"מ זצ"ל פארוואנדלט געווארן אין א פאליטישע פיגור. סיי אינערהאלב סאטמאר ביי די מערכות צווישן די אחים הקדושים שליט"א און סיי זייענדיג אן אנגעזעהענער רב אין שטאט האט מען איהם פארוואגלט אינעם שטעקן אויף מערכות ווצ"ב די עירוב.

זיין ידידות מיט הגר"פ הערשקאוויטש זצ"ל איז מפורסם, און ווי באקאנט איז געווען א גרויסע מערכה אינעם חצר פונעם ראב"ד בנוגע זיך משתתף זיין און מעגליך מספיד זיין ר פישעלע ביי זיין לוייה.

ויש דורשין לגנאי. מיט א הנחה קדומה אז דו ביזט א חסיד פון האדמו"ר מהר"א שליט"א.

און פאר די חסידי האדמו"ר מהרז"ל שליט"א וואס 'פארשטייען נישט' ווי מען קען רעדן קעגן אזא גדול ווי ריח"מ זצ"ל, פוק חזי וויאזוי מען באציעט זיך ביי ענק צו אזאנע גדולים ווי ר' פישעלע זצ"ל פון וועם די ראב"ד אין געווען א תלמיד חבר.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 6:04 pm
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

יא ר' געציל האט מספיד געווען ביים בית החיים החדש קהילת מהר"יי

Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 7:02 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
עמעזאן האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

יא ר' געציל האט מספיד געווען ביים בית החיים החדש קהילת מהר"יי
פארוואס נישט ביים ביהמ"ד?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 7:36 pm
דורך [NAMELESS]
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

יא ר' געציל האט מספיד געווען ביים בית החיים החדש קהילת מהר"יי
פארוואס נישט ביים ביהמ"ד?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך ווייס נישט, מן הסתם איז ער דעמאלטס אנגעקומען, אייגענטלעך וואס איז די חילוק?

Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 8:41 pm

סתם געפרעגט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 8:56 pm
דורך טמיר
זייער חשוב געווען אבער נישט ציגעקומען לקרסולי רגליו פון רבו/חבירו רבי פישעל הערשקאוויטש. דער עיקר איז צי באלאנגען צי די ריכטיגע פארטיי

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
טמיר האט געשריבן:זייער חשוב געווען אבער נישט ציגעקומען לקרסולי רגליו פון רבו/חבירו רבי פישעל הערשקאוויטש. דער עיקר איז צי באלאנגען צי די ריכטיגע פארטיי

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

וואו ממש אזוי? לקרסולי רגליו?

און וואס פונקט טוט דאס אין די אשכול? ווען דו שרייבסט דאס אין אן אנדערע אשכול מילא אבער ממש דא עמו בבית?? און נאך אין די ערשטע 12 שעה פון די פטורה?

פעך... א גרויל...

ווען עס איז ווען באזירט אויף פאקטן אינטערגעשטיצט מיט פראוו נאכאלס אן עקל עס טראגט פארט א פנים... אבער סתם געשאסן א סטעטמענט? ווי נידעריג דארף מען האלטן?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:27 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
די הגדרה איז ליידער אן עקסטרעמע גוזמא, און א געפערליכע זלזול בשעה שמתו מוטל לפניו.

אבער די פאקט און געדאנק איז ריין אמת.

ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:35 pm
דורך אמת וצדק
המלוכה והממשלה האט געשריבן:בד''ה
איך ווייס ער איז געוועהן גאר א חשובע מענשט.
סתם נייגעריג איז דא עפעס ערענסטע תשובות אדער פסקים וואס ער האט געשריבען. אדער עפעס א ספר?
כ׳האב אמאל געזען ווי ער שרייבט אין זיין הסכמה אויף איינע פון די ספרים פון זיין תלמיד הרב ברוך ווייס שליט״א, אז באמת וואלט ער אויך געדארפט אפשרייבען זיינע חידושים, נאר ער איז זיך ״מתעצל״ אין דעם .

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די הגדרה איז ליידער אן עקסטרעמע גוזמא, און א געפערליכע זלזול בשעה שמתו מוטל לפניו.

אבער די פאקט און געדאנק איז ריין אמת.

און ר' פישעלע איז אויך נישט געווען די גרעסטע ת"ח אין די דור נא במילא?? עס איז א קטנות צו שיסן סטעיטמענטס ווען עס קומט בכלל נישט אריין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:40 pm
דורך berlbalaguleh
טמיר: דו האסט זיי ביידע פארהערט..? און מחליט געווען ווער ס'איז א גרעסערער גאון. ר"פ אדער ריחמ"פ...לאל...!

Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:26 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
לויט ווי מיר האבן געקענט איז ער נישט געווען דער שארפער קאפ צו שרייבן תשובות מבין דבר מתוך דבר
אבער א מתמיד עצום און א גוטער לערנער, זיין גמרא שיעור איז געווען זייער אויפגעכאפט
און א מורה הוראה מובהק וואס א גרויסער חלק איז געקומען פון זיין עקספיריענס אלס דיין פון די גרעסטע יודישע קהלה
און איבער אלעם א ירא שמים ועובד ד׳ א אמתער ערליכער יוד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk