בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 3:34 pm
דורך תרמב
גערעכט, אבער מ’האט דאך עס אנגעהויבן צו געבן אפאר טעג צוריק, געב עס א שטיק צייט, נישט דווקא צוואנציג יאר, אבער עפעס צייט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:37 pm
דורך היכי דמי
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:49 am
דורך בן ישי
הרב אמנון יצחק
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 am
דורך [NAMELESS]
.
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:18 am
דורך גראף
אזוי ווי עס הייסט יעצט גייט די המון עם מוזן ווארטן סיי ווי. מען געט אויף דערווייל די וואקסין קודם פאר עלטערע מיט שפיטאל סטעף און פאליטישענס וכו'. ביז דעמאלסט גייט מען זען אויב די פרעש אין די זומפ פון וואשינגטאן די סי (קרעדיט קאך לעפעל) וועלן זיך אויסשטרעקן אדער ווייטער אן גיין מיט זייער געמיינע שטיק.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:59 am
דורך קאך_לעפל
כ'האב עכט געוואלט נעמען די וואקסין. זאגאר ווי נאר כ'האב געהערט אז די גרעסטע רשענטע אין אמעריקע, נעסטי פעלאוסי, האט עס גענומען, גלייב איך מער נישט דעראינען... און איך פלאן עס נישט צונעמען.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 11:20 am
דורך yn.NY
חתם סופר האט געשריבן:.
WOW! ענדליך עטליכע רבנים וואס טראכטן מיט קלארע קעפ. נישט יעדע זאך איז אן "איסור", און נישט יעדע זאך וואס די שטאט-טאטעס טוען מיינט מען מיט דעם אפצושמד'ן כלל ישראל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 11:45 am
דורך פארווע חסיד
זייער א שיינע צעטעל... איין זאך פארשטיי איך נישט צו וואס א וואקסין אויב נישטא קיין וויירויס ?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 11:47 am
דורך מפיל קינד
די קול קורא איז באגריסנד, ווען נישט וואס דאס קומט פון די ראשי המוסדות וואס זוכן אוועקצוקלאפן די אנטי וואקסין סעקטע וואס מאכט קאפ-וויי פאר די מוסדות.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 1:12 pm
דורך גבור חיל
חתם סופר האט געשריבן:.
ער שרייט אז די בריוו איז פאלטש...
IMG_20201221_131120_840.jpg
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 2:53 pm
דורך תרמב
די גאנצע קול קורא מאכט נישט קיין סענס, די סגנון, די שנעלקייט וואס ס’איז ארויסגעקומען, און די עצם געדאנק לייגן זיך נישט אויפן שכל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:06 pm
דורך אישתישבי
תרמב האט געשריבן:די גאנצע קול קורא מאכט נישט קיין סענס, די סגנון, די שנעלקייט וואס ס’איז ארויסגעקומען, און די עצם געדאנק לייגן זיך נישט אויפן שכל.
עס מאכט נישט קיין סענס פאר אן אנדערע סיבה.
נישטא קיין קול קורא וואס אינוואלווד נישט געלט פאר איינעם.
ועוד,
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:30 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
אישתישבי האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:די גאנצע קול קורא מאכט נישט קיין סענס, די סגנון, די שנעלקייט וואס ס’איז ארויסגעקומען, און די עצם געדאנק לייגן זיך נישט אויפן שכל.
עס מאכט נישט קיין סענס פאר אן אנדערע סיבה.
נישטא קיין קול קורא וואס אינוואלווד נישט געלט פאר איינעם.
ועוד,
שמואל ניימאן, נחום, ליפא שמעלצער קול קוראס האבן איינעם רייכער געמאכט?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 8:42 pm
דורך תרמב
סהאט זיי אלע גרעסער געמאכט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 8:48 pm
דורך היכי דמי
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:די גאנצע קול קורא מאכט נישט קיין סענס, די סגנון, די שנעלקייט וואס ס’איז ארויסגעקומען, און די עצם געדאנק לייגן זיך נישט אויפן שכל.
עס מאכט נישט קיין סענס פאר אן אנדערע סיבה.
נישטא קיין קול קורא וואס אינוואלווד נישט געלט פאר איינעם.
ועוד,
שמואל ניימאן, נחום, ליפא שמעלצער קול קוראס האבן איינעם רייכער געמאכט?
דארט איז עס א צווייטענס געלט וועם זיי האבן נישט פארגינט...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 10:32 am
דורך [NAMELESS]
.
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 11:33 pm
דורך פאליטיקאנט
קאך_לעפל האט געשריבן:כ'האב עכט געוואלט נעמען די וואקסין. זאגאר ווי נאר כ'האב געהערט אז די גרעסטע רשענטע אין אמעריקע, נעסטי פעלאוסי, האט עס גענומען, גלייב איך מער נישט דעראינען... און איך פלאן עס נישט צונעמען.
פארוואס האט איר עס געפלאנט צו נעמען? וואס טוישט זיך יעצט אז זי האט עס גענומען?
אז זי טוט מארגן אן תפילין וועסטו אויפהערן?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:06 pm
דורך ונבנתה העיר
נישט אז כ'האב מיר געזוכט פונקט יעצט אויפצושטיין פון מיין בערן שלאף, און נאך אזוי ערב ניטל. סמכתי דעתי אז אין שטיבל וועט מען אודאי מוחה זיין, ובמקום שאין איש ביניך אויך פריש.
כ'האב גראדע געהאט א רושם אז דער סאסוב'ער רבי איז א שטיקל בר דעת, וטעות לעולם חוזר. כ'וועל זיך ניטאמאל בייזערן אויף זיין היפאקריטיע אז דער וואקסין טאר מען נישט נעמען ווייל לדבריו איז עס נישט בדוק ומנוסה, אבער די דאקטורים וועלכע ווילן נישט געבן זיינע "טראפן", זענען רוצחים.
אויף וואס וועל איך מיך יא כעס'ן, פרעגט איר? פון וואנעט נעמט א שיינער איד די העזה צו זאגן, און איבערזאגן, ברבים א שקר גס? דער וואקסין האט
בפירוש 'נישט' קיין לעבעדיגע וויירוס אין זיך.
ע"פ דעם אלטן כלל אז מ'חזר'ט איבער א ליגנט גענוג לאנג גלייבט מען עס, בין איך יעצט מחדש אז מ'זאגט א ליגנט מיט גענוג קאנפידענס, גלייבט מען עס אויך.
כאפט א בליק.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Qbs_NOT4_S8[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 7:44 pm
דורך הוגה
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז מ'חזר'ט איבער א ליגנט גענוג לאנג גלייבט מען עס, בין איך יעצט מחדש אז מ'זאגט א ליגנט מיט גענוג קאנפידענס, גלייבט מען עס אויך.
האסט געזעהן איינעם גלייבן?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:27 pm
דורך אישתישבי
יעצט קומט ער צוגיין מיט זיינע טראפען, ווי איז ער געווען אדר און ניסן ווען דער עולם איז געשטארבן אין גרויסן. און פארוואס זאגט ער נישט וויאזוי ער מאכט די טראפען? אין קען נישט אליין?
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:37 pm
דורך פאליטיקאנט
בלויז אביסל ציטאטן פון די געוואלדיגע חכמה פונעם רבי'ן:
"זיי [די דאקטוירים] זענען מתיוונים און יוונים.... אונז האמער חכמי ישראל, חכמי התורה און אויף פיקוח נפש זאכן [דארף מען זיי פרעגן], מ'קען נישט מאכן קיין קול קורא פון עפעס אן עסקן וואס האט געזאגט אין נאמען פון גדולי ישראל"
-אהא, מ'דארף פרעגן גדולי ישראל, אבער נישט גלייבן די גדולי ישראל ווען זיי מאכן עפעס א קול קורא לטובת די וואקסין...
"איך 'אליין' בין געווען ביי רב אלישיב תש"מ און ער האט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט נעמען א וואקסין וואס איז בלויז אויפ'ן מארקעט פאר צוויי יאר."
-עהעם און פארוואס האט ער נישט מפרסם געווען זיין פסק?
"ס'דא א גדול וואס לאזט נישט מאכן קיין קיצור קיבה ( sleeve / band) ווייל מן יאמר דו מעגסט משנה זיין דיין גוף וואס די אייבערשטער האט דיר געגעבן?"
-פיין, איך גיי נישט אריינגיין צו יענע גדול'ס טענה איז גערעכט, אבער וואס האט דאס מיט'ן וואקסין? צו מען מעג מקדים זיין רפואה למכה (און נישט בלויז ורפא ירפא נאכן ווערן קראנק) האבן שוין גדולים
דן געווען צוויי הונדערט יאר צוריק. ועוד לגבי אנדערע וואקסינען איז ער דאך נישט דערקעגן (עכ"פ קיינמאל נישט ארויס דערקעגן)?....
"די וואקסין וואס איז אויפגעקומען דורך דייטשע רוצחים מיט אמעריקאנע מערדערס + די בעל הבית פון דעם איז א גוי א טערק"
-זאג פאר ליידענדע פון יענע מחלה ראט איר אויך נישט צו נעמען קימא טעראפיע ווייל א גוי / טערק / דייטש / אמעריקאנע מערדער / איז אויפגעקומען דערמיט?
אויך דערציילט אנהייב פון א 'גרויסע עושר' וואס האט גענומען זיינע טראפן, ווייל כידוע מאכט עס זיין טענה סך שטערקער אויב אן עושר האט עס גענומען און ס'האט געהאלפן....
איין זאך יא, ער האט באמת א שיינע זילבערנע בעכער.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:13 pm
דורך הוגה
[justify]
ונבנתה העיר האט געשריבן:.... די דאקטורים וועלכע ווילן נישט געבן זיינע "טראפן", זענען רוצחים.
.... דער וואקסין האט
בפירוש 'נישט' קיין לעבעדיגע וויירוס אין זיך.
כ'האב דאך א געוואלדיגע סאלושען פארן סאסוב'ער. אנשטאט ראטעווען טויזנטער אידישע לעבנס דורכ'ן הייסן נישט נעמען די וואקסין, קען ער דאך פשוט זאגן אז מ'זאל נעמען זיינע ווינדערליכע טראפן אינאיינעם מיט די וואקסין.
איינער זאל אים דאס אריינשוקן אין אישי.
.[/justify]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:29 am
דורך בן ישי
.