בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 4:30 pm
דורך תרמב
ס’איז געווען געמאלדן אז אגודת ישראל און מונקאטשע רבי אינדארסן עריק אדאמס, און איך שטעל מיך פאר אז משה דוד נידערמאן וועט אים אויך אינדארסן, אלץ הכרת הטוב פארן איינקויפן ביכער אין אייכלערס, און העלפן פארטיילן די חלוקה פון די באקסעס אלע יארן פאר פסח דורך יו זשעי או.

נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 10:25 pm
דורך Lesser
יענג האט היינט פעסטגעשטעלט זיין פולן סימפאטאציע פאר מדינת ישראל אין שטארק פארדאמט די ראקעטן פון די חאמאס טעראריסטען.

פארשטייט זיך האט עריק עדעמס (וועם איך וועל שטימען פאר) האט אויך געוויזן זיין שטיצע פאר ארץ ישראל.

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 10:53 pm
דורך פאליטיקאנט
עריק עדעמס האט פארמעקט זיין טוויט ווי ער דריקט אויס שטיצע פאר מדינות ישראל.
יענג נישט.

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 12:35 am
דורך אלע צוזאמען
מה ענין מדינות ישראל אצל ניו יארק סיטי מעיאר?
מדינות ישראל פארטרעט נישט כלל ישראל, עכ''פ נישט מיך, געוויס גיי איך שטימען פאר דער וואס איז ווייניגער אנטיסעמיט, אבער זיין אקעגן מדינות ישראל אויף אישוס מיינט נישט אז מען איז אטאמאטיש אן אנטיסעמיט.

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 12:48 am
דורך תרמב
זעהט אויס אז אין ניו יורק איז דא אסאך ציונים, וואס זיי ווילן באקומען זייער וואוט.

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 12:57 am
דורך פאליטיקאנט
יא יא, אזוי האב איך אויך געמיינט.
אבער ווייל די ברייטע וועלט קוקט יא אן מדינות ישראל אלס אידן פארטרעטער, אריינגערעכנט די פרומע אידן. איז איינער וואס איז 'קעגן' מדינות ישראל ווען רוב מעסיגע זענען פרו (ער קען בלייבן שטיל), יא אן אנטיסעמיט. עס קען נאר נעמען צייט ביז מען געפונט אויס, אבער ברור אז א אידן פריינט קען ער נישט זיין.
צא ובדוק.

עס איז כמעט נישטא א קאנפליקט אין וואס דו קענסט "באשולדיגן" 'נאר' מדינות ישראל, דו מוזט זיך נישט אננעמען, אבער ווען א לאנד ווערט אטאקירט מיט טעראר און איינער איגנארירט דאס און פאקוסירט נאר אויף די אנדערע זייט, אזא איינער האט קלאר אן אגענדע.


יעצט צו אונזער מעיאר וואלן, אויב האט עדעמס פארשטאנען אז עס איז ריכטיג - בעסער געזאגט; עם לוינט זיך פאליטיש - זיך אנצונעמען פאר מדינות ישראל (און אונז געפעלן), און דאן צוריקגעצויגן פון גרויס דרוק.
וואס מיינסטו גייט זיין אנדערש אלס מעיאר און ווען עס רעדט זיך מיט א היימישע נושא למשל מציצה בפה? ער וועט זיך די זעלבע בייגן פאר אנדערע כוחות אויף אונזער חשבון (אויב וועט זיך עם עס לוינען).
נישט אז יענג האט זיך עפעס אויפגעוויזן מיט דעם, קען זיין ער בייגט זיך נישט פונעם דרוק פשוט ווייל עס לוינט עם מער אונזער קאמיוניטי, אבער עדעמס האט זיכער דורכגעפאלן.

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 1:30 am
דורך אלע צוזאמען
יעדע אנטיסעמיט איז אנטי מדינות ישראל, אבער נישט יעדער וואס איז אנטי מדינות ישראל איז אן אנטיסעמיט, און לגבי דיין צווייטע פונקט, בין איך מיט דיר %100, איינער וואס ברעכט זיך צו פרעשור, אויף סיי וועלכע נושא, איז עס א גרויסע מינוס ביי זיין נאמען, און ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער.

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 2:19 am
דורך עובדיה
פאליטיקאנט האט געשריבן:עריק עדעמס האט פארמעקט זיין טוויט ווי ער דריקט אויס שטיצע פאר מדינות ישראל.
יענג נישט.

איך זע זיין טוויט איז נאך דא.

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 7:23 am
דורך שארפןקאפ
עובדיה האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:עריק עדעמס האט פארמעקט זיין טוויט ווי ער דריקט אויס שטיצע פאר מדינות ישראל.
יענג נישט.

איך זע זיין טוויט איז נאך דא.
נאכדעם האט ער עס צריגלייגט מיטן אויסרייד עס האט געהאט א טייפא

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 7:50 am
דורך א חסיד פון ווילנא
אלע צוזאמען האט געשריבן:יעדע אנטיסעמיט איז אנטי מדינות ישראל, אבער נישט יעדער וואס איז אנטי מדינות ישראל איז אן אנטיסעמיט, און לגבי דיין צווייטע פונקט, בין איך מיט דיר %100, איינער וואס ברעכט זיך צו פרעשור, אויף סיי וועלכע נושא, איז עס א גרויסע מינוס ביי זיין נאמען, און ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער.
בשם הרה"ק מסאטמאר זצ"ל איז באקאנט אז ער האט געזאגט אז א גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל איז א אנטעסעמיט ווייל זיין איז ננישט מטעמיה נאר ווייל ער האט פיינט יודן
אבער אויב האט ער גאר שטארק ליב די מדינה (א שטייגער ווי ניקסאן) איז אויך א שלעכטע סימן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 9:38 am
דורך [NAMELESS]
ywn קימט אריין שארף אקעגן יענג, בינעך נאר נייגעריג צי דאס איז באצאלט פין די עדעמ'ס קאמפיין אדער דאס טיען זיי אלס חלק פין זייערע אפענע אגענדע אקעגן חסידישע יודן,

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 9:46 am
דורך קורקלענד
YWN איז פון די דעיוויד גרינפעלד חדר..... זעהט אויס אז פאר מעט קאנסיל איז יענג נישט אזוי גוט......

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 3:33 pm
דורך גאלד
סאטמאר - ארונים האבן היינט ענדארסט עריק עדעמס.

דאס מיינט נאר איין זאך,

אז וומ"ב גייט יעצט האבן 90% טורנאוט, שטאטס 10%.

דאס אלעס.

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:סאטמאר - ארונים האבן היינט ענדארסט עריק עדעמס.

דאס מיינט נאר איין זאך,

אז וומ"ב גייט יעצט האבן 90% טורנאוט, שטאטס 10%.

דאס אלעס.

מיז נישט זיין, יענג קענען נאך צוריק ארויפגיין אין די אנקעטעס, אין צוריק באקומען די אינדארסמענט פין די ארונים,

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 5:56 pm
דורך אלע צוזאמען
קען איינער מסביר זיין די געדאנקענגאג פון די ארונישע חברה? מעיקרא מאי קסבר, ובסוף מאי קסבר? ביי 'דע-בלאזיא' האבן זיי אויך געווארט אויף די לעצטע רגע, אים צו אינדארסירן.

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 6:02 pm
דורך גאלד
קראון הייטס האט אויך ענדארסט עדעמס

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 6:56 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:קראון הייטס האט אויך ענדארסט עדעמס

אין דאס פארענטפערט די צוריקדרייערי ווען אנקעטעס טוישן זיך?

טיפיקל גאלד טמעוואטע

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 7:23 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך מיין אז רוב געגענטער האבן אינדארסירט עדעמס, פלעטבוש קווינס און נאך

דאס פארענטפערט נישט די ארונישע זיג זאג


Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 8:14 pm
דורך גאלד
ווען האבן די ארונים אמאל ענדארסט יענג?

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 9:25 pm
דורך אלע צוזאמען
גאלד האט געשריבן:ווען האבן די ארונים אמאל ענדארסט יענג?

וואס? יעצט גייט מען עס לייקענען?!! יעדער געדענקט אפאר וואכן צירוק, איז געווען היסטאריע און די חסידישע גאס, ווען ביידע 'סאטמאר'ס האבן אינדארסירט 'יענג' פאר מעיאר.

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 9:30 pm
דורך גאלד
גאסן מעשיות. האסט א סטייטמענט פון א ענדארסמענט?

Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 10:17 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
גאלד האט געשריבן:ווען האבן די ארונים אמאל ענדארסט יענג?
די וואך איז דא רי "די צייטונג" (מסתמא אויך אין דער איד) א בריוו אינטערגעשריבן פון אלע קהלות אין וומסב"ג אינקלאדינג נפתלי משה אינדיג און יואל וועלץ צו שטימען פאר יאנג

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:גאסן מעשיות. האסט א סטייטמענט פון א ענדארסמענט?