ווען איז ניטל?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יארצייט? די גמרא זאגט דאך ערב פסח. אויב מען רעדט פון די זעלבער.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

עמינדב האט געשריבן:יארצייט? די גמרא זאגט דאך ערב פסח. אויב מען רעדט פון די זעלבער.


גערעכט! נישט יארצייט! זיין געבורטס טאג.
שכוח, פארן אויפמערקזאם מאכן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמינדב האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:א גוי אדער אן אידישען שובבניק

פון א גוי ווערט נישט א מאמזער האט עס געמוזט זיין א איד. (לויט די שולחן ערוך. באלד וועט רביהק זאגן אז דעמאלטס האט מען געהאלטן אנדערש.)

איז עס געווען ב"ד און נישט די רוימער וואס זענען פטור געווארען פון אים?

עמינדב: די גמ' ענטפערט שוין אז ס'זענען געווען 2 פארשוינען מיט דעם זעלבן נאמען (ישו). אפגערוקט בערך 150 יאר . דער ערשטער ישו איז געווען דער תלמיד פון ר' יהושע בן פרחיה. און מיט איהם איז זיך פארלאפן די מעשה וואס די גמ' ברענגט אין מס' סוטה. ער איז געווען דער וועלכער האט נישט ריכטיג פארשטאנען דעם וואונק פון זיין רבי'ן אז ער זאלל צו ווארטן ביז ער ענדיגט צו ליינען קריאת שמע. און ער האט געמיינט אז דער רבי טוט איהם אוועקשטויסן מיט ביידע הענט. אזוי ווי ביז איצט. און ער האט זיך געבוקט צו א ציגל. און אויך צוגערעדט אנדערע אידן אז זיי זאללן גיין דינען עבודה זרה. מ'האט געשטעלט עדות און זיי האבן איהם געברענגט צו בי"ד און מ'האט איהם פארמשפט'. דאס איז געווען אום ערב פסח.

דער צווייטער ישו איז געווען א פאליטישער אגיטירער אקעגן די רוימישע הערשאפט אין ארץ ישראל. און דער רוימישער גאווערנאר פון ארץ ישראל, פאנטיאוס פילאטע (פיילעיט. אויף אמעריקאניש) האט איהם געלאזט הענגען און אויך געקרייציגט. און געטון אלע אנדערע פארשעמונגס צערעמאניעס צו איהם. ווי אנטון א קרוין פון דערנער (שטאטס א קרוין פון הדסים). און די רוימישע אפיציעלן האבן אנגעשריבן א פלאקאט אויף איהם מיט די פאלגענדע ווערטער אויף לאטייניש..."Iesus Christos rex Iudaeus"...ישו דער קריסט (משיח) דער קעניג פון די אידן...!

די שפעטער'דיגע גויים און משומדים. אזוי ווי שאול פון תרשיש המכונה סעינט פאול, האבן אויסגעמישט די געשיכטע און געמאכט א קוגל פון די צוויי געשעענישן. ווייל מיט דעם צווייטן יאשקע'ס טויט האבן די אידן גארנישט געהאט צו טון...!

אויך לידיעת הרב קאך לעפל שליט"א: אין די גמרא (מס' חגיגה) שטייט דער לשון..."מרים מגדלנא שערי". נישט נשי...!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אישתישבי האט געשריבן:פין ווי נעמסטו אז זיין געבורט נאמען איז געוועהן יהושע?


אינעם קלאג ליד וואס שמואל הנגיד האט געשריבן אויפן פארלוסט פון רב האי גאון, שרייבט ער ווי פאלגענד:
הידעו כל בני מוסר,ודת ודין אשר נהיה?
וכי לא נשמעה כזאת, בראשונה ובשניה?
אהה, מת מעלה זכר, לכל צופה וצופיה
והיושב בסנהדרי, כישוע וכבניה.

ער פרעגט מיט ווייטאג: ווייסן די מוסר לייט, און דאס דת און דין וואָס מיר וועלן זיין?
איז דען נישט געהערט געווארן אזאנס, ביים ערשטן בית המקדש און ביים צווייטן?
אהה, דער מת (רב האי גאון וועלכער האט מיט זיין אויסטערלישער גרויסקייט) האט דערמאנט, יעדע נביא און זעער.
אין יעדע סנהדרין מיטגלידער, ווי ישוע (מיינט ער יהושע בן יהוצדק דער כהן הגדול, ווי ער ווערט דערמאנט אין ספר עזרא (ב'ב' מיטן נאמען: ישוע ) וכבניה (בניהו בן יהוידע ).

אלזא, זיין נאמען איז געווען יהושע, און חז''ל האבן אים גערופן ישו, לקיים מה שנאמר י'ש'ו' (ימח שמו וזכרו) שמו נאה לו, ולו נאה לשמו.
פארשפארט