בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:03 am
דורך מפיל קינד
מנחם ציון האט געשריבן:וועסט באמערקן אז זיי וועלן נישט דעקן דירעקטע וויזניצע מעמדים, אבער ווען דער אדמו"ר קומט באזוכן א צווייטן, אדער באטייליגט זיך ביי א מעמד, וועלן זיי דאס יא לייגן.

איך בין שטארק חושש אז דאס בילד איז גאר דירעקט געשיקט געווארן דורך סאטמאר צו לייגן אויפן קאווער, וואס כידוע זענען פארהאן חסידים פון מהר"א וואס לייגן וועלטל אז זייער רבי זאל שיין געדעקט ווערן אין די בילדער אויסגאבעס. יעדע קליינע מאורע אדער באזוך בבית מהר"א ווערט געדעקט אין אלע אויסגאבעס בפרט אין די וואך. דעריבער מיין איך אז דאס איז אויך געקומען פון סאטמאר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:39 am
דורך אישתישבי
ממילא איז וואס? קומט עס פין סאטמאר.

דער אמת איז אז איז קאווע שטיבל ליינער איז נישט קיין גרויסע חילוק צו מען לייגט יא בילדער פין דער רבי פלוני אבער יענער אלמוני.

אבער דער וויזניצער רבי ברויך פארשטיין, אז דער וואך און אנדערע בילדער אויסגאבעס גיבט פאר גאר אסאך בחורים און יונגעלייט א זאל צו ליינען, און דאס ראטעוועט זיי פין גיין קוקען אויף מאגאזינען.

ער וואלט געברויכט זיין בשמחה אז ער קען האבן א חלק אין דער געוואלדיגער מצוה פין ראטעווען כלל ישראל, נישט עס אנקוקען ווי איינער מאכט פרנסה אויף זיין בארד, וואס דאס איז אויך נישט אזוי געפערלעך, זה נהנה וזה לא חסר.

עס געפעלט מיר אבער זיין איידעלער צוגאנג, יעדער זאל רופען און רעדען איידעל, און אויב עס וועט נישט העלפן, דעמאלס? זאגט ער בפירוש ער וועט טוהן אנדערע שריט, ווי נישט לאזן געשעפטן פארקויפן וכו', בקיצור מעשה אלימות. דערמאנט מיר פין די דרכי נועם אין סקווירא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 9:11 am
דורך קרעטשמער
דאס עצם הייסן רופן איז שוין בכלל נישט קיין דרכי נועם. ווער ווייסט וואספארא טונקעלע פלענער ער האט אויב דאס ארבעט נישט...

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 11:27 am
דורך קוויטעל
כ'מיין איך כאפ יא דעם געים. ער שפילט דא Hard to get אז ס'זאל נישט זיין גרינג צו האבן א בילד פון עהם. אין די צייט וואס בילדער איז דא פון יעדעם, און דאס מאכט עהם גארנישט באזונדער.
אבער אז ער לאזט נישט, און מ'וועט אמאל לייגן א בילד, וועט ער זיין 'די פיקטשער' די אויסגעבעטענע בילד... די טייערע בילד.

[כ'וויל נישט מישן קיין קאשע, אבער איך וויל נאך פארשטיין, פארוואס ביים כינוס כלל ישראל, און ביים טרעפן זיך מיט ר' משה'לע, האט ער יא געלאזט מאכן בילדער, בחפץ לב]

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 11:26 pm
דורך תרמב
ביי די כינוס האב איך געהערט זאגן אז ער האט מוותר געווען אויף די חומרא ווייל ער האט געוואוסט אז ער וועט זיך משוגע מאכן אויף דעם וועט ער אפ’הרג’ענען די מערכה, און די מערכה איז אים לכאורה געווען וויכטיגער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:35 am
דורך מה בכך
קרעטשמער האט געשריבן:דאס עצם הייסן רופן איז שוין בכלל נישט קיין דרכי נועם. ווער ווייסט וואספארא טונקעלע פלענער ער האט אויב דאס ארבעט נישט...

ווער זאגט אז ער האט ?