ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בד״וו די גרויס מויל מאכער איש. דו שרייעסט אז די לינקע האבן פיינט פרומע אידן?

איך מאך מיט דיר א דיעל:

איך ברענג דיר הונדרעט ״רעכטע קאנסערוועטיווע וועבסייטס״ אנגעפיהלט מיט האס און אנטיסימיטיזים און דו ברענג דריי וועבסייטס וואס זענען לינקע (שטיצן ביידען אדער סענדערס) וואס שרייבן קעגן אידן... (נישט אריינגערעכענט וועבסייטס וואס שרייען אויף די מדינה וועגן די אקיופאציע)

א אנטיסמיט מיינט איינער וואס האט פיינט א איד ווייל ער איז א איד און נישט קיין חילוק וואס יענער וועט טוהן וועלן זיי אים פיינט האבן. נישט ווען איינער האט פיינט די מדינה פארן זיך אויפפירן אומריכטיג אבער האט נישט קיין האס קעגן אידן בכלליות.

דיעל?

און דערנאך קענסטו מיך איבערבעטן פארן שרייבן “חסר דעה” ווייל איך פארצייל די אמת...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

לגבי דאס וואס דו טענה'סט אז עס איז נאר דא האס אויף רעכטע זייטלעך, קען זיין ווייל דארט מעקט מען עס פשוט נישט אויס (אלס פרידאם אוו ספיטש), משא"כ די לינקע זייטלעך מעקט מען בגדול.
אגב, כ'מיין אז טוויטער איז גאנץ לינק, און זיי לאזן צו אנטיסעמיטישע פאוסטס גאנץ אפט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פאליטיקאנט האט געשריבן:לגבי דאס וואס דו טענה'סט אז עס איז נאר דא האס אויף רעכטע זייטלעך, קען זיין ווייל דארט מעקט מען עס פשוט נישט אויס (אלס פרידאם אוו ספיטש), משא"כ די לינקע זייטלעך מעקט מען בגדול.
אגב, כ'מיין אז טוויטער איז גאנץ לינק, און זיי לאזן צו אנטיסעמיטישע פאוסטס גאנץ אפט.



סהאט גאר ווייניג מיטן אויסמעקן. קיינער מעקט גארנישט אויס אויף די “טונקעלע געוועב”... שקר!

רוב פון די קאנסערוועטיווע וועבזייטלעך זענען אויף די טונקלע געוועב!

נאך איינמאל:

וואלט געקענט געשעהן אז ביי א בל״מ פראטעסט זאל איינער ארומגיין מיט א נאצי העמד און קיינער ארום זאל אים נישט פארדאמען?

האבן די לינקע אמאל מארשירט אין אמעריקע אין די מאדערנע צייטן און אפען געשריגן נאצישע סלאוגאנס קעגן אידן ווי אין שארלאטסוויל???

האבן די לינקע אמאל געפייניגט און באשמיצט אפען א מינארעטי ווי טראמפ מיט זיינע מענשטען האבן געטוהן צו די שפאנישע די לעצטע פינף יאהר?

האבן די לינקע אין די מאדערנע צייטן אמאל געהאט שייכות מיט די KKK?

האבן די נאציס אין אמעריקע אמאל אפענערהייט קאמפיינט פאר א דעמאקראטישע קאנדידאט???

פארוואס האבן ענק נישט פארדאמט אז די נאציס האבן ענק געהאלפן אריינוויילן טראמפ???

איך האב מיך געדרייט אין אלע שטאטן אין אמעריקע. נישט געטראפן קיין לינקע נאציס... נישטא אזא זאך! א לינקער איז א גלאובליסט. ער האלט אז אלע מענטשען און אפילו אלע באשעפנישן ווי חיות זענען אייניג!!!

שא עניך וראה!!!

זיי נישט קיין נער! אפען דיינע אויגן און ראו מה בין בני לבן חמי...

די לינקע שרייען קולות וברקים אז אלע מענטשען אין אמעריקע זענען גלייך!!!

די רעכטע זאגן אפען אז זיי זענען דא צו פייניגן מינארטיס.

וואס מיינסטו איז די גאנצע זאך אז זיי האבן איבער הונדערט מאל געוואלט אראפווארפן 25 מיליאן ארימע מענטשען פון זייער העלטקעיר??? בשעת יעדע ארימע מדינה היינט גיבט דאס פאר אלע בירגער??? אמעריקע האט ביליאנען צוטיילן פאר ישראל, מצרים וכו׳ פאר מלחמות אין איראק און האבן נישט קיין געלט פאר זייער אייגענע בירגער פאר א דאקטער???

נאר דאס איז פשוט צו פייניגן די מינארטיס!!! קלאר! מיין טעקס דאללער זאל גייען פאר א שחור און א איד????


וואס מיינט איר איז געוועהן די war on drugs וואס די רעכטע האבן איינגעפירט??? פאר אביסל מאריוואנע האבן זיי אנגעפילט זייער תפיסות מיט מיליאנען שחורים און שפאנישע און זיי געפייניגט און צובראכן זייערע משפחות על לא דבר...



טוויטער איז נישט רעכט געשטימט אדער לינק געשטימט בכלל! זיי פארטערטן נישט קיינעם... ליגענט! און זיי ווארפן אראפ כסדר מענטשען וואס האלטן נישט זייערע רעגיולאציעס. לויט טוויטער מעג יעדער רעדן קעגן סיי וועמען, ווייל סאיז פרידאם אף ספיטש ווילאנג ס׳ברענגט נישט קיין ראאיטן, געוואלדטאטן. אדער אויב איינער פארשפרייט מיס-אינפארמאציע פון די עלעקשאונס וואס איז קעגן די Constitution. א שטייגער ווי דער היינטיגער פרעזידענט פון אמעריקע וואס פארשפרייט ליגענט און פרובירט אריינצושלעפן אמעריקע אין א צווייטע civil war...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

שבת אחים האט געשריבן:בעלגיע שחיטה האט נישט מיט קיין אנטיסמיטישקייט צוטוהן גארניט!

מאך דיין ריסערוטש. זיי האלטן די וועג וויאזוי מהארגעט די בהמות היינטיגע צייטן איז אכזריות. און אז זייער וועג דורך איינשלעפן די בהמה איז מעהר אויסגעהאלטן.

דרייסט סתם א קאפ!

איר האָט בכיוון איגנאָרירט דאָס וואָס איך האָב געשריבן וועגן יאַגד און אָנגעשטאָפּטע גענז?

שוין אָפּגערעדט אַז איר האָט בכלל פאַרזען די ערשטע העלפט פון מײן הודעה.

שבת אחים האט געשריבן:קיינער ביי די לינקע וועט נישט גייען אפענערהייט מיט נאצי-העמד ביי א בלמ פראטעסט!


פּונקט אַזוי וועט איר קיינמאָל ניט טרעפן באַ די רעכטע אַ האַמער און סערפּ...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך וואלט געדארפט אינגאנצן איגנארירן דיין תגובה ווייל כ׳זעה נישט וואס איז איך דארף דיר ענטפערן דארט ווייל דו האסט גארנישט געזאגט...

יא יא די ליבעראלע בעלגישע וואס שרייען חי וקים אז יעדע באשעפניש איז אייניג זענען שרעקליכע אנטיסמיטן. משא״כ דיינע רעכטע קאנסערוועטיווע גרופעס וואס גייען ארום אפען מיט נאצישע סלאוגאנס אויף זייערע העמדער. האבן הונדערטער וועבסייטס וואס פארשפרייטן האס קעגן אידן שווארצע און מינארטיס און דו שטיצט זיי- זיי זענען די אידן ליבהאבערס...

טוה מיר א טובה!?

ווען האבן די בעלגישע לעצטענס מארשירט אין די גאסן און געשריגן ”Jews will not replace us”???

אויב וועסטו טרעפן אין בעלגיע אנטיסמיטן וועסטו זעהן אז זיי זענען רעכט געשטימט! נישט לינק! א לינקער געווענטליך האלט אז אלע מענטשען זענען אייניג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

דאָס וואָס אַ פולע רעכטע זײנען אַנטיסעמיטן בין איך לחלוטין אײנשטימיק מיט אײך. אָבער מיט דערויף וואָס עס לאָזט זיך פאַרשטיין פון אײך אַז די לינקע זײנען ריין ווי אַ איד צו יום כיפור, מיט דערויף בין איך ניט מסכים.

איך האָב געבראַכט אויף דערויף עטליכע דוגמאות, איר האָט זייער עלעגאַנט אויסגעמיטן אַדרעסירן די עיקרדיקע.
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

דוראק האט געשריבן:ר' [tag]שבת אחים[/tag] מאַכט זיך געפּגרט... נאָר באַ די רעכטע איז דאָ אַנטיסעמיטן, די לינקע זײנען אַ טלית שכולה תכלת וואָס האָבן בלויז אַ פּראָבלעם מיט דער אָקופּאַציע. ניטאָ ווער עס זאָל לאַכן.

זאָגט מיר נאָר, דער מושג „וואָרצללאָזע קאָסמאָפּאָליטן” איז אַ רעכטער צי אַ לינקער? ווער איז דער פאַרפאַסער פון דעם אַנטיסעמיטישן ביכל „צור יודענפראַגע”?

בעלגיע, וואָס אסרט שחיטה כאָטש זי דערלאָזט יאַגד, איז רעכט געשטימט צי לינק געשטימט? אגב, ניט נאָר יאַגד מאָג מען פּראַווען אין בעלגיע, נאָר אויכעט דער מיאוסער אַקט פון אָנשטאָפּן ענטלעך און גענז – וואָס איז לכל הדיעות ערגער פאַר שחיטה (און איז אסור לויט אַ פולע פוסקים) – איז דאָרט ניט פאַרווערט.

אויב עפעס איז די פארבאט אויף שחיטה אין בעלגיע געצילט קעגן די מוסלמענער וועם זיי האבן פיל מער פיינט און זענען צען מאל אזוי גרויס ווי די ידן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: ווער זענען די נאציס אין אמעריקע?

שליחה דורך חתן בחור »

real fake news האט געשריבן:
דוראק האט געשריבן:ר' [tag]שבת אחים[/tag] מאַכט זיך געפּגרט... נאָר באַ די רעכטע איז דאָ אַנטיסעמיטן, די לינקע זײנען אַ טלית שכולה תכלת וואָס האָבן בלויז אַ פּראָבלעם מיט דער אָקופּאַציע. ניטאָ ווער עס זאָל לאַכן.

זאָגט מיר נאָר, דער מושג „וואָרצללאָזע קאָסמאָפּאָליטן” איז אַ רעכטער צי אַ לינקער? ווער איז דער פאַרפאַסער פון דעם אַנטיסעמיטישן ביכל „צור יודענפראַגע”?

בעלגיע, וואָס אסרט שחיטה כאָטש זי דערלאָזט יאַגד, איז רעכט געשטימט צי לינק געשטימט? אגב, ניט נאָר יאַגד מאָג מען פּראַווען אין בעלגיע, נאָר אויכעט דער מיאוסער אַקט פון אָנשטאָפּן ענטלעך און גענז – וואָס איז לכל הדיעות ערגער פאַר שחיטה (און איז אסור לויט אַ פולע פוסקים) – איז דאָרט ניט פאַרווערט.

אויב עפעס איז די פארבאט אויף שחיטה אין בעלגיע געצילט קעגן די מוסלמענער וועם זיי האבן פיל מער פיינט און זענען צען מאל אזוי גרויס ווי די ידן.
הייסט די לינקע האבן פיינט מוסלעמענער?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און נישט צו פארגעסן, עס איז געוועהן א באקאנטע ווידעא ווי ביי א בל"מ פראטעסט נעמען זיי זיך צו אפאר אידישע בחורים, און זיי זענען קוים ארויס מיטען לעבען.

שבת מיינט נעבעך אז ער האט אפאר פריינט דארט ביי די לינקע. גיי טרינק מיט זיי לחיים, איך בין זיכער אז די ביסט שוין געווארן אויסגעשלאסן פון טוויטער סייווי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

אלעס אין דער וועלט מאכט פראגרעס, אריינגערעכענט די אנטיסעמיטן, און אידן האסער.

אויב אמאל האט א אידן האסער אין אלגעמיין געמיינט א נאצי, סקין העד, אדער א KKK מיטגליד. מיינט עס היינט א געפאלישטער פאליטיקאנט, א פראגרעסיוו, אדער א אויפגעקלערטע ליבעראל, וועלכע שרייט אז ער אקצעפטירט יעדער וויאזוי ער איז.

א פאליטיקאנט וועלכע שטעלט זיך אפן ארויס קעגן מדינת ישראל אויף יעדע זאך איז נישט קעגן אקופאציעס, ער\זי איז קעגן אידן.
ווילסט שרייען אויף לענדער וועלכע פארלעצן מענטשן רעכט געזעצן? מאך דיר א ליסטע אנגעהויבן ביי כינע, איראן, צפון קארעא, און יא... פאלעסטינע, און "אויך" מדינת ישראל.
אויב סיי וואסערע אישו אין יענעם ראיאן איז מדי"י אויטאמטאטיש שולדיג, איז דאס עכ"פ ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
זאגן אז אידן האבן "דו-לאיעלטי" איז ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
אז א קאנגרעס מיטגליד האט פארבינדונגען מיט חיזבאלא איז דאס ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
דאס אז אזעלכע אפפאל ווי די "סקוואד", האט א פלאץ אין די דעמאקראטישע פארטיי אן קיין ערענסטע פארדאמונגען און אפשאקלענישן פון די פירערשאפט, איז די דעמאקראטישע פארטיי די ניי געוואראנע "אנטיסעמיטישע פארטיי" אין אמעריקע, און די לינקע עלעמענטן בכלל איבער דער וועלט.
אמאל איז דאס געווען די רעכטע און היינט איז עס די לינקע
--------------------------------
@שבת אחים, די ביסט בעקדעיטעט. סליגט ביי דיר טאטואירט אין מח אז נאציס זענען רעכטע, און רעכטע זענען נאציס. אמת, נאציס זענען (אין אלגעמיין) רעכטע, אבער רעכטע מוזן נישט זיין קיין נאציס.
און דאס זעלביגע פארקערט, לינקע מוזן נישט זיין אנטיסעמיטן, אבער היינט זענען אנטיסעמיטן לינקע, גענוי ווי זיי פלעגן זיין רעכטע.
דער היינטיגער אנטיסעמיט האט זיך געבויעט זיין נעסט אויף די לינקע צווייג פון בוים,
דער היינטיגער אנטיסעמיט האט א נייע בוך מיט טענות אנטקעגן אידן. אמאל איז דאס געווען אז אידן קאנטראלירן די וועלט, (און ווי דו זאגסט זענען נאך פארהאן אזעלכע וואס שרייען דאס) און היינט באשטייט דאס פון אזעלכע פראזן ווי אקופאציע, מינאריטעט אונטערדריקונג, און ענליכעס.
אמאל האט דער אנטיסעמיט געפאדערט טויט צו אידן, פארניכטן דעם יודע. און היינט פאדערן זיי אפטרעטערשאפט פון פארטיידיגונג, און פארדאמונגען אין דער יו ען.

גערעכט, זיי מוזן נישט שרייען אנטקעגן אידן דירעקט, אבער דאס אז זיי שרייען אויף מדינת ישראל מיינט, אז אויף ישראל "מעג מען שרייען". וואלט מען געמעגט אויף אידן דירעקט, וואלט ער דאס אויך געטוהן.
דער רעכטער ווידער האט נישט דער פאלטשע שטיק ווי דער לינקער, און ער שרייט אפן. און לדעתי איז דער צווייטער א קלענערע געפאר פאר אידן. ווי דער ווערטל לויטעט "קען דיינע פיינט". ואכמ"ל

און יעדעס פאל או לנו מהבריות, נישט דער רעכטער איז גוט, און נישט דער לינקער. אונזער תפילה איז הַשְּׂמֹאל וְאֵימִנָה וְאִם הַיָּמִין וְאַשְׂמְאִילָה
------------------------
אבער רעדענדיג פון אט דער ארגומענט האלט איך אז @שבת אחים האט ארויסגרוקט דאס מערסטע אזוי גערופענע אנטיסעמיטישע טענות
דער תגובה דארף פארדאמט ווערן אויפ'ן שארפסטן.
איך האלט נישט אז דאס איז דער לעזונג צו אומלעגאלע אימיגראנטן, און טראמפ האט נישט גוט געטוהן מיט זיין האנדלונג. (און פאקט האט ער פשוט ממשיך געווען די פאליסי פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע) אבער אט די שורות
אבער איך גיי מיטן אמת און ענק זאלן מיר אלע אנטשולדיגן איך האלט אז אלע ״טראמפ שטיצער״ זענען נאצי סימפאטייזערס אסאך אפען און אסאך שטילערהייט. אפילו די חרדישע אידן! ענק קענען אלע שרייען “סעלף העיטינג דזשאו”... ווער סהאט געשטיצט א אדמינסטראציע וואס האבן אפגעטיילט קינדער פון עלטערן, אריינגעלייגט שפאנישע קינדער אין קעידזעשס און האט עס נישט פארדאמט, זענען נאצי סימפאטייזערס...
איז א שאנדע פאר א איד פארשוואנגערט דורך איינער וואס האט מיטגעמאכט דעם האלאקאוסט!
נעמסט איין פינטעלע פון דער טייך בלוט, דאס אז מען האט צוטיילט עלטערן פון קינדער, און די שלאגסט דערמיט פאליטיק, און דו אפאלירסט פאר סימפאטיע...
איך וויל דיר נישט ענטפערן דערויף און זיך אריינשטעלן און חילוקים צו פונאנדערשיידן צווישן די צוויי, ווארשיינליך אז די האלטסט שוין אזוי נידעריג ווייסטו שוין פון די אלע חילוקים, און די האסט ליבערשט זיך פארקויפט פארן שטן.
איך האב נישט מער וואס צו זאגן נאר בוז יבוזו לו! שעמט אייך! ווי זענט איר געפאלן?

מיט אזעלכע אמת ווער ברויך שקר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

עטליכע נקודות וואס פארנעפלן די עיקר:

איינס, די טראמפ פרשיות זענען נישט סתם ווילדע יונגען אין גאסען, אדער אפי' בלויז מעמבער'ס פון א פאליטעשע ארגעניזאציע, נאר זיי זענען געשטיצט דורך פרעזידענט פון לאנד בכבודו ובעצמו.

צוויי, זיי זענען אפענע העיט גרופס, נישט פאליטעשע אקטאוויסטס, זייער אפיציעלע לאזונגען זענען העיט. והטעם, די ווייסע סופרעמעסיסטס זענען נאציאנליסטס, וואס מיינט בעסיקלי אז זיי האסן מינאראטיס און אימיגרענטס.

דריי. ווען מ'האנדעלט מיט העיט און אנטיסעמטיזם, מיינט עס נישט פאליטעשע חשבונות. ס'האט גארנישט מיט אהבת אדער שנאת מדינת ישראל. אזוי ווי ביי פרעזידענט אבאמא, ער איז נישט געווען אזוי פרא איזריעל, אבער א מענטשען האסער איז ער קיינמאל נישט געווען.

פיר. פרידאם אוו ספיטש פאר העיט? וואס עפעס. אינסייטמענט איז נישט פראטעקטעד ביי די קאנסטיטושען. די קשיא בלייבט אבער, פארוואס מ'האט אזא איינעם ווי טראמפ נישט אויסגעשלאסן פון סאשעל מידיע פונף יאהר צירוק? נאר זעהט אויס ס'נאך קיינעם נישט איינגעפאלן אין די ווילדסטע חלום, נאך דעמאלטס ווען ער האט אנגעהויבן מיט זיין מעקסיקען העיט, אז צום סוף וועט ער גאר פירן נאציאנליסטן צום עפענעונג פון א בירגער קריג.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ס'נאר דא נאציס אויף איין זייט?


אוואדי!

די לינקע אידאלאגיע איז דאך אז אלע מענטשען זענען גלייך!!!

ביטע טרעף מיר א לינקער אויסגעשפראכענער נאצי!!!! ביי קיין איין בל״מ פראטעסט האסטו נישט געזעהן קיין איין פראטסטירער מיט א נאצי סלאגאן אויף זיין העמד!!! ווייל אויב יא וואלטן אים אלע מענטשען ארום פארדאמט!

א נאצי וועט קיין לינקער קיינמאל נישט זיין א רעכטער יא!!! און אלע נאציס אין אמעריקע זענען הונדערט פראצענט רעכט געשטימט!!!!

די KKK אין אמעריקע האט עמטליך קאמפיינט און געארבעט שווער ביידע מאל צו ערוועלן טראמפ פאר פרעזידענט!

לייקענסט איינע פון די זאכן וואס איך האב דא געשריבן???

שבת אחים: בל"מ און די אנדערע גרופס וועלכע האבלן געבראכן געשטאכן און געפלינדערט און פארברענט זענען אלע אויסגעשפראכענע אוהבי ישראל.

די אידן אין דייטשלאנד האבן אויך אין אנהייב געטראכט אז די נאציס מיינען נישט זיי. ס'קען דאך נישט זיין. זיי זענען דאך פאטריאטן און אלטע איינגעזעסענע בירגער. שפעטער האבן זיי געחלומ'ט אז די קאורטס וועללן זיי באשיצן. ביז... ס'איז געקומען קריסטאל נאכט. דאמאלס האבן זיי זיך אויפגעוועקט פון זייער חלום. אבער דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט...!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואלווי, איך האב אויסגעהערט טראמפּ'ס גאנצע רעדע לייוו און איך האב נישט געזען קיין שום אינסייטמענט. אין וועלכע חלק פון זיינע ווערטער האט איר געהערט אדער געזען אינסייטמענט?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קורקלענד האט געשריבן:וואלווי, איך האב אויסגעהערט טראמפּ'ס גאנצע רעדע לייוו און איך האב נישט געזען קיין שום אינסייטמענט. אין וועלכע חלק פון זיינע ווערטער האט איר געהערט אדער געזען אינסייטמענט?


ווען די האסט אן איבעריגע מינוט

https://www.justsecurity.org/74138/inci ... e-capitol/
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואלווי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:וואלווי, איך האב אויסגעהערט טראמפּ'ס גאנצע רעדע לייוו און איך האב נישט געזען קיין שום אינסייטמענט. אין וועלכע חלק פון זיינע ווערטער האט איר געהערט אדער געזען אינסייטמענט?


ווען די האסט אן איבעריגע מינוט

https://www.justsecurity.org/74138/inci ... e-capitol/

איך האב געליינט צוואנציג פראצענט און איך זעה די מהלך דארט. שטארק פארפירעריש און בלויז אפיניאן. ביטע ברענגן פאקטן. אביזריהן איז נישט אינטערעסאנט.

אויב יענע משלים זענען א פרעצעדענט שטייען די דעמאקראטן אויף די זעלבע לעוועל.
פארשפארט