אלעס אין דער וועלט מאכט פראגרעס, אריינגערעכענט די אנטיסעמיטן, און אידן האסער.
אויב אמאל האט א אידן האסער אין אלגעמיין געמיינט א נאצי, סקין העד, אדער א KKK מיטגליד. מיינט עס היינט א געפאלישטער פאליטיקאנט, א פראגרעסיוו, אדער א אויפגעקלערטע ליבעראל, וועלכע שרייט אז ער אקצעפטירט יעדער וויאזוי ער איז.
א פאליטיקאנט וועלכע שטעלט זיך אפן ארויס קעגן מדינת ישראל אויף יעדע זאך איז נישט קעגן אקופאציעס, ער\זי איז קעגן אידן.
ווילסט שרייען אויף לענדער וועלכע פארלעצן מענטשן רעכט געזעצן? מאך דיר א ליסטע אנגעהויבן ביי כינע, איראן, צפון קארעא, און יא... פאלעסטינע, און "אויך" מדינת ישראל.
אויב סיי וואסערע אישו אין יענעם ראיאן איז מדי"י אויטאמטאטיש שולדיג, איז דאס עכ"פ ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
זאגן אז אידן האבן "דו-לאיעלטי" איז ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
אז א קאנגרעס מיטגליד האט פארבינדונגען מיט חיזבאלא איז דאס ביי מיר אנטיסעמיטיזם.
דאס אז אזעלכע אפפאל ווי די "סקוואד", האט א פלאץ אין די דעמאקראטישע פארטיי אן קיין ערענסטע פארדאמונגען און אפשאקלענישן פון די פירערשאפט, איז די דעמאקראטישע פארטיי די ניי געוואראנע "אנטיסעמיטישע פארטיי" אין אמעריקע, און די לינקע עלעמענטן בכלל איבער דער וועלט.
אמאל איז דאס געווען די רעכטע און היינט איז עס די לינקע
--------------------------------
@שבת אחים, די ביסט בעקדעיטעט. סליגט ביי דיר טאטואירט אין מח אז נאציס זענען רעכטע, און רעכטע זענען נאציס. אמת, נאציס זענען (אין אלגעמיין) רעכטע, אבער רעכטע מוזן נישט זיין קיין נאציס.
און דאס זעלביגע פארקערט, לינקע מוזן נישט זיין אנטיסעמיטן, אבער היינט זענען אנטיסעמיטן לינקע, גענוי ווי זיי פלעגן זיין רעכטע.
דער היינטיגער אנטיסעמיט האט זיך געבויעט זיין נעסט אויף די לינקע צווייג פון בוים,
דער היינטיגער אנטיסעמיט האט א נייע בוך מיט טענות אנטקעגן אידן. אמאל איז דאס געווען אז אידן קאנטראלירן די וועלט, (און ווי דו זאגסט זענען נאך פארהאן אזעלכע וואס שרייען דאס) און היינט באשטייט דאס פון אזעלכע פראזן ווי אקופאציע, מינאריטעט אונטערדריקונג, און ענליכעס.
אמאל האט דער אנטיסעמיט געפאדערט טויט צו אידן, פארניכטן דעם יודע. און היינט פאדערן זיי אפטרעטערשאפט פון פארטיידיגונג, און פארדאמונגען אין דער יו ען.
גערעכט, זיי מוזן נישט שרייען אנטקעגן אידן דירעקט, אבער דאס אז זיי שרייען אויף מדינת ישראל מיינט, אז אויף ישראל "מעג מען שרייען". וואלט מען געמעגט אויף אידן דירעקט, וואלט ער דאס אויך געטוהן.
דער רעכטער ווידער האט נישט דער פאלטשע שטיק ווי דער לינקער, און ער שרייט אפן. און לדעתי איז דער צווייטער א קלענערע געפאר פאר אידן. ווי דער ווערטל לויטעט "קען דיינע פיינט". ואכמ"ל
און יעדעס פאל או לנו מהבריות, נישט דער רעכטער איז גוט, און נישט דער לינקער. אונזער תפילה איז הַשְּׂמֹאל וְאֵימִנָה וְאִם הַיָּמִין וְאַשְׂמְאִילָה
------------------------
אבער רעדענדיג פון אט דער ארגומענט האלט איך אז @שבת אחים האט ארויסגרוקט דאס מערסטע אזוי גערופענע אנטיסעמיטישע טענות
דער תגובה דארף פארדאמט ווערן אויפ'ן שארפסטן.
איך האלט נישט אז דאס איז דער לעזונג צו אומלעגאלע אימיגראנטן, און טראמפ האט נישט גוט געטוהן מיט זיין האנדלונג. (און פאקט האט ער פשוט ממשיך געווען די פאליסי פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע) אבער אט די שורות
אבער איך גיי מיטן אמת און ענק זאלן מיר אלע אנטשולדיגן איך האלט אז אלע ״טראמפ שטיצער״ זענען נאצי סימפאטייזערס אסאך אפען און אסאך שטילערהייט. אפילו די חרדישע אידן! ענק קענען אלע שרייען “סעלף העיטינג דזשאו”... ווער סהאט געשטיצט א אדמינסטראציע וואס האבן אפגעטיילט קינדער פון עלטערן, אריינגעלייגט שפאנישע קינדער אין קעידזעשס און האט עס נישט פארדאמט, זענען נאצי סימפאטייזערס...
איז א שאנדע פאר א איד פארשוואנגערט דורך איינער וואס האט מיטגעמאכט דעם האלאקאוסט!
נעמסט איין פינטעלע פון דער טייך בלוט, דאס אז מען האט צוטיילט עלטערן פון קינדער, און די שלאגסט דערמיט פאליטיק, און דו אפאלירסט פאר סימפאטיע...
איך וויל דיר נישט ענטפערן דערויף און זיך אריינשטעלן און חילוקים צו פונאנדערשיידן צווישן די צוויי, ווארשיינליך אז די האלטסט שוין אזוי נידעריג ווייסטו שוין פון די אלע חילוקים, און די האסט ליבערשט זיך פארקויפט פארן שטן.
איך האב נישט מער וואס צו זאגן נאר בוז יבוזו לו! שעמט אייך! ווי זענט איר געפאלן?
מיט אזעלכע אמת ווער ברויך שקר.