בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 10:14 am
דורך זופ מיט מאנדלען
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:צום קעפל:

די ברך פלעגט ענטפערן אזא צייט, ווער וויל דען נישט...



עס איז נישט פון ב"מ זצ"ל, א באקאנט ווארט פון בית ישראל זצ"ל
ד"א איך ווינדער מיך נאך אלס פארוואס פון ב"מ מעג רופן בלשון גנאי לאחר פטירתו
איבערהויפט אז עס קומט פון א חסיד פון זיין זון
צוריק צום ענין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואס האסטו אזוי קעגן ברך משה אז די האלטסט אז "ברך" איז א לשון גנאי?

Re: איך וויל מיך גט׳ן

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 12:54 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:צום קעפל:

די ברך פלעגט ענטפערן אזא צייט, ווער וויל דען נישט...


Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואס האסטו אזוי קעגן ברך משה אז די האלטסט אז "ברך" איז א לשון גנאי?


מ׳ האט גאבעטן נישט אריינמישן, וועל איך נישט ענטפערן, איבערהויפט אז דו ווייסט זייער גוט דעם תירוץ

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 1:16 pm
דורך אישתישבי
סאטמאר הייסט קיינמאל נישט אריינגעמישט, עס באלאנגט איבעראל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 5:22 pm
דורך מנחם ציון
אישתישבי האט געשריבן:סא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.
.

ס'איז נישט קיין אוקימתא פון קאך לעפל אין די גמרא
ס'איז פשוט א פראקטישע וועג לחלק כל השיטות באופן מעשי און איך האלט אז ער איז גערעכט

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 5:24 pm
דורך מנחם ציון
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אונז רעד מיר זיך דורך כאילו די קינדער איז אונזער פראבלעם.

אונזער קינדער איז אונזער עלטערן'ס פראבלעמען ַַ די רשעות איז דאך אין לשער. דא ווילסטו אז מ'זאל אויפגעבן א לעבן פון אידישע רבי עקיבא רעכט! פארוואס? ווייל ס'איז דא קינדער אבער ווער האט חתונה געהאט און אנגעזייט די קינדער? נישט ער. זיינע עלטערן. איר עלטערן מיט זיינע עלטערן האבן זיך משדך געווען. שיק זיי אהין זייער פעקלעך!

Something gotta give to stop the train wreck

ביטע אויב איר קענט זיך מער מסביר זיין
איר רעדט פון די קינדער (די מאן און פרוי) זאלן נישט טראכטן פון זייערע קינדער ווייל זייער (די מאן און פרוי'ס) טאטע מאמע האבן זיי פארזייעט?.
מה ענין שמיטה אצל תשמיש המטה?

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 5:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ער זאגט אז ווען מ'בלייבט צוזאמען וועגן די קינדער וועלן אלע ליידן, דער מאן וועט ליידן, די פרוי וועט ליידן, די קינדער וועלן ליידן פון די אנגעצויגנקייט אין שטוב, און אין לויף פון די יארן וועלן צוקומען נאך קינדער צום געמויזשאכטס. און וואס געשעהט ווייטער ווען מ'לעבט מיט אזעלכע קרומע חשבונות? דיי קינדער וועלן חתונה האבן מיט זייערע (אומ)באשערטע און אזוי וועט דאס ווייטער גיין עד ביאת גואל צדק. ענדערש זאלן די קינדער אביסל ליידן אפאר יאר, אנפאנג וועלן זיי בלאזן אבער זיי וועלן עלטער ווערן און קומען צום שכל און פארשטיין אז דאס איז געווען דאס בעסטע פאר זיי, און יעדער וועט ארויס צופרידן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 5:43 pm
דורך אישתישבי
מנחם ציון האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:סא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.
.

ס'איז נישט קיין אוקימתא פון קאך לעפל אין די גמרא
ס'איז פשוט א פראקטישע וועג לחלק כל השיטות באופן מעשי און איך האלט אז ער איז גערעכט


פראקטישע אוקימתא, אבער אן אוקימתא בלייבט עס.

קינדער פין א שטוב וואס איז ל"ע געג'ט קענען אויסקומען גאר גוט אויב די עלטערען פירען זיך אויף ווי מענטשן. און צומאל איז דא וואס ווען זיי זענען צוזאמען און פייטען זיך יומם ולילה איז נאך ערגער ווי געג'ט אויך.

און אמאהל איז קאך לעפעל גערעכט אויך.

רביה"ק האקט ענדליך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 6:01 pm
דורך מנחם ציון
אישתישבי האט געשריבן:קינדער פין א שטוב וואס איז ל"ע געג'ט קענען אויסקומען גאר גוט אויב די עלטערען פירען זיך אויף ווי מענטשן. און צומאל איז דא וואס ווען זיי זענען צוזאמען און פייטען זיך יומם ולילה איז נאך ערגער ווי געג'ט אויך.

און אמאהל איז קאך לעפעל גערעכט אויך.

רביה"ק האקט ענדליך.

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער זאגט אז ווען מ'בלייבט צוזאמען וועגן די קינדער וועלן אלע ליידן, דער מאן וועט ליידן, די פרוי וועט ליידן, די קינדער וועלן ליידן פון די אנגעצויגנקייט אין שטוב, און אין לויף פון די יארן וועלן צוקומען נאך קינדער צום געמויזשאכטס. און וואס געשעהט ווייטער ווען מ'לעבט מיט אזעלכע קרומע חשבונות? דיי קינדער וועלן חתונה האבן מיט זייערע (אומ)באשערטע און אזוי וועט דאס ווייטער גיין עד ביאת גואל צדק. ענדערש זאלן די קינדער אביסל ליידן אפאר יאר, אנפאנג וועלן זיי בלאזן אבער זיי וועלן עלטער ווערן און קומען צום שכל און פארשטיין אז דאס איז געווען דאס בעסטע פאר זיי, און יעדער וועט ארויס צופרידן.

אקעי אקעי איי גאט איט
איך האב אנגעקוקט די "קינדער טענה" אביסל אנדערש
ווען מען זאגט וואס וועט זיין מיט די קינדער, איז דאס (עכ"פ וויאזוי איך קוק עס אן) מער ווי א תביעה אויף די זיווג זיך צו אנשטרענגן און שליכטן די דיפערענצן. אמער, ס'איז דאך דא קינדער.
נישט אז ס'וועט זיין א רעה פאר די קינדער דווקא, נאר ענדערש א זאך וואס זאל מחייב זיין די פארפאלק.

לפי זה איז @קאך לעפל גערעכט, ווען ס'איז א רעלאטיוו קליינע מיינונגס פארשידנהייט זאלן זיי טראכטן פון אנדערע אויך און זיך אנשטרענגען פאר זייערט וועגן
אויב איז דאס עפעס גרויס, דאן יא, זאל מען טוהן צו דער זאך, און אפילו די קינדער ווערן איבערגעפארן איז דאס מעגליך א טובה פאר זיי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 6:08 pm
דורך קאך_לעפל
הייליגע באשעפער, ראטעווע מיך ארויס פון דאנעט.... כ'זאג צו כ'וועל שוין זיין וואויל....

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 6:24 pm
דורך אישתישבי
האסט שוין נעכטן צוגעזאגט

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 6:24 pm
דורך מנחם ציון
קאך_לעפל האט געשריבן:הייליגע באשעפער, ראטעווע מיך ארויס פון דאנעט.... כ'זאג צו כ'וועל שוין זיין וואויל....

היה בא בדרך ושמע קול צוחה בעיר, ואמר, יהי רצון שלא יהיו אלו בני ביתי, הרי זו תפילת שוא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 8:34 pm
דורך מרדכי מרדכי
Julia haart האט עס געטון

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
ערליכער איד האט געשריבן:מורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח

ערליכער איד: עטליכע קליינע שאלות...ווער ועט דיר אויסוואשן דיינע פארק-קטע ר"ת'ס? ווער וועט דיר אפקאכן א געשמאקן זאפטיגן רינעדיגן טשולנט?. אפשר וועסטו זיין א מצפה לשולחן אחרים. 'ע'סטו זייער שנעלל אויסגעפונען דאס וואס די גמרא זאגט..."ג' חייהן אינן חיין"... המצפה לשולחן אחרים...!

די ביסל הנאה פון נישט דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר די ווייב וואו דו האסט פארתכליוועט 4 שעה נאך מעריב איז נישט ווערט דעם שאדן וואס דו גייסט האבן...!

אויך זאגסטו אז דו ווילסט טוישן דיין לייפסטייל. דאס איז נאך ד גרינגסטע. דו קענסט דיך טרעפן א זכר. אלס קאווער סטארי קענסטו זאגן אז ער איז דיין ברודער אדער דיין טאטע.

איך קען איינעם וואס ער איז שוין 2 מאל געווארן אן אלמן פון זיין געי פארטנער. או.קעי. לעצטנס האט ער אויכעט אפגעצויגן. נאר די שאלה פון ..."קטלנית"... אזוי ווי ביי א פרוי גייט דא נישט אן. ווייל די געזעצן פון הלכה האט מען געשריבן 2000 יאר צוריק. בזמן חכמי התלמוד. נישט אין יארע 2021...!

אויב דו וועסט אוועקמופן צו אן אומבאקאנט פלאץ וועסטו אויך מקיים זיין א גמרא. וועלכע זאגט..."אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורים. ואל יבזה שם המקום...!

דו וועסט נאך קענען זיין פון די בכבוד'יגע אידן. מ'עט זאגן..."עפעס א חשוב'ער איד איז דא אנגעקומען אין שטעטל מיט זיין אלטן טאטן. וועם ער איז שטארק מכבד...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
Based on a true story from real life...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:33 pm
דורך אישתישבי
אויב דו וועסט אוועקמופן צו אן אומבאקאנט פלאץ וועסטו אויך מקיים זיין א גמרא. וועלכע זאגט..."אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורים. ואל יבזה שם המקום...!

היינט אז מיר אלע טראגן שחורים פין g@g פאלט אוועק דער עצה..



אויך זאגסטו אז דו ווילסט טוישן דיין לייפסטייל. דאס איז נאך ד גרינגסטע. דו קענסט דיך טרעפן א זכר



לערנסט צו טיף פשט אין זיין לייפסטייל טויש, ער רעדט פין די ילבש שחורים לייפסטייל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 8:57 pm
דורך אויס מענטש
נעלם געווארן ?!
פארשווינדן ?!
טייערע אידן פרובירן צו ענטפערן דיין פראגע @ערליכער איד. ואתה איכה???
קאאפעריר מיט, ענטפער די פראגעס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 9:23 pm
דורך yn.NY
אויס מענטש האט געשריבן:נעלם געווארן ?!
פארשווינדן ?!
טייערע אידן פרובירן צו ענטפערן דיין פראגע @ערליכער איד. ואתה איכה???
קאאפעריר מיט, ענטפער די פראגעס.

א גוטן וויצלער דער ערליכער... לאזט פאלן א באמבע, און ווארט צו זעהן ווי די עולם שפרינגט אויף הייוון...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 11:11 pm
דורך תרמב
אפשר האט ער שוין געטוישט לייפסטייל, ער איז שוין אויף די מוסלמענישע קאווע שטיבל.

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2021 8:42 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
כדי אז קינדער זאלן אויפוואקסן ווי עס באדארף צו זיין מיז זיין א טאטע, מאמע אין שטיב. ארבעט אויף דיינע מידות און זיי נישט אן נאך קינדער. ווען זיי וואקסן אויף דאן הייב אן פון פריש. דו וועסט קיינמאל נישט האבן קיין נארמאלע לעבן אויב וועסט זיך דרייען מיט די שלעכטע געפיל אז דו האסט פארהארגעט די עתיד פון דיינע קינדער. ווארט אויס די 10-15 יאר ס׳גייט אריבער שנעלער ווי דו מיינסט. די אלע תירוצים דא וואס איך האב געליינט אין אשכול זענען זינלאז! בפרט די קראנקע טענה אז די זיידע באבע זענען גאר שילדיג!!! דאס איז ממש אבסורד!!! ערווארט נישט גארנישט פון דיין ווייב. זיי דיך מחזק אז דו טיסט דאס פאר די קינדער. אין אז דו ערווארטסט גארנישט פון איר וועט זי קיין שלעכטס נישט קענען טין.

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2021 8:48 am
דורך זופ מיט מאנדלען
איך פארשטיי נישט וואס די איידיע פון ווארטן ביז די קינדער ווערן גרויס איז, דער מענטש וויל טוישן זיין לעבנס שטייגער וויבאלד ער איז נישט צופרידן פון זיין יעצטיגן לעבנס שטייגער, קא נשמע לן, אז ער וויל הנאה האבן פון זיין לעבן, זאגט מען אים, ווארט ביז די וועסט שוין זיין אלט און גרוי, דעמאלץ וועסטו שוין מילא נישט האבן קיין סאך הנאה פון דיין לעבן וויבאלד דער האלב לעבן וואס מען האט די עיקר הנאה איז שוין פארבייגעגאנגען, און דעמאלטס טו וואס די ווילסט.....

נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 8:10 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
האסט פארשטאנען זייער גוט. די אקט פון אראפ ברענגן קינדער קומט מיט א פרייז. די דארפט זיך זארגן אויף זייער וואוילזיין פאר די נעקסטע 18 יאר. אויך אז א חלק פון די פרייז אז מ'פארלירט די רעכט פאר די נעקסטע 18 יאר מאראליש זיך צו פאקן פעק כדי זיך צו אינדשויען אין א צווייטע לעבנס שטייגער.
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט מארעלס און וועליוס. ווער ס'האט נישט קיין מארעלס איז דומה לכלב סיי וואו.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 8:18 pm
דורך בת קול
עס איז נישט ריכטיג אז בלייבן צוזאמען איז אלץ די בעסטע פארן וואוילזיין פון די קינדער.
ווי אויך קומט אמאל די וואוילזיין פון זיך ערשט.
למשל אויב יעצט נעמען א צייטווייליגע ברעיק וועט אים געבן כח ווייטער צו געבן פאר די משפחה, און יעצט שפירט ער ווי ער ברעכט אינטער, איז פאר קיינעם א טובה אויב ער וועט בלייבן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 8:58 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די איידיע פון ווארטן ביז די קינדער ווערן גרויס איז, דער מענטש וויל טוישן זיין לעבנס שטייגער וויבאלד ער איז נישט צופרידן פון זיין יעצטיגן לעבנס שטייגער, קא נשמע לן, אז ער וויל הנאה האבן פון זיין לעבן, זאגט מען אים, ווארט ביז די וועסט שוין זיין אלט און גרוי, דעמאלץ וועסטו שוין מילא נישט האבן קיין סאך הנאה פון דיין לעבן וויבאלד דער האלב לעבן וואס מען האט די עיקר הנאה איז שוין פארבייגעגאנגען, און דעמאלטס טו וואס די ווילסט.....

אינטערסאנט אז שמועסנדיג אמאל מיט א גוי פארציילט ער מיר אז זיין marriage הינקעט אין גרויסען און זיין פלאן איז זיך צו גט'ן נאר ער ווארט אויס ביז זיינע קינדער וועלן אונטערוואקסען און זיי וועלן גיין אין college. דעמאלטס וועט ער טוהן דעם שריט,
כ'מיין ארויסצוברענגן אז זיך צוריקהאלטען פון א שיידונג צוליב די קינדער איז לאו דווקא א אידישע זאך וואס מען טרעפט ביי אונזערע געזעלשאפט