נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 7:37 am
אמת וצדק האט געשריבן:https://vimeo.com/206561515
דא קען מען זען די גאנצע פילם.
א יישר כח
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=14436
אמת וצדק האט געשריבן:https://vimeo.com/206561515
דא קען מען זען די גאנצע פילם.
גענעראלע איד האט געשריבן:נײגעריגער האט געשריבן:דער בוך צו לייענען און לאָודן באַם "יידישער ביכער צענטער": https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... di-yeshive
די וועבסייט האט ערשט ארויפגעלייגט דאס נעכטן.
פון וואנט ווייס איך? ווייל ווען איך האב געזוכט א קאפיע פון דעם בוך האב איך ארויסגעשיקט פארשידענע אימעילס צו וועם איך האב געהאלטן אז עס קען מיר העלפן. נעכטן האב איך באקומען אן אימעיל צוריק פון 'אידיש מיט ר' נח' אז מען האט יעצט ארויפגעלייגט צמח אטלאס אויפן אינטערנעט, איך האב א חשש אז מיין ארויפלייגן א סקען אויף קאווע שטיבל האט אינטערגעטריבן די ייאוו"א אינסטיטוציע זאל זיך אונטעריאגן...
איך באוואונדער דיין יידיש עס איז ריכטיג יידיישיסטישדוראק האט געשריבן:אַ גרויסן יישר כח פאַרן אַרויפשטעלן דעם בוך לטובת הרבים.
איך האָב זיך דערקאַזשעט אַן עקזעמפּליאַר פונעם אידישן ביכער צענטער. אַזוי ווי דאָס ווערט באַ זיי פאַררעכנט פון די „זעלטנע ביכער” איז עס געווען אַביסל טײערער פון זייער געוויינליכע פּרײז, אָבער אַזוי האָט זיך מיר געלוינט ווערן זייערער אַ מיטגליד פאַר פופציק דאָלער און אַזוי קריגן ביליקערע פּרײזן אויף אַלע זייערע ביכער (בכלל קאָן מען דאָרט קויפן אַ פולע ביכער און ספרים וועלכע זײנען ניטאָ צו קריגן אַנדערשוואו).
ווי גרויס? גרעסער ווי דו? די חזון איז האט געהאט א ווארעם מקום פאר עם אין זיין הארץשערי יושר האט געשריבן:חיים גראדע איז געווען א גוטע בעל דמיון און א גרויסער בעל תאווה
איז דא ערגעץ וואו מען קען ליינען די בוך אנליין א שטייגער ווי אלע ווערק פון שלום עליכם אויף גוגל בוקס?berlbalaguleh האט געשריבן:שערי יושר: דער בוך "צמח אטלאס", אזוי ווי אלע אנדערע ביכער פון חיים גראדע איז באזירט אויף אמת'דיגע מענטשן און פלעצער.מיט אזא פונקטליכקייט אז דו מיינסט אז דו שטייסט דארט און קוקסט צו די סצענע וואס לויפט פארביי פאר דיינע אויגן.
למשל. איינס פון די אנדערע ביכער פון חיים גראדע וואס איך האב געליינט. "די קלויז און די גאס". דארט איז דא 4 (לענגערע) באשרייבונגען. איינס הייסט ..."לייבע לייזער'ס הויף"...ווען דו ליינסט אט די מעשה מיינסטו אז דו שטייסט דארט אין דעם הויף און דו באגעגנסט די אלע כאראקטערן וואס ער שילדערט. מיט אלע זייערע מעלות און חסרונות. און אלעס וואס האט זיך אפגעשפיעלט דארט. אזוי אויך די באשרייבונג..."זיידעס און אייניקלעך"...און אלע אנדערע מעשיות פון זיינע ווערק.