בלאט 2 פון 2

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 2:21 pm
דורך אסטראלאג
מר. קלונימוס האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 10:46 am
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 10:37 am א נקודה ארויסצוברענגן די הערצה וואס דער גדול געניסט, אפיציעל איז ער נישט געווען פארעכנט אלס חסיד פון סאטמאר מהר''יי ער איז באמת געווען א מעריץ פון סאטמאר מהר''א ער האט אנגעהאלטן די שיעורים אין סאטמאר ראדני און זיך נישט געמישט אין פאליטיק לכאורה די איינציגסטער רב אין אזא פאזיציע.

יעצט לאחר מותו באקומט ער די כבוד אז סאטמאר מהר''יי מאכט די לוויה אין בית מדרש וואס דאס איז מיוחד פאר יחידי סגולה ממש כאטש זיי האבן נישט קיין שום אינטרעסע ער גייט אפילו נישט ליגן ביי זייער בית החיים און מהר''א האט נאכנישט געמאלדן צו ביי זיי גייט אויך די לוויה זיין אין בית מדרש.
זיין פרוי איז א שטארקע מהרא פען, ער האט נישט געהאט א צד בכלל.
הגאון הצדיק רבי שמעיה גרינבוים זצ״ל איז געווען גאר שארף קעגן מהרז״ל. סיי צוליב דעם חינוך און סיי צוליב די פערזענליכע פארדארבענקייט פון מהרז״ל. ואין כאן המקום להאריך כאן.

זיינע ספרים זענען געווען געשריבן בקדושה ובטהרה וואס ספעציעל געווען אפגעהיטן פון נייע אויסדרוקן און היברעישע וואקאבאלאר וואס ליידער, איז דאס זייער זעלטן צו זעהן אין די היינטיגע ספרים.

יהא זכרו ברוך

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 2:31 pm
דורך אסטראלאג
קונטרס פון רבי שמעיה גרינבוים קעגן קליפת הציונות

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 2:34 pm
דורך היימלינד
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 2:31 pm קונטרס פון רבי שמעיה גרינבוים קעגן קליפת הציונות
קונטרס אהער קונטרס אהין, איז ער געווען אדער כאטש געשטיצט ברבים נטורי קרתא ?
אויב נישט דריי נישט קיין חרוסת

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 2:52 pm
דורך אסטראלאג
היימלינד האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 2:34 pm איז ער געווען אדער כאטש געשטיצט ברבים נטורי קרתא?

ווען הגה"ק רבי משה בער בעק זי"ע איז נפטר געווארן האט ער ביים וועכענטליכן שיעור אין ראדני ארומגערעדט איבער זיין גרויסקייט און ספעציעל ארויסגעהויבן די געוואלדיגע קידוש השם וואס ער פלעגט זוכה זיין צו טוהן צו פארשפרייטן פאר די וועלט אז דאס אידיש פאלק איז תורה און נישט רציחה און נקמה.

מען דארף מאכן אן עקסטער קונטרס פון דעם שמועס. ער האט זייער שטארק גערעדט א אנדערס מאל און אפגעשלאגן די נארישע אויסריידן אז מענטשן האבן א פראבלעם מיט נטורי קרתא אין די צייט וואס ליידער זענען די רבי'ס אנגעשטעקט מיט די ציוניסטישע וויירוס.

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 2:53 pm
דורך היימלינד
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 2:52 pm וען הגה"ק רבי משה בער בעק זי"ע איז נפטר געווארן האט ער ביים וועכענטליכן שיעור אין ראדני ארומגערעדט איבער זיין גרויסקייט און ספעציעל ארויסגעהויבן די געוואלדיגע קידוש השם וואס ער פלעגט זוכה זיין צו טוהן צו פארשפרייטן פאר די וועלט אז דאס אידיש פאלק איז תורה און נישט רציחה און נקמה.

האסט מיר נישט גענטפערט.
אדער בעסער געזאגט, האסט יא, אויב נאר דאס, מיינט אז ער האט נישט געשטיצט די אידעלאגיע.

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 3:02 pm
דורך אסטראלאג
ער האט שטארק געשטיצט נטורי קרתא.
איינער וואס פלעגט זיך וועכענטליך באטייליגן ביי זיינע שיעורים זאגט אז ער פלעגט אים ביים שיעור ארויסהייבן פארן פראטעסטירן און מקדש שם שמים זיין.

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 6:34 pm
דורך עמרם
כ'האב הנאה אז סיי די ארוינים סיי די זאלונים און סיי נ''ק נעמען אים אויף זייער זייט, ווען אין אמת'ן אריין האט ער קיין איינס נישט געשטיצט

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 8:06 pm
דורך חדשים
היה דבוק כל חייו ברבינו הקדוש, תרתי משמע.

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2024 10:29 am
דורך berlbalaguleh
עמרם האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 6:34 pm כ'האב הנאה אז סיי די ארוינים סיי די זאלונים און סיי נ''ק נעמען אים אויף זייער זייט, ווען אין אמת'ן אריין האט ער קיין איינס נישט געשטיצט
דאס אליין איז שוין א גוטער סימן: אלע צדדים האבן געמיינט אז ער האלט מיט זיי.

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2024 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
ווייזט א קלוגשאפט פון א מענטש

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2024 1:53 pm
דורך יעקב מענטש
דער וואס האט אים אפי' נאר אביסל געקענט, ווייסט אז ער האט אין ערגעץ נישט באלאנגט (מיינונגען האט ער מן הסתם געהאט, ער איז געווען אפינינעיטאד), אויסער רביה"ק זי"ע און די ד' אמות של הלכה האט אים גארנישט פאראינטערסירט. קיינער האט נישט געדמיונ'ט צו ער איז אויף די אדער אויף יענע זייט.

ער האט געהאט א שטארקע דאזע פון לא תגורו אויף ענינים וואס איז אים געגאנגען בנפשו און וואס ער האט געהאלטן פאר עוולות, און ער האט קיין איינעם נישט נושא פנים געווען, געלט און כבוד האט אים נישט געקענט אפקויפן.

אין א געזעלשאפט ווי זיצן און לערנען לשם לערנען איז נישט אנגענומען, איז זיין התמדה בתורה לשם תורה פילפאכיג מער געשעצט, אן קיין פינאנציעלע אדער געזעלשאפטליכע סופפארט סיסטעם.

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 7:09 pm
דורך מחצה''ק
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 3:02 pm ער האט שטארק געשטיצט נטורי קרתא.
איינער וואס פלעגט זיך וועכענטליך באטייליגן ביי זיינע שיעורים זאגט אז ער פלעגט אים ביים שיעור ארויסהייבן פארן פראטעסטירן און מקדש שם שמים זיין.
וואס נאך?
רבי שמעי' פלעגט קענען פארציילן מעשיות פון כל גדולי ישראל נישט קיין חילוק צי וועלכע חלק כלל ישראל יענער האט געהאט שייכות

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 8:48 pm
דורך מענדל
מחצה''ק האט געשריבן: רבי שמעי' פלעגט קענען פארציילן מעשיות פון כל גדולי ישראל, נישט קיין חילוק צו וועלכע חלק כלל ישראל יענער האט געהאט שייכות

ווי למשל ?

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 1:17 am
דורך מחצה''ק
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:48 pm
מחצה''ק האט געשריבן: רבי שמעי' פלעגט קענען פארציילן מעשיות פון כל גדולי ישראל, נישט קיין חילוק צו וועלכע חלק כלל ישראל יענער האט געהאט שייכות

ווי למשל ?
קלויזענבורגע רב

Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 1:10 pm
דורך אינטערסאנטער
רבי שמעי' איז געווען א זעלטנהייט פון א בעל מדות און איידלע איד, חוץ זיין אויסטערלישע אויסטערלישע גדלות און קלארקייט בכל התורה כולה, אבער דאס וואס די זאגסט אז ער פלעגט פארציילן פון קלויזנבורגער רב איז מיר אינטערסאנט צו הערן פון ווי די נעמסט עס. נישט אז עס קען נישט זיין, אבער כ'האב קיינמאל דאס נישט געהערט אויף אים, און ער איז דאך כל ימיו געווען א מגיד שיעור אין סאטמאר.