בלאט 2 פון 3
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 9:19 pm
דורך קרעקער
יעפ די הלכה איז גם לאחרים
כהאב הנאה פין איינעם וואס האט צייט ביים זמן הדלקת נירות צו שרייבען דא
ביי רוב יודישע הייזער איז היפש אנגעצויגען מיט די לעצטע ציגרייטינגען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:48 am
דורך חכם מחוכם
קרעקער האט געשריבן:יעפ די הלכה איז גם לאחרים
כהאב הנאה פין איינעם וואס האט צייט ביים זמן הדלקת נירות צו שרייבען דא
ביי רוב יודישע הייזער איז היפש אנגעצויגען מיט די לעצטע ציגרייטינגען
אונזער טייערע זר'עלע האט אייביג צייט פאר אונז, לול
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:33 am
דורך איך זאג דיר
דאס איז נישט מיין פלאפ, איך שרייב נאר וואס כ'האב געזען מיט יארן צוריק, ביי א קידוש גייט איינער צו צו איינעם וואס איז געזעצן און ס'האט זיך עם געדאכט אז ער קען עם, ער לייגט ארויף ביידע הענט אויף יענעם און נעמט זיך קנעטן דעם אקסל, יענער געט זיך א דריי אויס און דער קנעטער זעט אז ער האט זיך טועה געגעסן, האט ער געמיינט ער כאפט דאס קדחת. אמאל מיט יארן צוריק אין סאטמארע ישיבה איז א בחור צוגעגאנגן צו ר' נתן יוסף מייזעלס ער האט געמיינט אז דאס איז א בחור און ער דערלאגנט עם א געזונטן זעץ און ריקן און ר' נתן יוסף געט זיך א דריי אויס דער בחור האט געמיינט אז די וועלט ענדיגט זיך, ער האט זיך פארענטפערט אז ער האט געמיינט אז דאס איז דער בחור ......... האט ר' נתן יוסף געזאגט בלשון שאלה און אז איך בין ....... קומט זיך מיר אזא זעץ אין רוקן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:08 pm
דורך כ׳בין פריי
געדענקעך זייענדיג און שאנע רישוינע האב איך איינמאל גערעד מיט מיין באליבאס פארן אראפלייגן האב איך פארגעסן אז איך רעד צום באוס כהאב אים אויפגעטוישט מיט מיין ווייב אראפלייגנדיג מיט די שפראך וואס מיין מדריך האו מיר געלערנט.......
נישט פאר קיין שום איד געדאכט (זאג איכעס גוט נאך??)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 12:38 pm
דורך קפנדריא
בעפאר איך האב געמופט פון מיין פיצעלע דירה צו א קליינע דירה האט מיין בני בית געדארפט הילף צום פאקן, בשעת איך בין געווען ביי דער ארבעט, איך האב אבער געוואלט ווייזן מיטגעפיל מיט די פרעשור פון פאקן, רוף איך אזוי העפליך אן מיין ב"ב מיט אן עקסטערע דאוז פון געפיל, אזוי ווי דער טעלעפאן ביי מיר אין שטוב האט זיך אויפגעהויבן, זאג איך מיט א הויך פרייליך קול העלאו האני האו איז יור דעי גאואינג? מיין שוועגערין וואס האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן - זייענדיג דארט צו העלפן - גיט א נערוועזע געשריי, הו אר יו? איך האב פארקנאקט דעם טעלעפאן און זיך איינגעוויקלט דאס פנים אין א טישו.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:31 pm
דורך שמעקעדיג
אין א טישו? איז דאס א סגולה אדער וואס??........
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 7:18 pm
דורך קפנדריא
שמעקעדיג האט געשריבן:אין א טישו? איז דאס א סגולה אדער וואס??........
דאס איז געווענליך א סגולה וואס מ'לייגט אויף א רינענדיגע נאז, דאס מערסטע אויסגעפרואווטע איז 'קלינעקס טישוס' דאס מאל האב איך עס גענוצט צו באהאלטן מיין רויטן געזיכט וואס האט געפלאמט פאר בושה, פארשטאנת?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 7:23 pm
דורך שמעקעדיג
פארשטאנתי, אבער נאך ווי...
ס'איז א זיסע מעשה'לע.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:14 pm
דורך משולם שטיינפעלד
געפילטע פיש האט געשריבן:קורן שארף האט געשריבן:היינט צופריה האב איך ארויסגעשיקט א וויכטיגע אימעיל [דורכן פאון] פון די נישט ריכטיגע אימעיל אדרעס

טאמער שיקט מען עס צו איינעם וואס מ'וויל בלייבן אנאנים פון די געהעריגע אימייל אדרעס איז טאקע א פלאפ, דאס קען וויי טוהן א באנטש!
איך האב באקומען א ביזנעס אימעיל פון איינעם, אבער יענער האט עס געשיקט פון א ראנג אימעיל אדרעס. ראנג מיין איך נישט קיין איידעלע נאמען מילד גערעדט...
איך האב אים נישט געזאגט אז איך האב עפעס באמערקט ווייל ווען יא באגראבט ער זיך פאר בושה......
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:24 pm
דורך דעינעש
א רחמנות. נעבעך.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:16 pm
דורך איחוד פעלד
אמאהל האט מיר א שוועגערין גערופן אויף דעם סעלפאן, און הייבט אהן פרעגן א שאלה בדברים שבינה לבינו, איך זיץ און הער מיט פארגעניגן און שטוינונג.
נאכן כאפן אז זי מאכט א טעות און מיינט איך בין דער רב, האב איך אויף געהאנגען דער טעלעפאן.
איך האב נישט גערעדט פון דעם קיין חצי דבר צו קיינעם.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:45 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:אהער דערמיט, איך האב וואס צו טון דערמיט.
האסט פארשפעטיגט. עש"ק א האלבע שעה פאר'ן זמן, אויפ'ן וועג צוריק פון מקו' (די וואך בין איך געגאנגען פרי אין מקוה) האב איך באגעגנט א יונגערמאן וואס האט מאיזה סיבה נישט געהאט חלות אויף שבת און די בעקעריס זענען שוין פארמאכט. האב איך איהם אוועקגעגעבן די 3 חלות בשמחה.
נ.ב.: די אויבנדערמאנטע פאנטאזיע איז גאר נישט קיין פאנטאזיע נאר בדידי הוו' עובדא.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:49 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:הלוואי. כ'וואוין אינדרויסן פון געגענט, בלויז איין שכן אונטער מיר און ער איז אין קאנטרי.
אין קאנטרי? ער זאגט מוריד הטל?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:52 pm
דורך לעמיל
berlbalaguleh האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:אהער דערמיט, איך האב וואס צו טון דערמיט.
האסט פארשפעטיגט. עש"ק א האלבע שעה פאר'ן זמן, אויפ'ן וועג צוריק פון מקו' (די וואך בין איך געגאנגען פרי אין מקוה) האב איך באגעגנט א יונגערמאן וואס האט מאיזה סיבה נישט געהאט חלות אויף שבת און די בעקעריס זענען שוין פארמאכט. האב איך איהם אוועקגעגעבן די 3 חלות בשמחה.
נ.ב.: די אויבנדערמאנטע פאנטאזיע איז גאר נישט קיין פאנטאזיע נאר בדידי הוו' עובדא.
א רחמנות אויף יענעם! געבסט אים חלות פון 4 חדשים צוריק עס האט מן הסתם געהאט מיין באבע'ס טעם
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:53 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען ברענגט יעצט ארויף זומער אשכולות, זאגט מען מוריד הטל און משנה הבריות.
חוץ מזה, וואוינט ער דאך אין ציריך, דארטן איז די וועטער אנדערש.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:56 pm
דורך לעמיל
א רחמנות אויף זר ער האט איינמאל בטעות געזאגט וועגען צוריך און ער הערט יעדען טאג דערפון....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:06 pm
דורך זר זהב
ס'נישט קיין טעות.
אגב מיין מעיאר'קע קאריינע מאיכע האט היינט אינדארסט אבאמא. זי קלערט אז אפשר קען זי האבן עפעס אינפלוענס זינט זי איז אן אמעריקאנער געבוירענער אין די סווינג סטעיט פון אייאווע. איר סאציאלע שטיצע פאר אבאמא ווייזט נאך מער פארוואס מ'מוז שטימען פאר ראמני.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:57 pm
דורך ניו יארק
נישט מער געדאכט ווען איך האב אנגעהויבן אנצוטאן א צווייטענס וועש און מקוה, אוי, איך האב נאך די טשילס פון דעמאלס....
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:04 pm
דורך שמעקעדיג
הא הא, דאס איז א גוטס....
וואו האסטו זיך אפגעשטעלט? וואס האט דיר געמאכט כאפן אז עס איז נישט דיינע וועש?...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:09 pm
דורך ניו יארק
פרעג נאר מיין שכן און מקוה, ער וועט עס דיר געבען צו פארשטיין.....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:58 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען ברענגט יעצט ארויף זומער אשכולות, זאגט מען מוריד הטל און משנה הבריות.
חוץ מזה, וואוינט ער דאך אין ציריך, דארטן איז די וועטער אנדערש.
א היכי תימצא! ער וואוינט אין ציריך און גייט אין מקוה אין וויליאמסבורג.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:01 am
דורך sunbar
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען ברענגט יעצט ארויף זומער אשכולות, זאגט מען מוריד הטל און משנה הבריות.
חוץ מזה, וואוינט ער דאך אין ציריך, דארטן איז די וועטער אנדערש.
א היכי תימצא! ער וואוינט אין ציריך און גייט אין מקוה אין וויליאמסבורג.
ער איז געקומען אויף א משפחה שמחה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:09 am
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:אהער דערמיט, איך האב וואס צו טון דערמיט.
האסט פארשפעטיגט. עש"ק א האלבע שעה פאר'ן זמן, אויפ'ן וועג צוריק פון מקו' (די וואך בין איך געגאנגען פרי אין מקוה) האב איך באגעגנט א יונגערמאן וואס האט מאיזה סיבה נישט געהאט חלות אויף שבת און די בעקעריס זענען שוין פארמאכט. האב איך איהם אוועקגעגעבן די 3 חלות בשמחה.
נ.ב.: די אויבנדערמאנטע פאנטאזיע איז גאר נישט קיין פאנטאזיע נאר בדידי הוו' עובדא.
א רחמנות אויף יענעם! געבסט אים חלות פון 4 חדשים צוריק עס האט מן הסתם געהאט מיין באבע'ס טעם
לאמיך דיר אראפלייגן די אמת'דיגע געשיכטע וועסטו זען אז ס'איז גארנישט קיין דזשאוק. איך בין נישט געווען דער "נותן" נאר דער "מקבל". אין מיין הויז איז געווען א שריפה ל"ע אין א פרייטיג. ווען איך האב מיך דערמאנט אז כ'האב נאכנישט קיין חלות אויף שבת איז שוין געווען א האלבע שעה פאר'ן זמן הדלה"נ. אין א ביהמ"ד איז געווען איבריגע דריי חלות וואס דער גבאי האט מיר געגעבן.