די סטרעס פון ערב פסח

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:זאת ועוד
ווי מען האט געפרעידיגט אלע יארן אז מען דארף זיך האלטען צום מסורה אלס דעם "ואל תטוש תורת אמך"
דארף מען קלאר וויסן וואס גייט אריין אין די גדר פון ואל תטוש,
דאס איז אמאל זיכער אז וואשען זאכן מקום שאין מכניסים בו חמץ גייט זיכער אריין אינעם גדר פון תורת משוגעיך.
יעצט אפגלאנצען חמץדיגע טעפ וואס מען גייט נישט ניצען אום פסח איז אויך נישט נארמאל [ס'דא אסאך אידענעס וואס טוהען עס מיטן גאנצען פלייס און למעשה נאר דער גוי וואס קויפט די חמץ ער האט א ניצן פון די גלאנצעדיגע טעפ...] ווייל אמאל פלעגט מען נעמען די זעלבע חמץדיגע טעפ און עס כשר’ן לצורך פסח.

ווען מען קוקט צוריק אויף די אמאליגע זהירות אין פסח במשך הדורות איז עס געווען בעיקר אויף מאכלים און נישט אויף קלינען פון חמץ
אלא ע"כ איטס עי סעלף מעיד סטרעס


איך וואלט עס נישט גערופן א סעלף מעיד סטרעס: אויב ווייסט איר וועגן פסיכאלאגיע און וויאזוי די מח פון א מענטש רעאגירט צו פחדים וואס זענען איינגעקריצט פון יונגערהייט, דאן איז קלאר אז ס׳איז גארנישט אזוי פשוט. עס קען דויערן יארן לאנג אויסצו-וואשן דעם מח פון אזעלכע ליגנס וואס זענען איינגעקריצט געווארן ואומווילנדיג אדער ווילנדיג ביי די לערערינס אין שולע אדער ביי די עלטערן אין שטוב אין די קינדער יארן. היילן פון דעם נעמט נישט איבערנאכט, עס איז א פראצעס, און פראפעסיאנעלע הילף קען העלפן מיט דעם.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

סאיז שוין גרינגער און ביליגער צו פסחיג מאכן ווי גיין פאר פראפעשענאל הילף
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

תרמב האט געשריבן:סאיז שוין גרינגער און ביליגער צו פסחיג מאכן ווי גיין פאר פראפעשענאל הילף


איך ווייס נישט אויב איר וואלט געקומען צו די זעלבע קאנקלאזשן ווען נישט די סטרעס פון ערב פסח. ווייל ס'איז פונקט ווי ווען איר קויפט אן אלטע פארקראכטע קאר מיט די איינרעדעניש אז איר שפּארט זיך געלט אבער באמת איז דא יעדע צווייטע וואך עפעס וואס צוברעכט זיך און צום סוף דארף מען צאלן א טייערע פרייז פאר די "מציאה" (ביליג איז טייער) אזוי אויך דא: צו פארשפארן די טיפע רושם און long term effects וואס די אלע סטרעס לאזט אויף די גייסטישע און פיזישע געזונט פון זיך, און די קינדער און די בני בית; ווער רעדט נאך ווען ס'לייגט צו שוועבל חרוב צו מאכן מער די שלום בית, לוינט זיך אמאל די אינוועסטמענט.

ס'איז א טעות וואס אסאך מענטשן מאכן ווען מ'איז אין א שווערן מצב אז אויב מ'טוט גארנישט און מ'ווארט נאר ס'זאל בעסער ווערן וועט עס העלפן. דער אמת איז אז גארנישט ווערט נישט בעסער פון זיך אליין, און מיטן זיין פּאסיוו טוט מען זיך אליין אן עוולה. שלום בית (ווי אויך יעדע אנדערע רילעישאנשיפ) קען מען אין א געוויסן זין פארגלייכן צו א פריזשידער. אפשר זענען דא דערין זאכן וואס מ'קען צאמקלאפן עפעס גוטע מטעמים אבער מ'דארף רייניגן די פרידזש פון די שמוץ און שיריים וואס קלייבט זיך אָן, אויב נישט וואקסט די שימל.

איך האף איר וועט טרעפן א וועג צו פארגרינגערן אייער מצב.
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

שפרה לאווען וועגן חרטה:

https://www.youtube.com/watch?v=uWMz-IC7jgo
פארשפארט