בלאט 2 פון 7
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 11:13 am
דורך [NAMELESS]
ראיאטן אין קרית יואל ווען רבי יחזקאל האט דארטען באזוכט תשנ"ה
https://www.nytimes.com/1995/08/02/nyre ... rabbi.html
Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 11:51 am
דורך א חסיד פון ווילנא
פארשטיי נישט פארוואס מ׳ ברענגט עס אויף דא יעצט
קיין שום כבוד פאר׳ן נפטר זצ"ל (פאר ווער עס האט געוויסט זיין מיינונג די לעצטע יארן איבער די פרשה)
און א בזיון עצום פאר ביידע סאטמארע קהלות מיט וועם ער איז געווען בידידות די לעצטע יארן
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 12:09 pm
דורך מפיל קינד
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:פארשטיי נישט פארוואס מ׳ ברענגט עס אויף דא יעצט
קיין שום כבוד פאר׳ן נפטר זצ"ל (פאר ווער עס האט געוויסט זיין מיינונג די לעצטע יארן איבער די פרשה)
און א בזיון עצום פאר ביידע סאטמארע קהלות מיט וועם ער איז געווען בידידות די לעצטע יארן
מ'וויל דערמאנען די אידן וואס האבן געהאט א שייכות דערמיט צו גיין צום לויה און איבערבעטן דעם אדם גדול מיט בכיות.
ווי אויך א דערמאנונג פאר נעקסט טיים, אז ס'לוינט נישט מבזה צו זיין גדולי ישראל ווייל איין טאג האט מען חרטה. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 12:18 pm
דורך אישתישבי
ווער האט חרטה?
איך געדענק אין כולל האבן די סאטמארע אין גערופען באבא חזקעלי.
אפשר ארבעט זיך עס נישט אויס ווי אזוי זיי ווילען. אבער חרטה? נעווער.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 12:24 pm
דורך איך אויך
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:פארשטיי נישט פארוואס מ׳ ברענגט עס אויף דא יעצט
קיין שום כבוד פאר׳ן נפטר זצ"ל (פאר ווער עס האט געוויסט זיין מיינונג די לעצטע יארן איבער די פרשה)
און א בזיון עצום פאר ביידע סאטמארע קהלות מיט וועם ער איז געווען בידידות די לעצטע יארן
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אלס טיפיקל נערוני עקספעקט קיינער נישט עפעס אנדערש פון דיר. דו פארגעסט נאר אז דא איז ק''ש נישט שלמה יאנקל''ס אדער טעלערל'ס דאמעין.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 12:25 pm
דורך במדבר
![בילד](https://f7k6f9k9.ssl.hwcdn.net//media/874844/%D7%91%D7%9C%D7%99%D7%9E%D7%95%D7%93-%D7%91%D7%99%D7%A9%D7%99%D7%91%D7%94.jpg?width=716&height=481.9575)
(קרעדיט: בחדרי חרדים)
Re: בד"ה הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, אב''ד קארלסבורג
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 12:33 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
פארשטיי נישט וואס מ׳ אטאקירט מיך
איך האב דען געזאגט אז עס איז גערעכט געווען, (ביידע צדדים)
איך האב געזאגט אז זיי האבן זיך איבערגעבעטן, (איך האב געהערט פון זיין זון א סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט פאר מהר"א לעצטענס אבער פארשטייט זיך אז קיינער וועט נישט גלייבן זאג איך עס נישט)
זיי האבן זייער גוט געלעבט די לעצטע יארן יעדער האט מוחל געווען דעם צווייטן, סא וואס איז דער ענין ארויפברענגען דא?
ד"א, זיין אייניקעל איז געווען א תלמיד אין סקול דיסטריקט יענע יארן
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 1:03 pm
דורך איך אויך
יע יע גרוסער צולייגער. כידוע האט ר' חזקל זצ''ל (צוזאמען מיטן אודווארי רב זצ''ל) געטענט אז סאטמארער רב האט שטארק געשטיצט דעם עירוב און זאגאר זיי פערזענליך געגעבן געלט דערפאר. און ער איז לכל הדיעות נאך אזוי באגלייבט ווי דעם פורים בי''ד.
לאמיר זעהן אז סאטמאר (סיי וועלכע) זאל מודה זיין על האמת.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 1:04 pm
דורך ברסלבער
ביי א שמחה פון זיין אייניקל, הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א, אויסלויבנדיג אים אלס מרביץ תורה וואס ברענגט צוריק אזויפיל אידן צום אייבערשטן.
https://vimeo.com/520635366
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 1:48 pm
דורך תרמב
איך האב דורכשפאצירט קארלסבורגע בית מדרש היינט האב געכאפט א שמועס מיט א אייניקל, וואס איז געווען די לעצטע צו זיין מיטן קארלסבורגע רב, האט ער מיר פארציילט אז ער איז געווען מיט אים איבער נאכט, ער איז געלעגן אין בעט אין זיין שטיבל וואס איז נעבן בית מדרש, ער איז אויפגעווען א גאנצע נאכט און געלייענט קריאת שמע און געזאגט שירה וכדומה, ער פלעגט עס טוהן אפט,
איך האב געפרעגט וועגן קאראנא, האט ער מיר פארציילט אז ער האט עס געהאט נאך סוכות און ער איז געווען אביסל שוואכער זייט דעמאלטס, די לעצטע צוויי וואכן איז ער געווען זייער שוואך מען האט אים געטעסט און אלעס איז צוריקגעקומען גוט.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 1:51 pm
דורך תרמב
איך האב גערעדט צו א צווייטן אייניקל, האט ער אים זייער באוויינט זאגנדיג אז ער איז געווען זייער א ליבליכע זיידע, מיטגעהאלטן אלעס, און אלס געגעבן געלט פאר די אייניקלעך.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 3:52 pm
דורך מיליאנער
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:פארשטיי נישט וואס מ׳ אטאקירט מיך
איך האב דען געזאגט אז עס איז גערעכט געווען, (ביידע צדדים)
איך האב געזאגט אז זיי האבן זיך איבערגעבעטן, (איך האב געהערט פון זיין זון א סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט פאר מהר"א לעצטענס אבער פארשטייט זיך אז קיינער וועט נישט גלייבן זאג איך עס נישט)
זיי האבן זייער גוט געלעבט די לעצטע יארן יעדער האט מוחל געווען דעם צווייטן, סא וואס איז דער ענין ארויפברענגען דא?
ד"א, זיין אייניקעל איז געווען א תלמיד אין סקול דיסטריקט יענע יארן
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
איך וועל דיר גלייבן... לאמיר הערן
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 6:33 pm
דורך yesiknow
דער עיקר איז אז ער איז געוועהן דבוק בכל נפשו צו רביהק אלעס חוץ דאס איז נישט אינטערסאנט
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 7:11 pm
דורך גיב א שמייכעל
איך אויך האט געשריבן:יע יע גרוסער צולייגער. כידוע האט ר' חזקל זצ''ל (צוזאמען מיטן אודווארי רב זצ''ל) געטענט אז סאטמארער רב האט שטארק געשטיצט דעם עירוב און זאגאר זיי פערזענליך געגעבן געלט דערפאר. און ער איז לכל הדיעות נאך אזוי באגלייבט ווי דעם פורים בי''ד.
לאמיר זעהן אז סאטמאר (סיי וועלכע) זאל מודה זיין על האמת.
דער אלטער יאקע רבי זצ"ל (נישט די וועלכע איז יעצט אוועק, זיין טאטע נאך.) האט געשריבן א בריוו, אז דער פאפא רב זצ"ל האט איהם דערציילט אז ער איז געווען ביים דברי יואל זצ"ל און ארומגערעדט וועגען מאכן אן עירוב אין וויליאמסבורג און ער האט עס שטארק געשטיצט און ער האט איהם געגעבן געלט עס צו מאכען!
איז שטימט וואס ר' חעזקל זצ"ל האט געזאגט.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 7:13 pm
דורך גיב א שמייכעל
אגב, איז די מעשה איבער זיין געבן נאכאמאל קידושין פאר זיין פרוי נאכן נישט זיין געזינט אמת??
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 7:47 pm
דורך היכי דמי
וואס איז פשט פון די שלעגערייען און קולות ביים לויה? עס איז נישט בין הזמנים. געזעהן הריגות נעבן די ביהמ"ד
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 7:51 pm
דורך גאנצל
מפיל קינד האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:פארשטיי נישט פארוואס מ׳ ברענגט עס אויף דא יעצט
קיין שום כבוד פאר׳ן נפטר זצ"ל (פאר ווער עס האט געוויסט זיין מיינונג די לעצטע יארן איבער די פרשה)
און א בזיון עצום פאר ביידע סאטמארע קהלות מיט וועם ער איז געווען בידידות די לעצטע יארן
מ'וויל דערמאנען די אידן וואס האבן געהאט א שייכות דערמיט צו גיין צום לויה און איבערבעטן דעם אדם גדול מיט בכיות.
ווי אויך א דערמאנונג פאר נעקסט טיים, אז ס'לוינט נישט מבזה צו זיין גדולי ישראל ווייל איין טאג האט מען חרטה. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
איך ווייס נישט צו דער נפטר האט יא אדער נישט איבערגעבעטן דעם רבין זצ"ל הברך משה אבער פארוואס ברויך מען עס דא ארויפברענגעון ? ער האט די לעצטע יארן זייער גוט געלעבט מיט סאטמאר רב שליט"א
באמת א גרויסע ווייטאג פאר יהדות זיין חסרון וועט זיך דערקענען מכאן ולהבא אזא טיפ מורה הוראה איז שווער צו טרעפן נאך איינער בדוגמתו
אויסער דעם געווען א עובד ד' באמת ובתמים מייגע בתורה און א ת"ח עצום בכל מכמני התורה
די גרעסטע ורי הוראה בדורינו אבן זיך סומך געווען אויף אים און אים אנגעפרעגט די שווערסטע שאלות אויף וועלכע ער האט משיב געווען מיט א קלארקייט בפרט די לעצטע פאר יאר
זכותו יגן עלינו
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 8:25 pm
דורך אישתישבי
וועלכע זוהן רופט זיך דער האמאראדער?
און ר' משה איז דער ממלא מקום?
איז ער דער עלטסטער?
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 8:29 pm
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:וועלכע זוהן רופט זיך דער האמאראדער?
און ר' משה איז דער ממלא מקום?
איז ער דער עלטסטער?
ר' עמרם בעל מכשיר
ר' משה די עלסטע איז ממלא מקום
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 8:47 pm
דורך תרמב
היכי דמי האט געשריבן:וואס איז פשט פון די שלעגערייען און קולות ביים לויה? עס איז נישט בין הזמנים. געזעהן הריגות נעבן די ביהמ"ד
די לויה האט זיך געצויגן זייער לאנג און די בחורים זענען געווען אומגעדולדיג, האבן זיי זיך ארומגעשלאגן מיט די שומרים
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 11:46 pm
דורך yesiknow
גיב א שמייכעל האט געשריבן:אגב, איז די מעשה איבער זיין געבן נאכאמאל קידושין פאר זיין פרוי נאכן נישט זיין געזינט אמת??
בעצם וואלט די שוועסטער געדארפט זיין די ווייב נאר די צדיק האט נישט געוואלט פארשעמען
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 11:56 pm
דורך yesiknow
ברסלבער האט געשריבן:ביי א שמחה פון זיין אייניקל, הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א, אויסלויבנדיג אים אלס מרביץ תורה וואס ברענגט צוריק אזויפיל אידן צום אייבערשטן.
https://vimeo.com/520635366
די ווילסט דא מספיד זיין ר' יואלי ראטה, ער לעבט דאך נאך
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 12:49 am
דורך [NAMELESS]
די ליצים פלעגן זאגן, אז ווען מען ריפט אריין אין זיין בית הוראה, הערט מען דאס פאלגענדע: איהר זענט אנגעקומען צו די קארלוסבארגע בית הוראה, פאר א היתר דריקט 1, פאר א איסור דריקט 2, און אויב האט איהר געדריקט 2, האט מען אייך געזאגט אז איהר האט א ראנג נאמבער.........