בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג מערץ 16, 2021 9:16 pm
דורך פארשטאנד
nespresso האט געשריבן:אז זיי האבן געטראפן זאכן פון 6 מיליאן יאר צוריג פארוואס דארף.איך גלייבן אז די ספרים איז 2000 יאר אלט
Sent from my SM-A015V using Tapatalk
זעקסטע מילעניע איז פינעף מיליאן ניין הונדערט פיהר און ניינציג טויזענט יאהר ווייניגער פון זעקס מיליאן.
לגבי די מחלוקת מרפסין איגרא צווישן הני תרי צנתרי דדהבא רביה"ק און הקטן, רוב רובם פון היינטיגע חוקרים האלטן אז די תורה, על חמש חלקיה זענען מזמן בית ראשון, במילא אפילו אויב עס זאל זיך ארויסשטעלן צו זיין אויטענטיש, וועט איר עצם עקזיסטענץ נישט זיין קיין חידוש.
נשלח: מאנטאג מערץ 22, 2021 9:07 pm
דורך מי אני
דאס איז א גוטע הערה. מ׳קען דאס אולי אביסל אונטערלאַנען מיט וואס מ׳האט געשריבן
דא, אז אין אלגעמיין ווען עס איז א ״שפיל״ צווישן איינער און א כנגדו חשבונ׳ט מען אריין צו א טיפערע לעוועל אין וואס דער אנדערער טראכט און דאדורך מאכט ער די באשלוסן. ס׳איז שטארק יתכן אז ער זאל האבן אזוי געפילט אזוי ווי א שפיל פון זיך קעגן די פארשער. אולי.
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 7:39 am
דורך שבת אחים
.
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 7:39 am
דורך שבת אחים
יאהרן צוריק בין איך געוועהן אין פילידעלעפיע א חול המועד דאכצעך אין די Benjamin Franklin Museum האבן זיי דארט געהאט א גאנצע אפטיילונג פון די ים המלך-תורות אויסגעלייגט אין א גלאז. און איך האב פרובירט צו ליינען איין פרשה פאר מתן תורה. און איך האב מיך אנגעשטויסן אין עפעס מאדענע ווערטער ווי ויזרח משה. נישט קיין ווערטער נאר גאנצע פסוקים וואס שטייט נישט אין אונזערע תורה. און מיין עקס האט מיך געפרעגט וואס איז פשט דערפון? איך בין געוועהן פארלוירן פאר אפאר סעקונדעס, נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. כ׳בין אליינס געוועהן שאקירט. האב איך איר געזאגט אז זעהט אויס אז סאיז שוין דעמאלטס געוועהן מחלוקות צווישן די רבנים איבער געוויסע שיטות פונקט ווי היינט מיט די עירוב. אבער נאכדעם האב איך געהערט אז מ׳האט פעסטגעשטעלט אז סאיז געוועהן אסאך פעלשערייען אין די ביזנעס. עד היום איז נישט קלאר וועלכע פון זיי זענען אויטענטיש און וועלכע נישט. אויך איז מעגליך אז געוויסע אידישע סעקטס האבן פארדרייט אדער צוגעלייגט צו די תורה. עכ״פ סאיז נישט געדרינגן פון דעם גארנישט.
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 10:14 am
דורך אישתישבי
אין עפעס מאדענע ווערטער ווי ויזרח משה
צ"ל ויכתב משה, והכל מיושב בס"ד.
אויך האט מען געטראפען ספרים חיצונים ווי ספר חנוך.
אבער עס הייסט ביי די חוקרים אז חוץ אפאר שנויים קלים איז די מגילות ים המלח דער זעלבער ווי אונז.
אין דער ארטיקעל ווערט דערמאנט, און אזוי קען מען דאס זעהן אין אנדערע פלעצער אז די מגילות ווייזען ראיות צו יאשקע, און די קריסטען טענה'ן אויך אזוי, עס איז דא אין דעם אריכות.
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 10:23 am
דורך אישתישבי
רוב רובם פון היינטיגע חוקרים האלטן אז די תורה, על חמש חלקיה זענען מזמן בית ראשון,
לפי זכרוני האלטען זיי אז עס איז פין גלות בבל און עזרא האט עס געענדיגט.
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 1:04 pm
דורך שבת אחים
העניך האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט פעלשערייען ביי מגילות ים המלח? כ'ווייס נישט פון אזא זאך.
אוואדי!
מהאלט אין איין כאפן פעלעשערייען.
מאך א גוגל סירטש
Dead Sea Scrolls' at the Museum of the Bible are all forgeries
Months of testing confirm earlier suspicions that the fragments were made in modern times.
https://www.nationalgeographic.com/hist ... -forgeries
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 4:09 pm
דורך שבת אחים
פאר ווער ס׳וויל זעהן וואס פארא פעלעשערייען ס׳גייט פאר אין די Industry זאל דאס וואטשן. סאיז ווערט די צייט.
Dead Sea Scroll DetectivesNew technologies unravel the Dead Sea Scrolls’ mysteries and uncover million-dollar fakes.
https://www.pbs.org/wgbh/nova/video/dea ... etectives/
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 9:04 pm
דורך ליב צו וויסן
א דאנק אייך שבת אחים פאר די אינפארמאציע... ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'הער וועגן די מגילות פעלשערייען.
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 9:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מי יגלה עפר מעיניך ברוך שפינוזה?
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 9:42 pm
דורך שבת אחים
ליב צו וויסן האט געשריבן:א דאנק אייך שבת אחים פאר די אינפארמאציע... ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'הער וועגן די מגילות פעלשערייען.
איך שטודיר שוין די נושא זייער א לאנגע צייט. און ליידער איז נישטא קיין אמתע וועג דערווייל צו וויסן אויף הונדרעט פראצענט וואס איז אמת און וואס נישט. יעדער קען זיך איינהאנדלן אלטע פארמעט- סאיז דא א גאנצע מארקעט דערפון. און זיי קענען שרייבן דארט וואס זיי ווילן. מ׳באצאלט פאר א קליין שטיקל א מיליאן דאללער בערך. מיינסט ס׳גייט נישט זיין קיין סקעמערס???
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 4:25 am
דורך ליב צו וויסן
ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די גאנצע שקליא וטריא זייערע איז אויף שטיקלעך וואס קומען כסדר אפיר, און נישט אויף די גרויסע און הויפט געפינסן.
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 7:44 am
דורך שבת אחים
ליב צו וויסן האט געשריבן:ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די גאנצע שקליא וטריא זייערע איז אויף שטיקלעך וואס קומען כסדר אפיר, און נישט אויף די גרויסע און הויפט געפינסן.
פעלעשערייען? אויף די קלענערע מאכט זיך מעהר פאלשע ווייל סאיז אסאך גרינגער צו פעלשן און קליינע שטיקלעך איז גרינגער צו פארקויפן אויך אבער סאיז שוין געוועהן פעלשערייען ביי גרויסע אויך וואס מהאט געכאפט נאכדעם אז סאיז פאלש. בקיצור מקען נישט באמת וויסן צי סאיז אויטענטיש. נישטא קיין וועג צו וויסן אויף הונדערט פראצענט.
אדרבה אויב סאיז דא א וועג ביטע לאזט מיר וויסן. ס׳וועט זיין זייער אינטערסאנט צוהערן וויאזוי.
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 8:43 am
דורך אישתישבי
סא אין בייבל מוזעאום איז דא שטיקלעך וואס די קאנטענט איז סתם געבעבלט, ווי למשל ויזרח משה?
עס איז שווער צו גלייבן אז א פעלשער זאל נישט כאטש מאכן עפעס בעסער פין דעם. און זיי זעהן אזעלכע טפשים זיי קויפן זיך א איין שטיקלעך וואס זענען פאלש גענוג אז יעדער איינער קען זעהן אז עס איז פאלש?
Re: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשו
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 11:09 am
דורך כרם זית
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מי יגלה עפר מעיניך ברוך שפינוזה?
ימ"ש. אולם כיון דהיה ישראל בא הבעש"ט ותיקן שיטתו, דבכל חטא ישראלי יש קצת אמת.
-הגריא"ה זצ"ל.
Sent from my LM-X210(G) using Tapatalk