בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג מערץ 19, 2021 4:03 pm
דורך יעקב מעקסוועל
עס איז קלאר א חסיד איז נישט היינטיגע צייטן בוחר וואו צו גיין, און אויב האט מען טענות אויף א גערער יחיד, אדער מען קוקט אן יעדע גערער ווי א רוצח, איז עס א סארט ראסיזם. מצד שני, א חסידות איז נישט נאר א קאלעקציע פון מענטשן, עס איז א חינוך סיסטעם, א רעליגיע סיסטעם. איך בין נישט באקאנט מיט גער פון דער נאנט, אויב איז עס טאקע אזויווי עס זעט אויס פון ווייט, איז ריכטיג צו האבן טענות צו די חסידות און איר פירערשאפט. (נישט צום יחיד).

די גרעסטע ווייטאג אין די מעשה איז, אז עס שוין געווען א תיק. עס איז שווער זיך אריינצומישן אין אנדערע מענטשנס ביזנעס, און רוב פון אונז זענען גענוג ביזי מיט די אייגענע לעבן, אבער עס ממש א חוב קדוש צו טון וואס מען קען. עס איז מעגליך ווען דו זעסט עפעס גייט פאר ערגעץ וואו, ביסטו דער איינציגער וואס ווייסט, די אחריות איז גרויס.

נשלח: פרייטאג מערץ 19, 2021 5:02 pm
דורך קוויטעל
לא בחינם שרייעט בית לפליטות אז זייערע מוסדות זענען פול מיט 'לעבעדיגע' יתומים... קראנקע עלטערן וואס קענען נישט אויפציען קיין געזונטע דור.

ס'איז באמת לייכטזיניג צו ווארפן דאס שולד אויף יענעם. ס'איז אבער וויכטיג צו האלטן א אויג איבער די קראנקע שטיבער, די קראנקע זעלבסט, צו זיי זענען נישט עלול אויף זעלבסט מארד צו חלילה די אייגענע רח''ל

נשלח: מוצ"ש מערץ 20, 2021 10:38 pm
דורך מפיל קינד
קוויטעל האט געשריבן:לא בחינם שרייעט בית לפליטות אז זייערע מוסדות זענען פול מיט 'לעבעדיגע' יתומים...



פון וויפיל קינדער באשטייט בית לפליטות? באלד וועסטו נאך בויען א וועקער סטאטיסטיק ארטיקל בעיסד אוו די עווידענס פון די בית לפליטות עדס...

נישט געזונטע עלטערן זענען געווען אין אלע דורות, אסאך מער פון היינט, און דאס איז דא ביי גויים ווי ביי אידן. נאר היינט נעמט מען געווענליך בעסער קעיר פון אזעלכע פעלער, ס'שוין דא היינט אסאך מער אינפארמאציע און אווערנעס ווי אמאל.

נשלח: מוצ"ש מערץ 20, 2021 11:49 pm
דורך אישתישבי
שמעתי
דער מעשה מיט אנברענען דער האנט אפאר יאר צוריק איז נישט אמת, דער מעשה אז עס איז געוועהן צוליב בר מצוה געלט איז נישט אמת.
וואס יא?
דער טאטע איז געווען א נארמאלע מענטש א מוצלח א בעל פרנסה, אין די לעצטע פאר וואכן איז ער געגאנגען צוליב א סיבה (מעגליך דעפרעסיע) צו א נישט געלייסענסטע מענטש זאל אים העלפן, יענער האט פראבירט מיט היפענטייזען און אין געגעבען פילען וואס האבן אים אינגאנצן משוגע געמאכט. ער האט די פאר טאג פאר דער מעשה געשריגען און געטאנצט אז משיח בא. ער איז געגאנגען צו דער דיין דארט און יענער האט אים געזאגט אז ער וועט אים טרעפען א סייקייטריסט, משום סיבה איז ער נאך נישט געגאנגען. יענער נאכט האט ער געשפילט באמבידיגע מוזיק אין בעיסמענט (ער פארמאגט א ווילא), און דער ווייב האט אויפמערקזאם געמאכט, און בתוך זיין משוגעת פין שרייען מתוך עקסייטמענט אז משיח בא, האט ער געכאפט א מעסער און געלאפען צו דער קינד און אים ל"ע געשטאכן, דער ווייב האט גערופען משטרה האבן זיי איר געזאגט זי זאל אריין גיין אין א שטוב מיט אלע קינדער און פארשליסן דער טיר. ווען ער האט געהערט משטרה איז ער ארויס געלאפען אין בעקיארד, און דארט האט מען אים געכאפט.

עד כאן שמעתי. והבוחר יבחר.

נשלח: זונטאג מערץ 21, 2021 7:44 pm
דורך איך אויך
דאס איז די גירסה וואס גער פארענטפערט. אבער דער טעראפיסט אויף וועם זיי האבען עס ארויפגעשמירט לייקענט שטיין און ביין, ער זאגט אז האט דעם פארשוין קיינמאל נישט באגעגנט און פארשטייט זיך נישט געגעבן קיינע פילן.

והבוחר יבחר.

נשלח: זונטאג מערץ 21, 2021 8:25 pm
דורך אישתישבי
איך אויך האט געשריבן:דאס איז די גירסה וואס גער פארענטפערט. אבער דער טעראפיסט אויף וועם זיי האבען עס ארויפגעשמירט לייקענט שטיין און ביין, ער זאגט אז האט דעם פארשוין קיינמאל נישט באגעגנט און פארשטייט זיך נישט געגעבן קיינע פילן.

והבוחר יבחר.


דאס אז דער טעראפיסט לייקענט איז טאקע א ראיה אז לא היה ולא נברא.

אינטערסאנט אז אין דער ערשטער נייעס שטייט קודם אז דער טאטע איז אנטלאפן און מען האט אים אפגעזוכט, כאילו ער איז געוועהן ווייסעך ווי ערגעץ, און צום סוף פין זעלבע ארטיקעל שטייט אז ער איז געוועהן אין דער בעקיארד.

נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 5:36 am
דורך בן-עולם-הבא
דער שוידלעכער מארד איז צום באדויערן א רעזולטאט פון א שלעכטער געזונט-באהאנדלונג פון דעם טאטן פאר זיין
גייסטיגער קראנקהייט. נישט דורך א דאקטער. מען ווייסט ווער ס'האט אים באהאנדלדט און מיט וואס.

נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 6:19 am
דורך בן-עולם-הבא
ממש איצט האט די ישראלדיגע מעדיע געמאלדן אז די פאליציי האט פארהאלטן דעם פארשוין וואס
האט אים באהאנדלט מיט פארשידענע נארקאטיק מיטלען.

Re: גערער פאטער שטעכט זיין זון צום טויט צוליב געלט קאנפליקט

נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 12:38 pm
דורך מארמאראשער
ווי איז די טאטע יעצט? חד גדיא? איז ער געווען ביים לוויה? שבעה זיצן?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 4:31 pm
דורך נחום הסופר
אישתישבי האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:דאס איז די גירסה וואס גער פארענטפערט. אבער דער טעראפיסט אויף וועם זיי האבען עס ארויפגעשמירט לייקענט שטיין און ביין, ער זאגט אז האט דעם פארשוין קיינמאל נישט באגעגנט און פארשטייט זיך נישט געגעבן קיינע פילן.

והבוחר יבחר.


דאס אז דער טעראפיסט לייקענט איז טאקע א ראיה אז לא היה ולא נברא.

אינטערסאנט אז אין דער ערשטער נייעס שטייט קודם אז דער טאטע איז אנטלאפן און מען האט אים אפגעזוכט, כאילו ער איז געוועהן ווייסעך ווי ערגעץ, און צום סוף פין זעלבע ארטיקעל שטייט אז ער איז געוועהן אין דער בעקיארד.

אנטלאפן צו א וועלדל נעבן זיין הויז

ביטערע מעשה

נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 4:31 pm
דורך נחום הסופר
מארמאראשער האט געשריבן:ווי איז די טאטע יעצט? חד גדיא? איז ער געווען ביים לוויה? שבעה זיצן?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

דזבין אבא... אודאי אין חד גדיא, ס'הייסט אז דערווייל רעדט ער נישט געהעריג

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 8:10 am
דורך בן-עולם-הבא
דער פסיכיאטער פונעם געזונט- מיניסטעריום האט היינט פעסט געשטעלט אז דער טאטע איז נישט טויגבאר צו שטיין צום משפט.

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 9:38 am
דורך [NAMELESS]
פסק הלכה

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 10:52 am
דורך כרם זית
אודאי איז דער טאטע נישט די רוצח, שולדיג איז די גרע חינוך.

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 3:22 pm
דורך צפור בודד
בן-עולם-הבא האט געשריבן:דער פסיכיאטער פונעם געזונט- מיניסטעריום האט היינט פעסט געשטעלט אז דער טאטע איז נישט טויגבאר צו שטיין צום משפט.

דער זעלבער פסיכיאטער וואס ליצמאן האט ערלעדיגט זאל זאגן אז מלכה לייפער איז נישט טויגבאר צו ווערן ארויסגעגעבן קיין אסטראליע? און אפשר אויך דער זעלבער וואס געבט פילן פאר גערער חסידים וואס האבן שאלות און ספקות.

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 3:43 pm
דורך berlbalaguleh
דער טאטע מוז זיין א משוגע'נער, און א שעדליכע בריאה. מיין קשיא איז. פארוואס האבן די סאציאלע אינסטאנצן איהם נישט אידענטיפיצירט פון פריער. און אוועקגענומען די קינדער פון איהם. ווייל כ'בין זיכער אז דאס איז נישט געווען דער ערשטער און איינציגער אינצידענט. אלא מאי. מ'האט געמאכט א קאווער-אפ אויף איהם. און דאס זענען (ליידער) די רעזולטאטן. איז א ראיה פון דעם אז מ'טוט קיינעם נישט קיין טובה מיט מאכן א קאווער-אפ. נאר אויב ס'טרעפט זיך (ח"ו) א געפערליכער פארשוין דארף מען עס גלייך רעפארטן צו די פאליציי...!

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 3:47 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:דאס איז די גירסה וואס גער פארענטפערט. אבער דער טעראפיסט אויף וועם זיי האבען עס ארויפגעשמירט לייקענט שטיין און ביין, ער זאגט אז האט דעם פארשוין קיינמאל נישט באגעגנט און פארשטייט זיך נישט געגעבן קיינע פילן.

והבוחר יבחר.

איך אויך: זיכער לייקנט דער סייקייעטריסט. ער איז נישט לייסנסד...!

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 4:07 pm
דורך צפור בודד
.

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 4:35 pm
דורך אישתישבי
דער רב שרייבט אז עס איז געוועהן א גזירה מן השמים וכו'.

מער דארף מען נישט תשובה טוהן, מעיקרא איז עס געוועהן א גזירה מן השמים.

און דער וואס זאגט פארקערט ישכנו נחש.

נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 4:43 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: די תירוצים האט מען געקענט אמאל איינרעדן פאר'ן עולם. היינט גייט עס שוין ב"ה נישט. ווייל א זאך וואס איז בידי אדם צו פאררעכטן. אדער פארמיידן דארף מען טון די ריכטיגע השתדלות.

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 3:43 am
דורך קוויטעל
בן-עולם-הבא האט געשריבן:דער פסיכיאטער פונעם געזונט- מיניסטעריום האט היינט פעסט געשטעלט אז דער טאטע איז נישט טויגבאר צו שטיין צום משפט.

ס'איז א דבר פשוט, א נאטורליכע געזונטע טאטע, קען אזאנס נישט טון

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 11:10 am
דורך תרמב
איך האב לעצטנס געלייענט וועגן בי פי די און אנדערע מענטל העלטה פראבלעמען, סדא מענטשן וואס קוקן אויס זייער נארמאל און ליבליך און בית מדרש אז מ’קען זיך ממש ווינטשן צו זיין אזא גוטע טאטע ווי זיי, אבער אינדערהיים זענען זיי אזוי שלעכט און רשעותדיג אז סאיז פחדים נוראים, און זיי קענען נאך מצליח זיין צו מאכן די ווייב און קינדער פילן אז זיי זענען שולדיג אין אלע פראבלעמען, אזעלכע וויקטימס וועלן זיך קיינמאל נישט וואגן צו גיין פארציילן דערוועגן פאר א צווייטן וואס עס גייט אלץ פאר אין שטוב ביז ס’געשעהט א טראגעדיע און יעדער ווינדערט זיך וואס איז געשעהן דא, ער איז דאך אזא נארמאלע מענטש געווען, אדער פארוואס האט מען גארנישט געטון ביז יעצט עס צו פארמיידן?

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 6:42 pm
דורך קוויטעל
אבער דא איז שוין איינמאל געווען א אויסברוך, און מ'האט נישט איינגעזען אז ער איז א סכנה?