בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:12 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
אפשר עפענט מען א צימער אין קלאָבהאוז!
ווער איז פאראינטערעסירט?
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:03 am
דורך שארפןקאפ
איך האב אויך די פראבלעם אז איך דארף באקומען אן איינלאדונג, אז איינער וואלט מיר געשיקט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען [emoji120]
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:34 pm
דורך בונה של טוב
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך האב דאונלאודעד די עפפ און גענומען א יוזערנעים אבער איך דארף א אינווייט צי באקומען עקסעס
אויב דו האסט נאכנישט קיין אינווייט, קען איך פרובירן דיר צו שאפן. קלאבּהאוז פארלאנגט אבער מען זאל אנגעבן דעם מענטשן׳ס טעלעפאן נומער איידער זיי געבן ארויס דעם אינוויטעישן. אויב דו ווילסט קענסטו מיר שיקן אן אישי מיט א נומער (ב״ה עס קען זיין א גוגל נומער, און דו קענסט בלייבן אנאנים
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:36 pm
דורך בונה של טוב
שארפןקאפ האט געשריבן:איך האב אויך די פראבלעם אז איך דארף באקומען אן איינלאדונג, אז איינער וואלט מיר געשיקט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען [emoji120]
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
איך קען פרובירן דיך צו שאפן אן אינוויטעישן
איך האב עטליכע פריינט וואס האבן מעגליך נאך איבריגע
אויב דו ווילסט, קענסטו מיר שיקן אן אישי
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 5:04 pm
דורך בונה של טוב
מונטסורי האט געשריבן:[tag]פאליטיקאנט[/tag] איך קען דיר אינווייטען דורך איינלאדענען צו א קלאב וואס איך בין א טייל (יידיש/YIDDISH קלאב). צו דיין פארגלייך מיט טעלעגראם, לענ"ד איז דאס גאנץ אנדערש, אפשר ענליכער צו זום ווייל יעדער קען רעדן אויף איינמאל, ס'ווערט נישט רעקארדירט און עס פילט זיך פיל היימליכער. די דאונסייד איז (און אפשר איז דאס גאר די מעלה) אז מען מוז זיין אינם שמועס, מען קען נישט אריינלאזן א וואויס נאוט אין ווייטער סקראלן באזפיד, ס'איז א עכטע הין-און-צוריק, אויב מען וויל גיין, קומט אריין אן אנטשולדיגונג אז מען ברויך שוין גיין, אויסער פארשטייט זיך אויב ס'איז א גרויסע צימער קען מען זיך שטילערהייט ארויסשלייכן.
למעשה האבן מיר נעכטען פארברענגט מיט צוויי פרויען וואס לערנען זיך אידיש און מיר האבן צוזאמען געליינט די מעשה פונם קעניג'ס פארלוירענע טאכטער. ס'געווען א געשמאקע עקספיריענס לכבוד חול המועד.
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן וועגן דעם yiddish קלוב, זיי זענען אקטיוו זונטאג 1 נאכמיטאג נ.י. זייגער און דינסטיג 4 נאכמיטאג.
איך האב היינט געזעהן ס׳דא א קלוב hasidim who go to college
אבער איך בין נישט באקאנט מיט זייער צייט, ווען זיי זענען אקטיוו
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:13 pm
דורך אייראפעישער חסיד
וואס זענען די פרייועסי רעגולאציעס פון זיי ?רעקארדירן זיי טאקע נישט?
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 7:04 pm
דורך בונה של טוב
אייראפעישער חסיד האט געשריבן:וואס זענען די פרייועסי רעגולאציעס פון זיי ?רעקארדירן זיי טאקע נישט?
גארנישט איז גאראנטירט, ווען מען שרייבט זיך איין איז דא א דיסקלעימער אז CH נעמט נישט קיין שום אחריות אויב דו ווערסט בא׳עוול׳ט
לכתחילה איז די rule אז מען טאר נישט רעקארדירן און מען קען ארויסגעווארפן ווערן אויף אייביג אויב מען טוט עס. אין געוויסע פעלער איז דא תנאים וויאזוי מען קען יא רעקארדירן אבער אפילו דעמאלס דארף שטיין קלאר געשריבן אינ׳ם description אז ס׳ווערט רעקארדירט
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 7:24 pm
דורך בונה של טוב
ס׳דא אסך באלערנדע שמועסן אויף clubhouse
אסך זענען אין די weekend צ.ב.ש. היינט איז פארגעקומען א שמועס וועגן
Sexy secrets- how to turn men & women on
אין א קלוב וואס הייסט sexual wellbeing און ס׳איז א סעריע (ס׳קומט פאר 5 אזייגער ניו יארק זייגער)
עס זענען דא געלעגנהייטן צו פרעגן שאלות (די מענטשן וואס רעדן זענען פארשידענע עקספערטן און זיי קענען העלפן מיט גוטע עדווייס
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 9:37 pm
דורך קאצקע ציקער
א שטיק צייט איז געווען א שמיעס ווי פאלעסטינע מיט איזרעיליס האבן געקענט שמיעסן אינאיינעם אויפצוקימען מיט א סולושען פאר פיעס און זיך צו פארשטיין איינער דעם אנדערן סאיז געווען געוואלדיג
נשלח: מאנטאג יוני 14, 2021 8:21 pm
דורך גבור חיל
בונה של טוב האט געשריבן:
איך קען פרובירן דיך צו שאפן אן אינוויטעישן
איך האב עטליכע פריינט וואס האבן מעגליך נאך איבריגע
אויב דו ווילסט, קענסטו מיר שיקן אן אישי
איך וויל מיך דא ברבים באדאנקן פאר חבירינו היקר [tag]בונה של טוב[/tag] וועלכע האט מיר צו געשטעלט אן אינווייט.
ישלם השם פעלך ותהי משכרתך שלמה מעם השם.
נשלח: מאנטאג יוני 14, 2021 9:34 pm
דורך קאצקע ציקער
I wonder how
ער האט דיר געקענט שיקן אן אינווייט אן אריינמישן גילו אינצווישן
Re: האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם
נשלח: מאנטאג יוני 14, 2021 11:48 pm
דורך החוקר
קאצקע ציקער האט געשריבן:א שטיק צייט איז געווען א שמיעס ווי פאלעסטינע מיט איזרעיליס האבן געקענט שמיעסן אינאיינעם אויפצוקימען מיט א סולושען פאר פיעס און זיך צו פארשטיין איינער דעם אנדערן סאיז געווען געוואלדיג
איך האב פארברענגט שעות אינעם צימער, איך האב עס זייער געגליכן.
נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 1:15 pm
דורך בונה של טוב
קאצקע ציקער האט געשריבן:I wonder how
ער האט דיר געקענט שיקן אן אינווייט אן אריינמישן גילו אינצווישן
דאס איז זייער א גוטע קשיא ווייל ס׳דא פארשידענע וועגן וויאזוי מ׳דארף cover up your tracks כדי קיינער זאל טאקע נישט אויסגעפינען ווער די ביזט. איך האב עס געמאכט אויף אן אופן וואס דו קענסט בלייבן קאנפידענטשל. אויב דו ווילסט מער איינצלהייטן קען איך דיר מסביר זיין אין אישי
נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 5:49 pm
דורך החוקר
אן אינטערעסאנטן שמועס וועגן דעם רמב"ם קומט יעצט פאר אויף קלאבהויז.
https://www.clubhouse.com/room/MK32EW1p
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 10:18 pm
דורך החוקר
נפתלי מאסטער פירט יעצט א שמועס איבער עדיוקעשאן אין חסידישע מוסדות.
https://www.clubhouse.com/room/m3zZwepY