בלאט 2 פון 6

נשלח: דאנערשטאג אפריל 01, 2021 9:03 pm
דורך עוקר הרים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:און פארוואס די שדים כאפען עס בכלל צו פארשטייסטו יא?

גראדע יא.

אקעי ביסט מכובד מיט שאלישידות תורה.....

נשלח: דאנערשטאג אפריל 01, 2021 9:19 pm
דורך קוויטעל
און א סינגל איז יא דא א איסור? ער האט דאך נישט קיין שום ברירה?

Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 12:11 pm
דורך קל וחומר
רביה"ק, תוס' ציטירט דאך דעם כל מה שאדם רוצה לעשות באשתו, בפשטות באשתו דייקא.

ועשית ככל אשר יוריך איז א פסוק אין די תורה כפי ידיעתי.

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 12:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קל וחומר האט געשריבן:רביה"ק, תוס' ציטירט דאך דעם כל מה שאדם רוצה לעשות באשתו, בפשטות באשתו דייקא.
וואס זאל זיין די חילוק, די מלאכי חבלה דרייען זיך ארום פרויען אויך. קען זיין אז דו פארשטייסט בפשטות אז ס׳איז באשתו דווקא, איך פארשטיי אבער אז ס׳איז לאו דווקא, די פוינט איז אז ס'איז באקראי בעלמא און נישט קיין טעגליכע געוואוינהייט.

קל וחומר האט געשריבן:ועשית ככל אשר יוריך איז א פסוק אין די תורה כפי ידיעתי.
דאס קען מען יוצא זיין מיט׳ן פאלגן א רב וואס איז מתיר.

יענדספאלס, די שמועס האט זיך שוין צופיל פארצויגן אויף הוז״ל, דאס איז אין מיין מיינונג פון די קלענסטע פראבלעמען און איז ניטאמאל קיין אמת׳ע לעהזונג פאר׳ן פותח האשכול׳ס פראבלעם. איך פארשטיי נישט פארוואס מ׳האט זיך אזוי ארויפגעכאפט דערויף ווייל ס׳איז באמת נארישקייטן, די אנדערע נקודות וואס כ׳האב ערווענט זענען אסאאאאאך וויכטיגער און זענען ערנסטע באגס אין אונזער סיסטעם, ענדערש פארלייגטס ענק אויף יענץ, ז״ל איז מהיכי תיתי.

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 12:46 pm
דורך לייבל שטילער
רביה"ק: מלאכי חבלה קומען נאכדעם וואס ס'איז אן עבירה, זיי זענען נישט די סיבה צו דעם איסור. די סיבה פון די בען אויף הוצז"ל איז ווייל אויב מ'מעג גייען מענטשן נישט וואוינען מיט די ווייבער, אבער אוטב טוט מען עס מיט די ווייב איז עס נישט לבטלה, ווייל ס'איז מותר, ממילא קומען נישט קיין מלאכי חבלה/שדים/קליפות/חיצונים וכו'...

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 12:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זאגסט דאך אזוי גוט לייבעלע, די מלאכי חבלה קומען נאר צוגיין ווייל ס׳איז אן עבירה, פארוואס איז עס אן עבירה ווייל די רבנים האבן עס גע׳אסר׳ט, יעצט איינמאל רבינו הקדוש השלישי האט עס מתיר געווען איז עס שוין נישט קיין עבירה דארף מען שוין נישט מורא האבן פון די מלאכי חבלה. :P

יעצט קען מען שוין צוריקגיין דן זיין איבער די ערנסטע אישוס?

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 1:00 pm
דורך לייבל שטילער
די פראבלעם מיט די ערנסטע אישוס איז אז ס'נישטא וואס צו טוען, די נאנ-סענס שידוכים סיסטעם גייט זיך נישט טוישן.

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 1:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 1:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווילאנג מ׳גייט זיין פארנומען מיט נארישקייטן וועגן ז״ל און צו די תורה און ארטאדאקסישע אידישקייט איז אמת צו נישט און אנדערע נארישע פרטי הלכה והשקפה וועט זיך גארנישט נישט טוישן, הערטס אויף מיט די אוננות אינטלקטואלית און הייבטס אן טראכן פראקטיש און ווי מ׳קען פארבעסערן די קוואליטי אוו לייף וועט עטץ זעהן ווי שנעל זאכן קענען זיך טוישן. בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, אז דו וועסט זיין פארנומען מיט שקלא וטריא׳ס פון דיקדוקי הלכה והשקפה וועט מען דיר געבן דיקדוקי הלכה והשקפה, אז דו וועסט זיך פארנעמען מיט פארבעסערן דיין לעבנסקוואליטעט וועט מען דיר געבן לעבנסקאוואליטעט, ס׳ווענדט זיך אין קיינעם אויסער דיר.

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 3:43 pm
דורך קוויטעל
לידיעתכם, איינס פון די חילוקים אין געוויסע הויפן, איז דאס אליינס, אז נישט איבעראל האט מען גערעדט דערפון בכלל.
און אין געוויסע דווקא יא.

אין ברעסלאוו, גער, און אין סאטמאר וכדו' האט מען היבש גערעדט דערפון, און אין רוב אנדערע - נישט - דווקא נישט! ווייל דאס רעדן אליינס איז א היבשע גורם.

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 4:07 pm
דורך יאסל ראקאווער
לאמיר פרעגן א פראקטישע שאלה שלא כדרך פלפול. אויב עם אשתו איז אלעס מותר, וויאזוי פאלט אוועק די חלות פון די ענין אשתו? איין צימער? אויב זי איז תוך ד' אמות? ווידיאו/פעיס טיים? ווי די הלכה ביי ברכת המזון, ווי לאנג מ'קען זעהן? אדער פשוט פראקטיש, עם אשתו בהסכמת אשתו?

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 4:27 pm
דורך מונטסורי
ברשות אשתו קלינגט די מערסטע אויסגעהאלטען אפגעזען וואס די גמרא זעלבסט האט געמיינט. איך וואלט אפילו חסידיש אריינגעטייטשט, באשתו, אלעס וואס ברענגט נישט אונטער פונדאמענטעל די רילעישאנשיפ מיט אשתו (דהיינו, אפילו אויב למעשה ווייסט זי נישט דערפון).

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 4:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אה, דער עולם קומט אריין שטארק, דאס האב איך געמיינט. האמיר שוין א בית דין פון דריי תלמידי חכמים און לאמיר צוזאמען אויסרופן הכל יהיו שרויים לכם הכל יהיו מותרים לכם, און האטס אלע א פרייליכע יום טוב.

נשלח: פרייטאג אפריל 02, 2021 5:13 pm
דורך קוויטעל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אה, דער עולם קומט אריין שטארק, דאס האב איך געמיינט. האמיר שוין א בית דין פון דריי תלמידי חכמים און לאמיר צוזאמען אויסרופן הכל יהיו שרויים לכם הכל יהיו מותרים לכם, און האטס אלע א פרייליכע יום טוב.

ס'דא א סלאגאן פון א גרויסער שטערן, [כ'געדענק נישט אויפ'ן מינוט ווער], ''ווער עס גלייבט נישט, קען נישט האבן קיין טענות אויפ'ן אייבירשטער''...

לעניינינו, אויב דו האלטסט נישט אז די ארטאדאקסישע קהילה פירער זענען בכח, פארוואס זוכסטו א נייע בית דין? קענסט מאכן א אייגענע תורה און אייגענע ג' מומחים...

נשלח: זונטאג אפריל 04, 2021 11:41 pm
דורך תרמב
ברשות אשתו וואלט לכאורה געמיינט אז די ווייב איז עכט מסכים נישט סתם אז זי זאגט אזוי, אבער זי מיינט עס נישט, וואס דאס איז זייער שווער צו וויסן.

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 2:38 am
דורך שמעון וואלף
ווען מ'רעדט פון ירידת הדורות דארף מען נישט זיין קיין מאמין. ס'גענוג צו בלויז קוקן תגובות אין די אשכול און פארגלייכן צו אשכולות פון עטליכע יאר צוריק.
די ענין פון ז"ל איז שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אבער מ'איז נישט צוגעגאנגן דערצו מיט אזא קלות.

יא כמעט יעדער פאלט דורך (חוץ די משפחה וואס איז שוין 10 דורות נוטר ברית) אבער דאס טאר בשום אופן נישט ווערן קיין היתר. מ'דארף זיך שטענדיג מחזק זיין אין די ענין, יעדער לויט ווי ס'ארבעט ביי אים.

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 2:45 am
דורך berlbalaguleh
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:פארציילט מיר איינער אז ווען ער איז געווען א בחור'ל און ער האט זיך געגאנגען אויסרעדן זיינע פראבלעמען פאר זיין משגיח א איש מורם מעם א פלאם פייער וואס קען אפילו די קליינע אותיות, און האט געפילט אז ער קען איהם געטרויען, האט איהם דער משגיח אנגעזאגט: "אז ווען דו קומסט צו צו א 'מכשול' זאלסטו עס מיר גלייך ריפארטען...
דער איד זאגט מיר אז ער האט געוואלט אויסשרייען אינמיטען היכל הישיבה אויף דעם משגיח חזיר מנוול..

די גאנצע זאך וואס מען דערשרעקט די עולם דערפון אז נאר צו טרעפן א וועג צו קענען רייטען אויפ'ן בחור און אויף זיינע געפילן ער זאל דארפן צוקומען צו דעם משגיח און מיט דעם קענען טוהן מיט איהם וואס ער וויל, און באלעבאטעווען אויף איהם
ווייל סוכ"ס כמעט יעדער בחור פאלט דאך דורך אין דעם נושא.
והיינו טעמא פון די אלדטיימער חתן מדריכים צו קענען רייטען אויף דעם אינגערמאן והמב"י.

איך ווייס פון עטליכע וואס זייער גאנצע לעבן איז געווארן רואינירט צוליב די אלע הפחדות

יא! מען מעג זאגן פאר א בחור נישט צו לייגען די הענט דארט, אבער פון אפשרעקן א בחור פון א זאך וואס איז נאטורליך מאן דכר שמיה
מען קען איהם מסביר זיין מתוך אהבה בערך וואס דאס איז און אז דאס א סימן אז מען ווערט עלטער וכו' און אז מען דארף זיין אפגעהיטען

דער הייליגער חת"ס אלס בחור פלעגט ארויסנעמען בלוט פון זיך יעדע צוויי וואכען כדי זיין גוף זאל זיין שוואך פון כוחות לבוא לידי מכשול, איך מיין אז אונז פשוטע אידן האלטן נאך נישט דארט

http://judaism.walla.co.il/item/2809897

שמחה'לע קאפשטיק: דו ברענגסט א ראיה פון חת"ם סופר. דו קענסט נישט ברענגען קיין ראיה פון דארט. ווייל הקזת דם טוט נאר פארשטערקערן דעם כח פון גוף. און טוט איהם אויפפרישן. און ממילא די תאוה ווערט אויכעט פארשטערקערט...!

אז דו זאגסט מיר אן אנדערע זאך וואס ער האט געטון כדי אפצושוואכן די תאוה, קען איך פארשטיין. אבער נישט הקזת דם. טשעק איט אוט...!

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 3:18 am
דורך קוויטעל
שמעון וואלף האט געשריבן:(חוץ די משפחה וואס איז שוין 10 דורות נוטר ברית) .

וועלכע משפחה מיינסטו

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 3:35 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמעון וואלף האט געשריבן:יא כמעט יעדער פאלט דורך (חוץ די משפחה וואס איז שוין 10 דורות נוטר ברית) אבער דאס טאר בשום אופן נישט ווערן קיין היתר. מ'דארף זיך שטענדיג מחזק זיין אין די ענין, יעדער לויט ווי ס'ארבעט ביי אים.

חכם איינער, די משפחה איז גארנישט אנדערש פון אנדערע משפחות, די איינציגסטע חילוק צווישן זיי און אנדערע איז אז זיי נוצן אן אנדערע מעסטער אויף שמירת הברית... באמת איז עס איין זאך, רבינו הקדוש ושמעון זאב אמרו דבר אחד, ווילאנג מ׳איז זיך מחזק און ס׳גייט אריין אינעם גדר באקראי בעלמא פון תוספות איז מען א נוטר הברית.

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 10:00 am
דורך גרעפיקסער
שמעון וואלף האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון ירידת הדורות דארף מען נישט זיין קיין מאמין. ס'גענוג צו בלויז קוקן תגובות אין די אשכול און פארגלייכן צו אשכולות פון עטליכע יאר צוריק.
די ענין פון ז"ל איז שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן דא אבער מ'איז נישט צוגעגאנגן דערצו מיט אזא קלות.

ריכטיג.
איך וויל נאר אויך באמערקן א געוואלדיגע פאזעטיוועטי, אז אפילו אין אזא שפל המצב דערקענט זיך דעם ניצוץ הקדושה, דעם פינק וואס טוליעט אין א אידיש הארץ... דהיינו, אז כאטש מ׳איז געפאלן למקום שהוא שם, שפירט מען כסדר א גילטי פילינג, דעריבער קען מען נישט פלעין איגנארירן דעם גאנצן ענין און גיין ווייטער נאר מ׳פראבירט מצדיק צו זיין דעם ענין בכל מיני טענות ומענות שונות ומשונות...
דעריבער, צו די וואס שפירן דעם נושא פאר וויכטיג, אפילו די נגיעות פארדרייען דעם מוח אויסצוטרעפן התירים הפורחות באוויר: איר האט נאך ערנסט האפענונג! ואין שום יאוש בעולם כלל!!

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 10:17 am
דורך רביה''ק זי''ע
גרעפיקסער האט געשריבן:איך וויל נאר אויך באמערקן א געוואלדיגע פאזעטיוועטי, אז אפילו אין אזא שפל המצב דערקענט זיך דעם ניצוץ הקדושה, דעם פינק וואס טוליעט אין א אידיש הארץ... דהיינו, אז כאטש מ׳איז געפאלן למקום שהוא שם, שפירט מען כסדר א גילטי פילינג, דעריבער קען מען נישט פלעין איגנארירן דעם גאנצן ענין און גיין ווייטער נאר מ׳פראבירט מצדיק צו זיין דעם ענין בכל מיני טענות ומענות שונות ומשונות...
דעריבער, צו די וואס שפירן דעם נושא פאר וויכטיג, אפילו די נגיעות פארדרייען דעם מוח אויסצוטרעפן התירים הפורחות באוויר: איר האט נאך ערנסט האפענונג! ואין שום יאוש בעולם כלל!!

https://en.wikipedia.org/wiki/Gaslighting

נשלח: דינסטאג אפריל 06, 2021 12:29 am
דורך שמעון וואלף
קוויטעל האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:(חוץ די משפחה וואס איז שוין 10 דורות נוטר ברית) .

וועלכע משפחה מיינסטו

משפחת שיף, שפעטער האבן זיי געטוישט די נאמען אויף תמר.

ר' הערשל וועלץ פרעגט ווער איז געווען דער שגץ ביים עלעפטער דור וואס האט געבראכן די טשעין?

נשלח: דינסטאג אפריל 06, 2021 8:02 am
דורך קוויטעל
שמעון וואלף האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:(חוץ די משפחה וואס איז שוין 10 דורות נוטר ברית) .

וועלכע משפחה מיינסטו

משפחת שיף, שפעטער האבן זיי געטוישט די נאמען אויף תמר.

קיינמאל געהערט דעם נאמען
ווער זאגט דאס? איינער האט זיי גע'שומר'ט צען דורות אז ער ווייסט?