סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
בכלל איז די גאנצע גניבה גערעדאכץ אינגאנצן נישט אין פלאץ, לשיטתם זענען זיי פונקט אזוי אידן ווי אונז נאר וויבאלד א טייל אידן האבן פארבלאנדשעט פונעם אמת האבן די יאשקע טרייע אידן זיך אפגעטיילט פון די כופרים און געמאכט שבת פאר זיך, און זייענדיג וואוילע מענטשן האבן זיי געלאזט באבוב זיך האלטן מיט׳ן נאמען... יאשקע האט גארנישט גע׳גנב׳ט פון קיינעם, סך הכל האט ער גענומען די רעליגיע פון זיינע עלטערן און פארטייטשט לויט זיין פארשטאנד, פונקט ווי אלע נביאים און רבנים פאר איהם און נאך איהם. שפעטער ווען פאול האט געשריבן אין די איגרת אל הגלטים אז א איד מיינט לאו דווקא איינער וואס זיינע עלטערן זענען אידן נאר יעדער וואס גלייבט אינעם טאטן און זוהן האט א חלק באלוק ישראל (Galatians 3:7) זענען שוין אלע מאמיני יאשקע אויטאמאטיש אידן און האבן פונקט אזא רעכט צו נעמען און פארטייטשן ווי זייער הארץ באגערט. די קראים האבן נישט גע׳גנב׳ט פון קיינעם, די רעפארמער האבן נישט גע׳גנב׳ט פון קיינעם, די זעלבע איז מיט די קריסטן. אז דו האלטסט אז יאשקע מיט זיינע נאכפאלגער זענען פארקראכטן פונעם אמת קען דיר קיינער נישט אפפרעגן, דאס ווארט גניבה קומט אבער נישט אריין דא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
"על כורחינו גלייבן" א לאגישע סתירהberlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: אונז אידן מוזן בעל כורחינו גלייבן אז וואס ס'שטייט אין די גמ' איז בדרך כלל אמת. ממילא גלייבן מיר שוין פון זיך אליינס אז וואס די חז"ל זאגן איז אמת. עכ"פ זיי האבן נישט געגנב'ט קיין מאמרים. זיי אליין זאגן דאך ווי גרויס און וויכטיג איז אז מ'זאגט נאך א מאמר אדער ווארט בשם אומרו. ד.מ. אז מ'געט קרעדיט פאר דעם אריגינאלן בעל המימרא...!
#על כורחנו נאמין לדברי היוונים
טול קורה מבין עיניך איז נישט מער ווי א פאלקס אויסדרוק ארויסצוברענגן א באגריף פונקט ווי 'פיל בחור מחט' וכדו' און ס'קומט נישט אריין צוקרעדיטירן אויף דעם.
לענ''ד איז די גאנצע שאלה אן היסטארישע דהיינו אויף וויפיל און ווען האט זיך ביי אידן געדרייט נוצר'ישע שריפטן און וויפיל אימפאקט עס האט געקענט האבן אויפן קולטור (מיטן הנחה אז דאס איז נוצר'ישע ארגינאלן)
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
@berlbalagulehberlbalaguleh האט געשריבן:אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איך וועל אנהויבן א סעריע פון סלאגאנען און געדאנקען וואס מיר געפינען אין חז"ל, אבער די מקורות זענען פון נישט פון ריינע מקורות.
איך וועל אנהויבן מיטן באקאנטן "טול קורא מבין עיניך":
חז"ל זאגן אויף ויהי בימי שפוט השופטים, אז ווען די שופטים האבן נביאות געזאגט פאר אידן, האבן אידן צוריקגעענטפערט, "טול קורה מבין עיניך".
די ווערטער געפינען מיר שוין אין ברית החדשה, מתי פרק ז', אט ברענג איך אראפ דעם פרייען איבערזעצונג אין לשון-קודש:
3 מַדּוּעַ אַתָּה רוֹאֶה אֶת הַקֵּיסָם אֲשֶׁר בְּעֵין אָחִיךָ וְאֵינְךָ שָׂם לֵב לַקּוֹרָה אֲשֶׁר בְּעֵינְךָ? 4 אֵיךְ תֹּאמַר לְאָחִיךָ: 'הַנַּח לִי לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינְךָ', וְהִנֵּה הַקּוֹרָה בְּעֵינְךָ? 5 צָבוּעַ! הוֹצֵא תְּחִלָּה אֶת הַקּוֹרָה מֵעֵינְךָ; אַחֲרֵי כֵן תִּרְאֶה הֵיטֵב וְתוּכַל לְהוֹצִיא אֶת הַקֵּיסָם מֵעֵינוֹ שֶׁל אָחִיךָ. 6 אַל תִּתְּנוּ אֶת הַקֹּדֶשׁ לַכְּלָבִים וְאַל תַּשְׁלִיכוּ פְּנִינֵיכֶם לִפְנֵי הַחֲזִירִים, פֶּן יִרְמְסוּ אוֹתָם בְּרַגְלֵיהֶם וְיִפְנוּ וְיִטְרְפוּ אֶתְכֶם."
אבשלום בן מעכה: איך האלט אז דו האסט א טעות איבער דעם גאנצן קאנסעפט. ערשטנס. וואס ס'שטייט אין ברית החדשה איז (עפ"י רוב) געגנב'עט פון אידישע מקורות. נאר זיי האבן עס א ביסל פארדרייט. צווייטנס. ואין בודקין מן המזבח ולמעלה. ס'איז נישט דא אפילו קיין צל של ספק אדער א הווה אמינא אז די חכמי התלמוד האבן עפעס געגנב'עט פון גוי'אישע מקורות. דאס יא. ווען ס'שטייט אין די גמ'..."היינו דאמרי אינשי"...אדער ..."פוק חזי מאי דבר עמא"... קען דאס מיינען די אלעגמיינע, גוי'אישע באפעלקערונג אויך...!
אידישע חוקרים האלטן אז די תלמוד האט געשעפּט אסך פונ׳ם ברית חדשה און נישט פארקערט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
די ברית חדשה איז געשריבן געווארן אין די ערשטע יאר הונדערט. די תלמוד איז נישט געשריבן געווארן פאַר די אכטע אדער ניינטע יאר הונדערט לויט די היינטיגע פארשער. ממילא אויב איינער האט גענומען פון צווייטן האט עס דער תלמוד גענומען פון ברית חדשה און נישט די פארקערטberlbalaguleh האט געשריבן:א הוספה צום פריער'דיגן מאמר: זיי די קריסטן האבן עפעס א לעגענדע אז ווען יאשקע איז איינמאל געקומען האלטן א דרשה איז דארט געווען א מענטש, א נכה, וועלכער האט נישט געקענט גיין אויף זיינע אייגענע פיס. ער האט געהאט שטארק חשק צו הערן די דרשה. אבער ס'איז געווען א געפאקטער זאל (ביהמ"ד?). האט מען אויפגעמאכט דעם דאך און מ'האט איהם אריינגעפיהרט אויבן אן אז ער זאלל קענען הערן די דרשה.
דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז נישט קיין געגנב'טע מעשה פון הילל הזקן ווען ער איז נאך געווען יונג. און דער שמש האט איהם נישט אריינגעלאזט אין ביהמ"ד צו הערן תורה פון שמעיה ואבטליון. איז ער ארויפגעגאנגען אויפ'ן דאך. והסיפור ידוע...! אזוי איז דא נאך צענדליגער מעשיות וואס די ערשטע קריסטן האבן געגנב'עט פון אידן. און עס א ביסל פארדרייט. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!
פון דארט נעמט זיך טאקע די גוי'אישע' אויסדרוק אז ..."מ'האט אויפגעהויבן דעם דאך"...ד.מ. אז מ'קערט איבער וועלטן כדי אז עפעס זאלל געשעהן...!
Sent from my iPad using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
להעמיד הדברים על דיוקןberlbalaguleh האט געשריבן:א הוספה צום פריער'דיגן מאמר: זיי די קריסטן האבן עפעס א לעגענדע אז ווען יאשקע איז איינמאל געקומען האלטן א דרשה איז דארט געווען א מענטש, א נכה, וועלכער האט נישט געקענט גיין אויף זיינע אייגענע פיס. ער האט געהאט שטארק חשק צו הערן די דרשה. אבער ס'איז געווען א געפאקטער זאל (ביהמ"ד?). האט מען אויפגעמאכט דעם דאך און מ'האט איהם אריינגעפיהרט אויבן אן אז ער זאלל קענען הערן די דרשה.
דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז נישט קיין געגנב'טע מעשה פון הילל הזקן ווען ער איז נאך געווען יונג. און דער שמש האט איהם נישט אריינגעלאזט אין ביהמ"ד צו הערן תורה פון שמעיה ואבטליון. איז ער ארויפגעגאנגען אויפ'ן דאך. והסיפור ידוע...! אזוי איז דא נאך צענדליגער מעשיות וואס די ערשטע קריסטן האבן געגנב'עט פון אידן. און עס א ביסל פארדרייט. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!
פון דארט נעמט זיך טאקע די גוי'אישע' אויסדרוק אז ..."מ'האט אויפגעהויבן דעם דאך"...ד.מ. אז מ'קערט איבער וועלטן כדי אז עפעס זאלל געשעהן...!
1 וַיְהִי מִיָּמִים וַיָּבֹא שֵׁנִית אֶל־כְּפַר נַחוּם וַיִּשְׁמְעוּ כִּי־הוּא בַבָּיִת׃ 2 וַיֵּאָסְפוּ רַבִּים מְהֵרָה עַד־אֶפֶס מָקוֹם לַעֲמֹד אַף־לִפְנֵי הַפָּתַח וַיְדַבֵּר אֲלֵיהֶם אֶת־הַדָּבָר׃ 3 וַיָּבֹאוּ אֵלָיו אֲנָשִׁים נֹשְׂאִים אִישׁ נְכֵה אֵבָרִים וַיִּשָּׂאֻהוּ בְּאַרְבָּעָה׃ 4 וְלֹא יָכְלוּ לָגֶשֶׂת אֵלָיו מִפְּנֵי הָעָם וַיָּסִירוּ אֶת־הַגָּג בַּמָּקוֹם אֲשֶׁר הָיָה שָׁם וַיַּחְתְּרוּ חֲתִירָה וַיּוֹרִידוּ אֶת־הַמִּשְׁכָּב אֲשֶׁר שָׁכַב עָלֶיהָ נְכֵה הָאֵבָרִים׃ 5 וַיְהִי כִּרְאוֹת יֵשׁוּעַ אֶת־אֱמוּנָתָם וַיּאֹמֶר אֶל־נְכֵה הָאֵבָרִים בְּנִי נִסְלְחוּ־לְךָ חַטֹּאתֶיךָ׃
דאס איז אין 'הבשורה על פי מרקוס' וואס איז אנגענומען צו האבן געשריבן געווארן אינעם צווייטן האלב פונעם ערשטן יאר הונדערט ווי @דורש אמת האט דערמאנט
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
סאך איז רעלאטיוו, 'טאפס' ארום הונדערט יאר פריערberlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: אבער די מעשה מיט הילל הזקן איז געשעהן א סאך פריער...! סאו זאג דו אליין. אויב געגנב'עט... ווער האט געגנב'עט פון וועם?!...!
ב. מעשיות געשעהן נישט, זיי ווערן פארציילט.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זאלל זיין 100יאר. אבער וועם גלייבסטו מער. דעם ניו טעסטאמענט. אדער להבדיל די גמרא?!...!
איינער וואס האלט אז גמ' איז איין שטיק פון אויפגעמאכטע, אויפגעבאבעטע מעשיות און געגנב'עטע שקרים און ליגנט וואס די חז"ל האבן געגנב'עט (עפ"ל) האט זיין גאנץ אידישקייט נישט קיין ווערד. ווייל אז ער האלט אז אונזערע חכמים און זייערע ווערטער וואס זענען די טייערסטע און מערסטע חשוב זענען נישט באגלייבט. נאר זיי זענען ח"ו, הס מלהזכיר געווען א באנדע פון גנבים, ליגנערס און שווינדלערס, דארף ער גארנישט גלייבן וואס זיי זאגן. אפילו די הלכות וואס זיי האבן געלערנט זענען געגנב'עט און פאלש. קען ער זיך שןין שמד'ן . און הנאה האבן פון די וועלט. ער קען עסן חזיר געפרעגלט מיט פוטער. און צו טרינקען א קאווע. ער קען עסן טשיעז בוירגערס. און ער קען פארן אום שבת מיט א קאר. אדער לכה"פ אנצינדן דעם טעלעוויזשן און רייכערן ציגארעטלעך...!
ווען איך וואלט (ח"ו) געהאלטן אזוי ווי א טייל פון אט די טיפשים און אפיק8ורסים האלטן, וואלט איך מיך געשעמט צו דערציילן אז איך בין א איד. און איך באלאנג צו דעם פאלק וואס זיינע גרעסטע חכמים זענען געווען גנבים און שווינדלערס. (נאכאמאל. עפ"ל)

- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
פילא בקופא דמחטא
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
ביידע איז עטוואס אנדערש די ערשטע: 'גמל' בקוף המחטצפור בודד האט געשריבן:פילא בקופא דמחטא
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l
(במקום כלשהו ראיתי שהפיל לא היה ידוע בפלסטין בתקופה ההיא ולכן החיה הכי גדולה היה הגמל. לא יודע אם זה נכון, אבל הפיל הסורי נכחד כבר כ700 שנה לפני כן ויכול להיות שהפיל האפריקני לא הגיע לשם)
די צווייטע איז אין א חיובי'שע קאנעטאציע 'מה שעליך אהוב תעשה לחבירך'
אבער ביידע איז לכאורה נאכגעשריבען גענוצטע אויסדרוקען ווי איידער נייע חידושים, (פונקט ווי ס'מיר נישט בייגעפאלן צוטראכטן אז די גמרא האט זיי אויסגעטראפען...)
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
אין דער צווייטער, איז דער "זו כל התורה כולה" אין א וועג א גרעסערער חידוש.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
די צווייטע גלייב איך ניט אז סע זאל זיין נאכגעשריבן פון ערגעץ. מן הסתם איז דאס אן אריגינעלע זאג פון דעם מחבר פון ספר מתי און אפשר טאקע פון אותו האיש; מיר האבן דאס אדאָפטירט און ארויפגעוואָרפן אויף היללן כדי שיתקבלו הדברים. ווי די גמרא זאגט שוין הרוצה להיחנק יתלה באילן גדולתוהו ובוהו האט געשריבן:ביידע איז עטוואס אנדערש די ערשטע: 'גמל' בקוף המחטצפור בודד האט געשריבן:פילא בקופא דמחטא
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l
(במקום כלשהו ראיתי שהפיל לא היה ידוע בפלסטין בתקופה ההיא ולכן החיה הכי גדולה היה הגמל. לא יודע אם זה נכון, אבל הפיל הסורי נכחד כבר כ700 שנה לפני כן ויכול להיות שהפיל האפריקני לא הגיע לשם)
די צווייטע איז אין א חיובי'שע קאנעטאציע 'מה שעליך אהוב תעשה לחבירך'
אבער ביידע איז לכאורה נאכגעשריבען גענוצטע אויסדרוקען ווי איידער נייע חידושים, (פונקט ווי ס'מיר נישט בייגעפאלן צוטראכטן אז די גמרא האט זיי אויסגעטראפען...)
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
Sent from my iPad using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
ריכטיג. וואו. כ'האב דאס פארזעהן.צפור בודד האט געשריבן:אין דער צווייטער, איז דער "זו כל התורה כולה" אין א וועג א גרעסערער חידוש.
כאטש פון די קאנטעקסט קוקט אויס ווי ס'אביסל אן אנדער נקודה.
בשעת אין חז"ל קוקט דאס אויס צו זיין א וועג צו 'מעסטן' שלעכטס (ווילסט וויסן צו ס'איז בע'טעמ'ט טראכט אז יענער טוט דאס צו דיר..)
קוקט דארט עס אויס צו זיין א ווארנונג צום ערווארטעטן 'מדה כנגד מדה' וואס וועט נאכפאלגן.
1 אַל־תִּשְׁפֹּטוּ לְמַעַן אֲשֶׁר לֹא תִּשָּׁפֵטוּ׃
2 כִּי בַמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר אַתֶּם שֹׁפְטִים תִּשָּׁפֵטוּ וּבַמִּדָּה אֲשֶׁר אַתֶּם מֹדֲדִים יִמַּד לָכֶם׃ וגו' 12 לָכֵן כֹּל אֲשֶׁר תִּרְצוּ שֶׁיַּעֲשׂוֹּ לָכֶם בְּנֵי הָאָדָם עֲשׂוֹּ לָהֶם גַּם־אַתֶּם כִּי־זֹאת הַתּוֹרָה וְהַנְּבִיאִים׃
כאטש ס'איז זייער מעגליך אז כ'האב א טעות אינעם גאנצן קאנסעפט פון מדה כנגד מדה דארט, און ס'איז ליבערשט א סאצאלאגישע רעזולטאט ווי איידער א גט'ליכע שטראף.
איי געס מען דארף קאלן די תנך העלפ סענטער אויף 1800 God ext. Jesus
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
אינעם מקור קוקט עס אויס צו זיין א סך הכל פון וואס שטייט פריער ווי איידער א sayingדורש אמת האט געשריבן:די צווייטע גלייב איך ניט אז סע זאל זיין נאכגעשריבן פון ערגעץ. מן הסתם איז דאס אן אריגינעלע זאג פון דעם מחבר פון ספר מתי און אפשר טאקע פון אותו האיש; מיר האבן דאס אדאָפטירט און ארויפגעוואָרפן אויף היללן כדי שיתקבלו הדברים. ווי די גמרא זאגט שוין הרוצה להיחנק יתלה באילן גדולתוהו ובוהו האט געשריבן:ביידע איז עטוואס אנדערש די ערשטע: 'גמל' בקוף המחטצפור בודד האט געשריבן:פילא בקופא דמחטא
And again I say unto you, It is easier for a camel to go through the eye of a needle, than for a rich man to enter into the kingdom of God. (Matthew 19:24)l
דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
Therefore, whatever you want men to do to you, do also to them, for this is the Law and the Prophets. (Matthew 7:12)l
(במקום כלשהו ראיתי שהפיל לא היה ידוע בפלסטין בתקופה ההיא ולכן החיה הכי גדולה היה הגמל. לא יודע אם זה נכון, אבל הפיל הסורי נכחד כבר כ700 שנה לפני כן ויכול להיות שהפיל האפריקני לא הגיע לשם)
די צווייטע איז אין א חיובי'שע קאנעטאציע 'מה שעליך אהוב תעשה לחבירך'
אבער ביידע איז לכאורה נאכגעשריבען גענוצטע אויסדרוקען ווי איידער נייע חידושים, (פונקט ווי ס'מיר נישט בייגעפאלן צוטראכטן אז די גמרא האט זיי אויסגעטראפען...)
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
Sent from my iPad using Tapatalk
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
מע הערט נאכזאגן פונעם בעשט און פון רבי ישראל סאלאנטער : דאס וואס גייט ארויס פון מויל איז וויכטיגער ווי דאס וואס גייט אריין אין מויל. דער זאג שטאמט פונעם ברית חדשה בשם יויזל. א מוראדיגע מעשה דערוועגן וועט איר טרעפן אין די זכרונות פון הרב יעקב מזאה אונטערן קעפל הב״ח הקדוש.
Sent from my iPad using Tapatalk
Sent from my iPad using Tapatalk
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
אלץ קינד געדענק איך אז קינדער האבן געזאגט איבער דער קינדער מעשה פון א אינגל וואס שרייט כסדר "וואלף" ווען ס'איז נישט דא קיין וואלף, און דערנאך ווען ס'קומט יא א וואלף גלייבט מען אים נישט, אז די מעשה ווערט געברענגט אין מדרש. למעשה, דאכט זיך מיר אז די דערציילונג איז פון איסאפ'ס פעיבלס (Aesop's Fables) וואס איז אסאך עלטער ווי דער מדרש.
דער מוסר השכל דערפון איז אין דער מאמר חז"ל פון כך הוא עונשו של בדאי... נאר איך רעד פון דער משל\דערציילונג.
איך קען איצט נישט זוכן מקורות און אפשר ווייסט עמעצער.
דער מוסר השכל דערפון איז אין דער מאמר חז"ל פון כך הוא עונשו של בדאי... נאר איך רעד פון דער משל\דערציילונג.
איך קען איצט נישט זוכן מקורות און אפשר ווייסט עמעצער.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
ווען ישו זאגט כי זאת התורה והנביאים האט דאס די זעלבע באדייט ווי ״זו היא כל התורה כולה״ כאטש אין די גמרא איז דער לשון פארברייטערט. כידוע איז חזלס לשון לענגער ווי לשון המקראצפור בודד האט געשריבן:אין דער צווייטער, איז דער "זו כל התורה כולה" אין א וועג א גרעסערער חידוש.
Sent from my iPad using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
ריכטיג. און די מעשה ווערט בכלל נישט געברענגט אין מדרש.צפור בודד האט געשריבן:אלץ קינד געדענק איך אז קינדער האבן געזאגט איבער דער קינדער מעשה פון א אינגל וואס שרייט כסדר "וואלף" ווען ס'איז נישט דא קיין וואלף, און דערנאך ווען ס'קומט יא א וואלף גלייבט מען אים נישט, אז די מעשה ווערט געברענגט אין מדרש. למעשה, דאכט זיך מיר אז די דערציילונג איז פון איסאפ'ס פעיבלס (Aesop's Fables) וואס איז אסאך עלטער ווי דער מדרש.
דער מוסר השכל דערפון איז אין דער מאמר חז"ל פון כך הוא עונשו של בדאי... נאר איך רעד פון דער משל\דערציילונג.
איך קען איצט נישט זוכן מקורות און אפשר ווייסט עמעצער.
נאך פון זיינע משלים וואס מ'געפינט אין חז''ל:
די פייגל וואס נעמט ארויס א ביין פונעם לייב'ס האלז.
די פוקס וואס האט געפאסט צו קענען אריינגיין אין כרם און נאכדעם געפאסט ארויסצוגיין.
און די באקאנטע מעשה'לע פון א פארמעסט צווישן א טשורעפאכע און א האזל ווי די האזל שלאפט איין און די טשורעפאכע געווינט, איז אויך פון אים
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
אין חז''ל שטייט נאר דער מוסר השכל פון 'כך עונשו של בדאי' ווי דו האסט געשריבן.צפור בודד האט געשריבן:וואו אין חז"ל איז פון דער וואלף?
סנהדרין פט
אבות דר''נ
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אין נביא בעירו שטייט אין חתם סופר בשם חז"ל, און עס שטייט אין דער נייע טעסטאמענט בשם יאשקע.
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=23144
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!