בלאט 1 פון 1

נישט איבערלאזן די בלעקבערי

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:56 pm
דורך אייגענארטיג
צו מיינע ברודער וועלכע האלטן זיך ביי די שיטה הקדושה פון ביבי און רירן זיך נישט אוועק דערפון קיין זיז כלשהו.

די וועלט איז נישט קיין נער, ווען מילאנען מענטשן פארלאזן מידי חודש בחודשו דעם באליבטן ביבי, מיינט עס עפעס.

ווען די סטאקס פון ביבי איז ווייניגער ווערט פון זייערע נכסים, מיינט עס עפעס.

ווען קיין נייע מענטש קומט נישט צום ביבי, מיינט עס עפעס.

ווען מ'קען נישט עפענען קיין לינקס, באדערט עס.

ווען מ'קען נישט ניצן נערמאל דעם נעט (אפילו פאר גוגל מעפס), באדערט עס.

ווען דו ווילסט כאפן א בילד, און פינקט דעמאלס פרירט עס, אדער דו ווילסט דאן ריפלייען פאר א טעקסט, אימייל וכו' און דו קענסט נישט, באדערט עס,

ווען איינער דשוינט די גרופ און די טעלעפאן איז טויט פאר די קומענדיגע פאר שעה!, באדערט עס.

ווען איינער רופט אריין בשעת דו רופסט ארויס, און די טעלעפאן גייט קאפוט, באדערט עס.

ווען דו רעדט, טעסקט מער פון א שעה, באשליסט דער טעלעפאן אז מ'האט אים שוין עביוסט, באדערט עס.

ווען אפילו אינמיטן טייפן די מעסעדש, האט עס געפרירט, באדערט עס.

ווען דו קענסט נישט האבן קיין איין נעמאלע עפ, פאר ביזנעס, פאר וואס דו ווילסט נאר, באדערט עס.

אז מ'קען אפילו נישט דאונלאדן ווי נערמאלע מענטש מוזיק, באדערט עס.

פארפאלן, ביבי איז היינט א גוטע ביפער, גארנישט מער פון דעם. עס איז אבער דא מענטשן וועלכע טוישן זיך היינט צוריף צום דאבל בריטדש גלעזער צו זיין מאדנע, אזוי אויך איז דא מענטשן וועלכע בלייבן מיט'ן ביבי כדי ווען מ'פרעגט זיי זאלן זיי קענען ענטפערן גאנצטע הסברים פארוואס זיי זענען נעבעך אזוי אדיקטעט צום ביבי אז זיי קענען זיך נישט שיידן. און אפאר חדשים ארום גייט זיין אזוי מאדנע ווער עס האט א ביבי, אזוי ווי איינער וואס האט נאך א 914 סעלפאן נאמבער.

א חוץ בבמ האט היינט ביבי גארנישט צו פארקויפן. מה עשה הקב"ה שלא השבית לנו גואל, האט אונז ערלעדיגט דעם וואטסאפ, וועלכע האט מעלות און חסרונות (אויף וואס זיי ארבעטן, והא ראיה קוק די חילוק פונעם אלטן ווערזן צום נייעם).

על כן ברודער היושב במדינת הביבי, כאפ עס אן שטארק, פארלאז עס נישט. קוק נישט קיין קליפס, האב נישט קיין בעטערי, האב נישט קיין נעט, האב נישט קיין סערוויס, האב א פארפרוינעם פאן, אבער גיב עס נישט אויף ח"ו!!!!!!!!!!!!