בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 3:01 pm
דורך שמן למאור
פרנס החודש האט געשריבן:טאקע דאס הייסט לעגיטימאציע, אנערקענען אז יענער איז שטערקער פון דיר און דו ברויכסט צוקומען צו אים.
מען רעדט יעצט וועגן געבן רעליגיעזע לעגיטימאציע. סתם געבן לעגיטימאציע האט דאך שוין די בעלזער געטון ווען ער האט אויפגענומען ביבי.
אדער גאר די חזון איש ווען ער האט אויפגענומען בן-גריון.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 3:55 pm
דורך קהל'ס נער
מען דארף נישט מאכן קיין לשם יחוד פארן געיבן איינעם לעגיטמאציע, די עצם אויפנעמען מיינט אז די אנערקענסט אין עים.

אויפנעמען זעלדין מיינט נישט אז מען אנערקענט אין זיין פרייהייט, ווייל ער איז נישט קיין פרייהייט פירער, ער איז א פאליטישען.

לשיטתך, וואלט סאטמערע רבי זכיסע, אויפגענימען בן גוריון אן געיבען לעגיטימאציע? נישטא אזא זאך, אויפנעמען גופא לעגיטימאציע הוא.

אפילו אינדורסירן מעלאוני, מיינט נישט אז מען אנערקענט אין מנצפ"ך, ווייל ער איז נישט די לגב"ט פירער.

משא"כ, סמוטריץ וואס איז די אפיציעלע פירער פון די מזרחיסטן, אז מען נעימט עים אויף מיינט אז מען אנערקענט אין עם.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 5:07 pm
דורך שמן למאור
איך רעזארוויר דאס פלאץ זיך צו דינגען מיט דיר. לדעתי אז מען נעמט איינעם אויף ווייזט עס טאקע אז מען גיבט יענעם לעגיטימאציע אלס א מענטש מיט כח, אבער דאס צייגט גארנישט אויף די לעגיטימאציע איבער יענעמס שיטות. אפילו יענער איז די פאן טרעגער פון א געוויסע שיטה.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 8:36 pm
דורך היסטאריע
לשיטתך, וואלט סאטמערע רבי זכיסע, אויפגענימען בן גוריון אן געיבען לעגיטימאציע? נישטא אזא זאך, אויפנעמען גופא לעגיטימאציע הוא
נאר סאטמאר, ווייל ער האט געהאלטען א איסור פין התחברות לרשעים.

אבער ער האט אויפגענומען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אנדערש פין אים. אזוי לאנג ווי זיי האבן נישט באקומען דער טיטל רשעים, און אין דעם כלל איז יעדער איינער וואס איז נישט געוועהן קיין אקטיווע ציוני, אבער די וואס האבן געהאלטן פין ציוניזם האט ער אויפגענומען און אפילו צומאל געשטיצט.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 11:10 pm
דורך מתבודד
ר’ שאול האט אויפגענומען סמוטריץ’ פשוט ווייל דער לעצטער איז געווען די איינציגער וואס האט צוגעזאגט הגר”ש אז ער גייט אים מייצג אין כנסת זיין אויב וועט ר’ שאול הייסן זיינע חסידים וואוטן פאר אים, און ר’ שאול האט מסכים געווען.
פאריגע מאל האט ער אומאפציעל געהייסן מ’זאל נישט גיין צו די בחירות נאכדעם וואס קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר אים מיט די שוידערליכע רדיפות וכו’.

אינטרעסאנט אנצומערקן אז אויב וואלטן זיינע מענטשן געוועלט פאר ג’ וואלטן זיי לכאורה באקומען אן אכטן זיץ. ווי זאגט די וועלט, וואס מ’טוט פאר יענעם טוט מען פאר זיך....
(אבער נישט געזארגט, קיינער וועט נישט ארויסנעמען די לעססאן)

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
מתבודד האט געשריבן:ר’ שאול האט אויפגענומען סמוטריץ’ פשוט ווייל דער לעצטער איז געווען די איינציגער וואס האט צוגעזאגט הגר”ש אז ער גייט אים מייצג אין כנסת זיין אויב וועט ר’ שאול הייסן זיינע חסידים וואוטן פאר אים, און ר’ שאול האט מסכים געווען.
פאריגע מאל האט ער אומאפציעל געהייסן מ’זאל נישט גיין צו די בחירות נאכדעם וואס קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר אים מיט די שוידערליכע רדיפות וכו’.

אינטרעסאנט אנצומערקן אז אויב וואלטן זיינע מענטשן געוועלט פאר ג’ וואלטן זיי לכאורה באקומען אן אכטן זיץ. ווי זאגט די וועלט, וואס מ’טוט פאר יענעם טוט מען פאר זיך....
(אבער נישט געזארגט, קיינער וועט נישט ארויסנעמען די לעססאן)
שוין העכסטע צייט אז חרדים אין א"י און אמעריקע זאלען מעגן אויסניצען זייער רעכטען און זכות לבחור פאר וועם זיי שפירן זאל זיי רעפרעזענטירן...

אגודה האט ניטאמאל אינערליכע בחירות פאר וועם אויפצונעמען אלס חכי"ם אזוי ווי מזרחי און אנדערע האבן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:42 pm
דורך וואלווי
ווייל די חכי"ם זענען נישט די פירער. די מועצת איז די לידערשיפ.
און קיינער קען נישט הייסן די מועצת וואס צו טוהן..

נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 8:31 pm
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:ווייל די חכי"ם זענען נישט די פירער. די מועצת איז די לידערשיפ.
און קיינער קען נישט הייסן די מועצת וואס צו טוהן..
לפי זה איז טאקע א שאד די ארויסגיין און מבטל תורה זיין צו גיין בוחר זיין א קאנדידאטיעדע יעדע 15 חדשים, אלע חסידים און ליטאים זאלען איינמאל זאגען ווער זייער גדול איז און ביי יעדע וואלען זאל ער האבן כך וכך וואוטס און שוין .

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 12:03 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:די ראש ישיבה ר' שאול אלתר האט נעכטן אויפגענימען בצלאל סמוטריץ' די פירער פון ציונות הדתית, ברעכענדיג די סטאטוס קווא, זייענדיג די ערשטע חרדי'שע פירער צי אנערקענען די מזרחיסטן אלץ א לעגיטימע רעליגיעזע קהלה.

(כאטש רוב רבנים האלטן שוין היינט אזוי, איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט מורא עס צי זאגן, וואס דאס מיינט א פירער, איינער וואס פירט די עולם, נישט איינער וואס דער עולם פירט עים.)
נעכטן נאכט איז בן גביר געווען ביים לעכט צינדען אין גור.