בלאט 2 פון 6
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 12:46 pm
דורך ליב צו וויסן
תפארת האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:ובעלזער רב שפיקח הוא מה ראה לשטות זה?
די רב האט די פולע רעכטן אויפצונעמען און מכבד זיין רבי שאול אזויווי עס פאסט פאר אזא גאון הענקים. די גורע טעראריסטן האבן נאך א שיעור צו לערנען אין פרקי איין גאט-איין רבי, און עס וועט זיי נאך געדויערן א וויילע צו פארשטיין אז די רבי איז אויסדרוקליך נישט בעה"ב אויף כלל ישראל.
אבער בעלזע רב קען איך ממש נישט פארשטיין. נישט גענוג די אלטע מערכה מיט גור? וואס פעלט אויס א פרישע?
אבער פון אינדערווייניג רעדט ער דרשות ווי זיין קהילה
איז געבויעט דורך מסירת נפש אפי' מליידט פון דער אנדערע חברה....
ועל כולם הער איך זאגן (פון א גערע חסיד) אז ערב שבועות וועט פארקומען א הכנסת ספר תורה.... על אפם וחמתם פון דער גערער..... הוי וועט (אפשר) זיין לעבעדיג!
ודי למבין.
איך קוק איהם יעצט אביסל אראפ ווי אמאהל הגם,
איך כאפ נישט פונקטליך די הארבקייט פון די עוולות... אפשר קענסטו פארברייטערן?
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 1:35 pm
דורך תפארת
איך מיין נישט דא קיין עוולות כהאב פשוט געמיינט צו ארויסברענגן אז ער און זיינע מענטשען פייטן גוט צוריק און רעגן אויף די גערע נישט דורך חרמים נאר דורך נארמאלע וועגן אזוי ווי איך האב געברענגט (גיין צו דער בעלזע, הכנסת ספר תורה וכו')
און פארשטייט זיך ער שטייט אני שלום ווייל ער כלומפירשט דער גנב דא און אזוי ווי ס' שוין געווראן אויסגעדראשן דא אין קאווע שטיבל באשכולות באבוב.
(און ביי דע וועי רוב קהילות וואס ע"פ מציאות איז זיך געקומען פאר איין צד צו ווערן רבי אדער רב לאו דוקא מצד הלכה נאר מצד סברא ווי למשל באבוב איז דער צד וואס האט פורש געוועהן זאגן אני שלום און מקרב יעדן און דער אנדערע זייט שעלט און שלאגט ויש דברים בגו.)
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 1:56 pm
דורך מפיל קינד
תפארת האט געשריבן:איך מיין נישט דא קיין עוולות כהאב פשוט געמיינט צו ארויסברענגן אז ער און זיינע מענטשען פייטן גוט צוריק און רעגן אויף די גערע נישט דורך חרמים נאר דורך נארמאלע וועגן אזוי ווי איך האב געברענגט (גיין צו דער בעלזע, הכנסת ספר תורה וכו')
רחמנא ליצלן!!!
גיין קיין בעלזא?! דאס הייסט געפייט! אנשטאט בלייבן איזאלירט, בדד ישב מחוץ למחנה, גייט ער גאר קיין בעלזא. דאס הייסט צוריקגעפייט.
הכנסת ספר תורה?! דאס באלאנגט דאך עקסקלוסיוו פאר יענקל אלתר. ווי האט ער די רעכט צו מאכן א הכנסת ספר תורה אן רשות פון זיין קאזין? הישמע כזאת??? דאס הייסט געפייט.
נאכדעם גייט ער פארקויפן אני שלום...
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 2:23 pm
דורך תפארת
מפיל קינד האט געשריבן:תפארת האט געשריבן:איך מיין נישט דא קיין עוולות כהאב פשוט געמיינט צו ארויסברענגן אז ער און זיינע מענטשען פייטן גוט צוריק און רעגן אויף די גערע נישט דורך חרמים נאר דורך נארמאלע וועגן אזוי ווי איך האב געברענגט (גיין צו דער בעלזע, הכנסת ספר תורה וכו')
רחמנא ליצלן!!!
גיין קיין בעלזא?! דאס הייסט געפייט! אנשטאט בלייבן איזאלירט, בדד ישב מחוץ למחנה, גייט ער גאר קיין בעלזא. דאס הייסט צוריקגעפייט.
הכנסת ספר תורה?! דאס באלאנגט דאך עקסקלוסיוו פאר יענקל אלתר. ווי האט ער די רעכט צו מאכן א הכנסת ספר תורה אן רשות פון זיין קאזין? הישמע כזאת??? דאס הייסט געפייט.
נאכדעם גייט ער פארקויפן אני שלום...
אין קאווע שטיבל שרייב איך קורצן אז דו האסט נישט געכאפט מיין פוינט אדער דו האלסט נישט ווי מיין צד איז נישט קיין שום פראבלעם, דאס איז מיין בליק.
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 3:05 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
קורקלענד האט געשריבן:וואס האט דער בעלזער צו פארלירן? וואס האט ער צו פארדינען?
איך בין נישט אזוי אויסגערעכנט אבער פון וואס איך זעה האט דער בעלזער גוט געטוהן!
וואס האט ער צו פארדינען. דאס איז מיין פראגע.
על אף וואס עס הערשט בייז בלוט צווישן די בעלזע רב און זיינע חסידים און די גורע רבי און זיינע אנהענגער, זעה איך נישט וואס האט געטריגערט דעם בעלזער רב אויפצונעמען הג"ר שאול.
ווער נאך ווי בעלזא האט געבלוטיגט ווען האדמו"ר רבי יהושע השני מבעלזא שליט"א איז נתקבל געווארן אין דער עולם החסידות?
נאכאמאל. די גורע זענען חיות מטורפות בדמות אדם ווען עס קומט צו רבי שאול, איך בארעכטיג עס נישט חלילה. און איך האלט אויך נישט אז מנהיגי ישראל דארפן זיך דערשרעקן פון זייער טעראר.
אבער וואס פארדינט בעלזא ובראשם דער מנהיג שליט"א ווען ער נעמט אויף רבי שאול מיט כבוד מלכים? סתם ווייטוהן דעם שושנת יעקב שליט"א?
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 3:22 pm
דורך תרמב
וואס האט געברענט פאר בעלזא רב זיך צו קריגן מיט די עדה און סאטמאר? ער האט לכאורה גארנישט פארדינט, ער אינזשויט עס, יעצט אינזשויט ער צו אינטערציען דעם שושנת יעקב אדער גור נדל’’ן, וואטעווער איט איז
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 3:35 pm
דורך לכבוד שבת קודש
כ'פארשטיי נישט, ווען ענק זענען בעלזער רב למשל, מען קומט אייך זאגן אז ר' שאול איז דא אינדרויסן, זאל מען אים אריינלאזן אדער פארשיקן, וואס וואלט איר געענטפערט? - דו וואלסט געזאגט אז מען זאל אים פארשיקן?
וואס האט בעלזע רב געדארפט טון, לפי דעתם של גור, אדער לפי דעתם של הניקים וואס האלטן אז ער וואלט אים נישט געדארפט אויפנעמען?
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 3:52 pm
דורך להבדיל
סיי גור און סיי בעלזא האבן אסאך מענטשן, אסאך געלט און אסאך צייט, און אויך אסאך Power. עס גייט נאך זיין אסאך פאן.
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 4:46 pm
דורך אבשלום בן מעכה
תפארת האט געשריבן:צו וועלכע בעלזע חסיד איך האב גערעדט דערוועגן זאגט מיר אז די גאנצע זאך איך בכלל נישט געוועהן אפיציעל [דער רב האט בכלל נישט געוואסט פון פאראויס]
שוין א גאנץ יאהר וואס זיי ווילן קומען און דער גבאים לאזן נישט מהאט זיי געזאגט אז זיי קענען קומען נאכן דאווענען אויב זיי ווילן דוקא און אזוי איז טאקע געוועהן
ווען מהאט מודיע געוועהן (יענע נאכט) פאר מיכל פירר 'גבאי' אז ער איז דא איז ער בלאס געווארן נישט וויסנדיג וואס צו טוען
אלא מאי דער בעלזער האט א אייניקל (ווער ס' קען זיין אייניקלעך ווייסט פון וועהם איך רעד) ער האט געהאט א קשר מיט זיי און ער האט זיכער געמאכט אז מעפענט די טיר פאר זיי
אזוי זאגן זיי גיי ווייס...
שקר וכזב.
דער באזוך איז געווען אפגעשמועסט פון פריער, מיט הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א. די גבאים האבן געוואוסט פון דעם, זיכער ר' שמעון וואלף קליין. א נאכט פריער זענען די עסקנים פון גור (תורה) געקומען אין בית-המדרש און גערעדט מיטן רב, זיי האבן אים געגעבן דעם גליון בני היכלא און ער האט עס געליינט. איך לייג דא צו א בילד דערפון.
ס'איז אלס געווען אפגעשמועסט פון פריער.
איך האב פריער געטשעט מיט איינעם פון די באזוכער וואס מען זעט אויפן בילד, אפשר וועל איך באלד מפרסם זיין די שמועס (מיט זיין רשות).
און דו מיינסט טאקע אז מען קען זיך סתם אזוי איינרייסן ביים רב? - און לאמיר שוין זאגן אז יא, אבער די כבוד וואס ער האט אים אפגעגעבן, ס'איז געווען א ביקור מלכותי, נישט קיין אנדערע ווערטער אויף דעם.
ס'איז נישט סתם אזוי, מחוסר ברירה.
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 4:54 pm
דורך אלע צוזאמען
תרמב האט געשריבן:וואס האט געברענט פאר בעלזא רב זיך צו קריגן מיט די עדה און סאטמאר? ער האט לכאורה גארנישט פארדינט, ער אינזשויט עס, יעצט אינזשויט ער צו אינטערציען דעם שושנת יעקב אדער גור נדל’’ן, וואטעווער איט איז
מיט די עדה האט ער נישט פארדינט? אוודאי האט ער, בעלזא האט היינט א פעסטן הכשר אן אייגענע גוטע בית דין שטיבל, צו וועלכע סיבה זאל ער זיך נישט צוקריגן מיט די עדה?
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 4:58 pm
דורך אבשלום בן מעכה
אני: היה שמועות שהראש-ישיבה יהיה אצל הברית בבלז... היה איזה תוכניות בכיוון הזה?
גור: לא
בעקבות החרם שגור עשו על בעלז זה נתן מקום לאנשים להוציא שמועות כטוב ליבם
הוא עוד לא מחותן של בעלז לבוא לכל שמחה וברית
אני: אומרים שהביקור היה באופן פתאומי, שבבית הרבי מבעלז לא ידעו שהוא בא, והגבאי מיכל פירר היה בשוק כששמע שהם שם... ויש נכד אחד בבעלז שהוא מקורב עם הראש-ישיבה, והוא פעל שיכניסו אותו וכו'... האם בזה יש אמת?
גור: אנחנו הרי נכנסנו יום קודם
ובעצם ביקשנו את הפגישה
ולמעשה אח''כ תיאמנו הכל עם בנו הרה''צ
אני: אז בעצם כל זה לא נכון? - הכל היה בתיאום מראש, וידעו מהפגישה?
גור: אולי לא כל הגבאים ידעו
אבל בוודאי שהיה בתיאום
אתה באמת חושב שאפםשר להתפרץ
?
אם כי מאי הנפק''מ הכבוד גדול שכבדו בלאו הכי מחפה על הכל גם לשיטת האומרים שבא פתאום
אין דרך אחרת לקרוא לזה חוץ מביקור מלכותי
אני: בכל אופן, זה יפחיד הרבה רבנים ובעלי קהילות להזמין את הראש-ישיבה. לדוגמא, האדמו"ר מויז'ניץ יפחיד פחד מוות לפגוש את הראש-ישיבה, ומי עוד מדבר על רבנים קטנים וראשי ישיבות בעולם. האם אין חשש מכל זה?
גור: זה ראית?
זה היה לילה קודם
האם יש משיהו שקודם לא חשש?
אני: רואה את זה פעם ראשונה...
כן, פחדו, אבל הפעם זה למען ישמעו ויראו...
השאלה הוא מה החשבון של הרבי מבעלז? - בוודאי יש לו חשבונות עם כל זה.... הוא גם ראה את הנולד, החרם שיבוא בעקבות כך.
התמונה הזה מותר לפרסם. נכון?
גור: קושמרסקי השלישי
אני: אפשר לפרסם?
גור: בעלזא פרסמו את התמונה
וזה למשל בוודאי היה בתיאום עם שמעון וולף קליין
אני: מה הוא קורה? - בנאות דשא?
גור: בני היכלא
ואח''כ בביקור של רבינו דיבר עמו מתוך מה שקרא בגליון הזה
אני: מותר לי לפרסם את הצ'אט שלנו עכשיו?
בשמך, או בלי השם שלך?
גור: איזה חלק
ובכל מקרה בלי השם
אני: מתחילה ועד הסוף, מה שדיברנו עכשיו
גור: אבל לא בשם.
אני: כן. בלי שם שלך
גור: להעביר למישהו או לפרסם ברבים?
אני: לפרסם באיזה פורום באידיש, שמדברים על זה...
גור: אוקיי
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 4:58 pm
דורך תפארת
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, ווען ענק זענען בעלזער רב למשל, מען קומט אייך זאגן אז ר' שאול איז דא אינדרויסן, זאל מען אים אריינלאזן אדער פארשיקן, וואס וואלט איר געענטפערט? - דו וואלסט געזאגט אז מען זאל אים פארשיקן?
וואס האט בעלזע רב געדארפט טון, לפי דעתם של גור, אדער לפי דעתם של הניקים וואס האלטן אז ער וואלט אים נישט געדארפט אויפנעמען?
ס' איז אלס על הצד אז דער באזוך איז נישט געוועהן אנגעגרייט פון פאראויס אזוי ווי זיי זאגן. ומי יודע...
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 5:00 pm
דורך אבשלום בן מעכה
זיי זאגן נישט אזוי... עיי' בהתגובה הקודמת. ס'איז געווען געהעריג געפלאנט און א משלחת איז געווען דארט א נאכט פריער.
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 5:07 pm
דורך תפארת
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:תפארת האט געשריבן:צו וועלכע בעלזע חסיד איך האב גערעדט דערוועגן זאגט מיר אז די גאנצע זאך איך בכלל נישט געוועהן אפיציעל [דער רב האט בכלל נישט געוואסט פון פאראויס]
שוין א גאנץ יאהר וואס זיי ווילן קומען און דער גבאים לאזן נישט מהאט זיי געזאגט אז זיי קענען קומען נאכן דאווענען אויב זיי ווילן דוקא און אזוי איז טאקע געוועהן
ווען מהאט מודיע געוועהן (יענע נאכט) פאר מיכל פירר 'גבאי' אז ער איז דא איז ער בלאס געווארן נישט וויסנדיג וואס צו טוען
אלא מאי דער בעלזער האט א אייניקל (ווער ס' קען זיין אייניקלעך ווייסט פון וועהם איך רעד) ער האט געהאט א קשר מיט זיי און ער האט זיכער געמאכט אז מעפענט די טיר פאר זיי
אזוי זאגן זיי גיי ווייס...
שקר וכזב.
דער באזוך איז געווען אפגעשמועסט פון פריער, מיט הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א. די גבאים האבן געוואוסט פון דעם, זיכער ר' שמעון וואלף קליין. א נאכט פריער זענען די עסקנים פון גור (תורה) געקומען אין בית-המדרש און גערעדט מיטן רב, זיי האבן אים געגעבן דעם גליון בני היכלא און ער האט עס געליינט. איך לייג דא צו א בילד דערפון.
ס'איז אלס געווען אפגעשמועסט פון פריער.
איך האב פריער געטשעט מיט איינעם פון די באזוכער וואס מען זעט אויפן בילד, אפשר וועל איך באלד מפרסם זיין די שמועס (מיט זיין רשות).
און דו מיינסט טאקע אז מען קען זיך סתם אזוי איינרייסן ביים רב? - און לאמיר שוין זאגן אז יא, אבער די כבוד וואס ער האט אים אפגעגעבן, ס'איז געווען א ביקור מלכותי, נישט קיין אנדערע ווערטער אויף דעם.
ס'איז נישט סתם אזוי, מחוסר ברירה.
פארשטייט זיך אז א גערע (א שאוליסט) ווער דיך זאגן אזוי, אז מען האט איהם שיין אנגעלאדנט, נישט קין שום ראי'
ועוד לויט ווי איך האב געהערט איז ער אנגעקומען אינמיטן מעריב דאס אליינס איז א שטיקל פלא אויב ס' וואלט געוועהן אן אפיציעלע זאך, קיין איין דאקטאר גייט נישט דאווענען ווען זיינס א פאציענט דארף אנקומען.
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 5:10 pm
דורך אבשלום בן מעכה
בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער!
א נאכט פריער זענען זיי דארט געווען און פאראויסגעגרייט דעם באזוך.
אויסער דעם, זענען די ערשטע רעאקציעס פון גור געווען געצילט קעגן הרה"צ ר' אהרן מרדכי, וואס זיי האבן גע'טענה'עט אז ער איז שולדיג דערין און ער האט דאס ערלעדיגט. פארשטייט זיך אז יעצט מפני הכבוד זינגט מען דעם ניגון אנדערש, אבער דער בילד... וואס טוט מען מיטן בילד...
בכל אופן... כבוד מלכים איז געווען? - דאס פארענטפערט נישט דעם פלוצלינג'דיגן באזוך. ער וואלט אים געקענט ארייננעמען אליין און זאגן אז קיינער טאר נישט מיטקומען, ער האט אים פארט מכבד געווען מער פון אנדערע רבנים. דאס קען מען נישט פארלייקענען.
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 5:17 pm
דורך תפארת
פארשטייט זיך אז א גערע (א שאוליסט) ווער דיך זאגן אזוי, אז מען האט איהם שיין אנגעלאדנט, נישט קין שום ראי'
ועוד לויט ווי איך האב געהערט איז ער אנגעקומען אינמיטן מעריב דאס אליינס איז א שטיקל פלא אויב ס' וואלט געוועהן אן אפיציעלע זאך, קיין איין דאקטאר גייט נישט דאווענען ווען זיינס א פאציענט דארף אנקומען.
דער בילד איז לאו דוקא א באווייז דער בילד האב איך שוין געזעהן חול המועד.
עכ"פ איך ווייס נישט... ס' נישט דא אויף וואס צו זיך טענה'ן פרעג א בעלזע זאגט ער דיך אזוי, א גערע אזוי.
ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז גור נפגע געווארן פונעם עצם באזוך און דער בעלזער בלייבט אן אויבער חכם וזהא.
נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 5:27 pm
דורך אבשלום בן מעכה
איך רעד נישט פון איינלאדענען, וואס אויף דעם קענסטו זיך אפשר דינגען. איך רעד פון 'אויפנעמען'. בשעת ער איז געווען אינדערווייניג, האט ער זיך באצויגן צו אים מיטן גרעסטן מאס כבוד, אים מיט זיינע מענטשן. דאס דעקט איבער אויף די שמועות, יא פלוצלינג נישט פלוצלינג. דער בעלזער ווייסט ווען צו פליקן וועמען, ער איז נישט פאפא רב וואס מען האט אים אריינגעדרייט מיט א וויזיט.
ער האט אים שיין אויפגענומען. פינטל. כבוד מלכים.
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:03 am
דורך שמעון וואלף
איך אגרי מיט @אבשלום. ר' שאול גייט נישט גיין טאמער ס'נישט געווען אפגעשמיעסט פון פריער. בעלזע רב האט א פארגעניגן צו גיבן א טשעפע (step on the toes) און דערנאך זיין דער וואס מאכט שלום.
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:34 am
דורך איתן
ס'נישטא צופיל וואס צילן מיט שלום. אוודאי איז שוין היינט געווארן א סטייל פון שלום, אבער ווער שטייט אונטער דעם? ס'דא געציילטע וואס צילן אויף שלום, און זענען גורם די שלום אין אנדערע הויפן.
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 1:09 pm
דורך מרדכי מרדכי
די אלע וואס פרעגן פארוואס בעלזא רב זיכט זיך צי קריגן מיט גור
ביי מיר איז עס גאנץ פשוט א איד וויל קומען קען ער קומען אפילו אויב עס גייט נישט געפעלן פאר יענעמס בר פלוגתא נישט קיין חילוק ווי גרויס יענער איז
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 1:19 pm
דורך להבדיל
ווען גייט ער אויפנעמען מייזליס פון בני ברק?
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:37 pm
דורך איתן
רוב חסידות'ער זענען שוין היינט בשלום, ס'נאך געבליבן געציילטע וואס האלטן אן עשיו'ס שנאה
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 5:22 pm
דורך תרמב
ווארט צו ביז סקווירא רבי’ס הונדערט און צוואנציג.