בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:52 am
דורך Nanach
קודם שכוח פארן מגיב זיין
ווי איך פארשטיי איז דא מחלוקת צווישן די ראשונים אין כללי דקדוק, היות איך וויל יעצט דורך גיין חומש מיטן אבן עזרא וואלט איך געוואלט האבן די כללים מסודר. אדרבה אויב איז נישט ריכטיג אז עס איז א מחלוקת מאכטס מיר קלאר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:39 pm
דורך כפתור
אז מ'רעדט שוין פון דעם, האביך א קלאץ קשיא:
ווי קומט בכלל אריין אז שפראך זאל האבן א לשון זכר אדער לשון נקבה, פארוואס זאל שפראך נישט זיין זשענדער נוטרעל?
וואס האט געטריבן צו צוטיילן שפראך און לשון זכר/נקבה?
אפשר ר' בערל קען אריינקומען קלאר
Re: פראגעס אין תנ''ך דקדוק
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:01 am
דורך תוהו ובוהו
כפתור האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון דעם, האביך א קלאץ קשיא:
ווי קומט בכלל אריין אז שפראך זאל האבן א לשון זכר אדער לשון נקבה, פארוואס זאל שפראך נישט זיין זשענדער נוטרעל?
וואס האט געטריבן צו צוטיילן שפראך און לשון זכר/נקבה?
אפשר ר' בערל קען אריינקומען קלאר
בכלל נישט קיין קלאץ קשיא
אויף 'בעלי חיים' וואס פארמאגן א ביאלאגישן זשענדער איז פארשטענדליך, ווייל ס'גיבט דאך מער אינפארמאציע אויפן מדובר.
(דרך אגב, ס'איז פארהאן שפראכן וואס פארמאגן דאס אויך נישט, כ'מיין אז אונגאריש איז איינע פון זיי, או ווי אויך איז דא פארשידענע דרגות דערין, למשל ענגליש און אידיש פארמאגן ווייניגער זשענדער חילוקים ווי לשה''ק)
אויף 'שמות עצם' איז דאכצעך נישטא קיין געהעריגן הסבר פארוואס מ'האט דאס צוטיילט אויף זשענדער.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:35 am
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: דו ביסט גערעכט. די מערסטע שפראכן האבן א חילוק פון לשון זכר און לשון נקיבה. אונגאריש איז אפשר די איינציגסטע שפראך וואס מאכט נישט קיין חילוק צווישן לשון זכר און לשון נקיבה. פארדעים האבן א סאך צדיקים טאקע געהאלטן אז דאס איז נישט קיין הייליגע שפראך. (אפשר גאר א טמא'נע שפראך.) אין ענגליש איז יא דא א חילוק פון לשון זכר און לשון נקיבה. נאר ס'איז אויך דא א דזשענדער ניוטראל אויסדרוק...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:47 am
דורך רביה''ק זי''ע
ערשטנס מיין איך אז אלע אוראלישע שפראכן, אונגאריש, פינניש, עסטניש, וכו׳, האבן נאר נייטראלע פראונאונס. צווייטנס כינעזיש איז אויך גענדער נייטראל.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:51 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דו האסט גוט צוגעטראפן. ווייל פון די אלע אוגרא-פינישע שפראכן איז די איינציגסטע וואס איך קען רעדן און ליינען איז אונגאריש. כינעזיש קען איך נאר וואס איך האב געהערט פון מיינע לאנדרי מענטשעלעך. צו וועם איך פלעג (אמאל) טראגן מיינע העמדער צו וואשן און ביגלען...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:46 pm
דורך פרימארגען
Nanach האט געשריבן:איך זע אז [tag]שאראש פאטאג[/tag] האט שוין געפרעגט וועגו א ספר מסודר אויף דקדוק און ער האט נישט באקומען קיין ענטפער, איך האב שוין געזען ספרים אויף דקדוק (איך קען מיר יעצט נישט דערמאנען קיין נעמען) אבער איך וואלט זייער עפריעשיעטעד אויב איינער קען מיר אנווייזן א ספר וואס שטעלט אוועק מסודר די כללים פון אבן עזרא מסודר אין א גרינגע לשון, אדער עכ”פ וועלכע מסודר’דיגע כללי הדקדוק ספר שטימט די בעסטע מיט שיטת הדקדוק אין אבן עזרא
די אבן עזרא זעלבסט האט געשריבען עטליכע ספרים אויף דיקדוק מוסד הרב קוק האט לעצטענס איבער געדריקט טייל פון זיינע ספרים
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:04 pm
דורך תוהו ובוהו
וְהִנֵּה קָמָה אֲלֻמָּתִי, וְגַם-נִצָּבָה; וְהִנֵּה תְסֻבֶּינָה אֲלֻמֹּתֵיכֶם, וַתִּשְׁתַּחֲוֶיןָ לַאֲלֻמָּתִי
אינטערסאנט דעם לשון עתיד במקום עבר, לכאורה כדרך הכתוב בשירים וחזיונות.
אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).
ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: איך פארשטיי נישט וואס דער חידוש איז דא? מאלמים, גייט ארויף אויף די פעולה. זיי האבן געבינדן...! אלומתי, מיין בינטל (לשון נקבה)...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:00 pm
דורך תוהו ובוהו
berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: איך פארשטיי נישט וואס דער חידוש איז דא? מאלמים, גייט ארויף אויף די פעולה. זיי האבן געבינדן...! אלומתי, מיין בינטל (לשון נקבה)...!
ער באציעט זיך צום לשון רבים פונעם נקבה ווארט "אלומה", וואס ביי אונז אין פסוק שטייט "מאלמים
אלומים" וואס איז געווענליך די רבים פון א זכר, זאגט ער אז מ'געפינט די רבים אויך בלשון נקבה
(אלומות) ביי "נושא
אלומותיו", וואס אויף דעם איז אינטערסאנט פ"וו ער ברענגט נישט די פסוק אליין "תסובינה
אלמותיכם"
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:37 pm
דורך מצפצף
תוהו ובוהו האט געשריבן:וְהִנֵּה קָמָה אֲלֻמָּתִי, וְגַם-נִצָּבָה; וְהִנֵּה תְסֻבֶּינָה אֲלֻמֹּתֵיכֶם, וַתִּשְׁתַּחֲוֶיןָ לַאֲלֻמָּתִי
אינטערסאנט דעם לשון עתיד במקום עבר, לכאורה כדרך הכתוב בשירים וחזיונות.
אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).
ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.
וואו איז דער לשון עתיד?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 7:12 pm
דורך תוהו ובוהו
תוהו ובוהו האט געשריבן:אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).
ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.
אן אינטערסאנטע פשט פון רש"ר הירש, פ"וו דער פסוק הייבט אן מיט "אלומים" און ענדיגט מיט "אלמותיכם"
ישנו גם הבדל בין ״אלמים״ ל״אלמות״. המשנה בפאה (ו, י) מבדילה בין ״אגודים״ ל״אגודות״, ולפי אחד הפירושים שם, ״אלומה״ מציינת אגודה קטנה: ״כריכות קטנות ועושין בג׳ או ד׳ עומר אחד״ (עיין בפירוש הרא״ש שם). נראה שבחלום יוסף, בתחילה קצרו את כל השדה ואגדו את החיטה באגודות קטנות – ״אלומות״; ולאחר מכן נערמו האלומות לעשות מהן ערימות גדולות – ״אלומים״, באמצע השדה הקצור (״בתוך השדה״).
לפי זה, כך סיפר יוסף לאחיו: ״בחלומי לא היינו כה מפולגים. היינו מאוחדים בעבודתנו, ועבדנו בצוותא בהערמת האלומות הקטנות לאלומים גדולים באמצע השדה. גם אני הייתי מוכן להוסיף את האלומה הקטנה שלי לערימה הגדולה המשותפת, אך לא היה ניתן להזיז את אלומתי. היא נעמדה ונותרה זקופה, וסירבה להיות מובלת לערימה המשותפת במרכז. ויתירה מכך, אלומותיכם יצרו מעגל מסביב לאלומתי והשתחוו לפניה!״
פֵּרֵק אדער פֶּרֶק
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 3:10 pm
דורך Espresso
ווען מ'הויבט אן לערנען דעם ערשטן פרק... א מינוט, וויאזוי פינטלט מען דעם ווארט פרק? ביי אונז חסידים, ווען אונז זאגן פרק סאונדט עס ווי די פ האט ש צירי, די ר האט אדער א שווא אדער סגול, אין תנ"ך ווערט דאס ווארט בכלל נישט גענוצט אויף צו רופן קאפיטלעך, פרק אין תורה מיינט געווענליך א ביין, א שטיקל אבר, אדער פרק ואין מציל צי פורק אין מידם, אדער מפרק הרים. דאס נוצן דאס ווארט פאר א קאפיטל איז דוכט זיך די ערשטע מאל אין משנה, אין אבות, הלומד מחבירו פרק אחד, דארט אין משנה איז פרק געפינטלט פֶּרֶק, מיט צוויי סגול'ס. סא פון וואנעט קומט די חסידישע פֵּרק? זאגט די ליטווישע דאס אויך מיט א צירי?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 4:16 pm
דורך berlbalaguleh
עספרעססא: אין מביאין ראיה מן החסידים. אונז חסידים פיהרן זיך צו בייגן און צוקנייטשן וועלכע ווערטער אונז באניצן זיך נאר. חסידים מיט דיקדוק. דאס איז צוויי פארשידענע וועלטן. איינס פון אנדער'ן איז כרחוק מזרח ממערב...!
וויאזוי די ליטווישע זאגן ארויס די ווארט..."פרק"...מיין איך...פעי-ראק...Pay-Ruck...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 4:45 pm
דורך מי אני
ס'איז לכאורה דאס זעלבע ווי פֶּסַח צו פֵּסַח ביי חסידים. ס'איז אולי נכלל אינעם וואַוּעל-שיפט בכלל וואס איז דא ביי חסידים וואס אנבאלאנגט אידיש פון יידיש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:03 am
דורך Espresso
מי אני האט געשריבן:ס'איז לכאורה דאס זעלבע ווי פֶּסַח צו פֵּסַח ביי חסידים. ס'איז אולי נכלל אינעם וואַוּעל-שיפט בכלל וואס איז דא ביי חסידים וואס אנבאלאנגט אידיש פון יידיש.
שקויך מר. [tag]מי אני[/tag]. כ'בין נישט באקאנט מיט די גאנצע וואַוּעל-שיפט סומאטוכע. איז דא ערגעץ וואו אין קען לייענען\לערנען דערויף?
א דאנק
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:50 am
דורך היסטאריע
Espresso האט געשריבן:ווען מ'הויבט אן לערנען דעם ערשטן פרק... א מינוט, וויאזוי פינטלט מען דעם ווארט פרק? ביי אונז חסידים, ווען אונז זאגן פרק סאונדט עס ווי די פ האט ש צירי, די ר האט אדער א שווא אדער סגול, אין תנ"ך ווערט דאס ווארט בכלל נישט גענוצט אויף צו רופן קאפיטלעך, פרק אין תורה מיינט געווענליך א ביין, א שטיקל אבר, אדער פרק ואין מציל צי פורק אין מידם, אדער מפרק הרים. דאס נוצן דאס ווארט פאר א קאפיטל איז דוכט זיך די ערשטע מאל אין משנה, אין אבות, הלומד מחבירו פרק אחד, דארט אין משנה איז פרק געפינטלט פֶּרֶק, מיט צוויי סגול'ס. סא פון וואנעט קומט די חסידישע פֵּרק? זאגט די ליטווישע דאס אויך מיט א צירי?
אין עובדיה פרק א פסוק יד שטייט אויך פרק מיט צוויי סגול'ס, און דארט זאגט רש"י
ואל תעמוד על הפרק – מקום שהבורחים יוצאים דרך שם לימלט ובלשון לע"ז קוראים אותו טרו"ג
דער בלעז מיינט א שפאלט. לכאורה קומט עס פין דעם, ווען פין איין וועג ווערט צוויי הייסט עס א פרק. ממילא נוצט מען עס אויף פרשיות, ווען דער זאך ווערט צוטיילט.
און חסידישע פרק איז אזוי ווי פסח, ווייל איינער האט געמיינט אז זיי זאגן פרק וועגן זיי זאגן דער צירי ווי א סגול. עס איז געוועהן רבי'ס וואס האבן געזאגט שקר מיט א צירי, להוציא מלבן. אין לדויד ד' אורי.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:28 pm
דורך מי אני
Espresso האט געשריבן:שקויך מר. [tag]מי אני[/tag]. כ'בין נישט באקאנט מיט די גאנצע וואַוּעל-שיפט סומאטוכע. איז דא ערגעץ וואו אין קען לייענען\לערנען דערויף?
א דאנק
דער אמת איז אז איך בין נישט קיין עקספּערט בכלל אין דעם און כ׳האב אויך נישט געמאכט קיין ריִסערטש אין דעם. ווי
זיי שרייבן:
[left]Present-day Hasidic Yiddish exhibits striking linguistic differences from the traditional pre-war Eastern European dialects of the language and from the standardised variety, which is based largely on the Lithuanian dialect. Nevertheless, despite the intriguing differences in its structure, and its central role in the contemporary Yiddish world, very few studies exist on Hasidic Yiddish language use, and none offer detailed grammatical descriptions[/left]
איך בין עס במושכל ראשון (און זייער טענטאטיוולי) אביסל מדמה צום באקאנטן שיפט במשך הדורות וואס האט פאסירט אין
ענגליש.
אדרבה. זאל מען פרעגן [tag]לאשיצער[/tag] וואס איז יא אן עקספּערט דערין.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין פון דיקדוק און נעמען איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין די איראקער רעגירונג פונ'ם פארשטארבענם (ארכי-רוצח) סאדאם חוסיין איז געווען א מיניסטער וואס האט געהייסן..."זאאיד בען שאקער"...ווען ער זאלל וויסן וואס זיין נאמען מיינט אין לשון הקודש, וואלט ער געלאפן אין שאריא קאורט און זיך געטוישט דעם נאמען...אפשר צו...עבדוללא בין סאדיק...!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:10 am
דורך היסטאריע
און דיין נאמען מיינט, בער, לבעלה, עגלה, אומוויסענדער, צו איר מאן, דער קאלב.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. צוערשט האביך נישט פארשטאנען (איך בין דאך אן אונגערישער...) אבער ווען איך האב געכאפט האביך מיך געווארפן פאר געלעכטער...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 9:43 pm
דורך תוהו ובוהו
א זעלטענע זאך טרעפט מען פארגאנגענע וואך אין דער פרשה: וְהוֹכִחַ אַבְרָהָם אֶת אֲבִימֶלֶךְ עַל אֹדוֹת בְּאֵר הַמַּיִם אֲשֶׁר גָּזְלוּ עַבְדֵי אֲבִימֶלֶךְ - ווי דער וי"ו פון והוכיח איז נישט מהפך דאס ווארט לעתיד נאר עס פארבלייבט עבר.
געווענליך איז א פשוט'ער וי"ו מהפך לעתיד, וואס דעריבער איז דער טייטש פון וְהוֹכִיחַ - ער וועט אים מוכיח זיין, און ווען מ'וויל רעדן פון עבר וואלט געשטאנען: וַיוֹכִיחַ אברהם וגו'.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 1:05 pm
דורך וואלווי
תוהו ובוהו האט געשריבן:א זעלטענע זאך טרעפט מען פארגאנגענע וואך אין דער פרשה: וְהוֹכִחַ אַבְרָהָם אֶת אֲבִימֶלֶךְ עַל אֹדוֹת בְּאֵר הַמַּיִם אֲשֶׁר גָּזְלוּ עַבְדֵי אֲבִימֶלֶךְ - ווי דער וי"ו פון והוכיח איז נישט מהפך דאס ווארט לעתיד נאר עס פארבלייבט עבר.
געווענליך איז א פשוט'ער וי"ו מהפך לעתיד, וואס דעריבער איז דער טייטש פון וְהוֹכִיחַ - ער וועט אים מוכיח זיין, און ווען מ'וויל רעדן פון עבר וואלט געשטאנען: וַיוֹכִיחַ אברהם וגו'.
Disclaimer: איך גיי נישט פארענטפערן דיין דיוק, נאר ביי עבר/הוה/עתיד איז דא נאך אן angle ווי אזוי די זאכן ווערען געשריבן, אזוי ווי רש"י זאגט אין אסאך פלעצער. ס'קען זיין אז דאס אפלייט אויך דא, אז די ו' המהפך (עבר/הוה/עתיד) איז תלוי אין מספר/סיפור/מסופר.
די פסוקים:
כג: וְעַתָּה הִשָּׁבְעָה לִּי בֵאלֹהִים הֵנָּה אִם תִּשְׁקֹר לִי וּלְנִינִי וּלְנֶכְדִּי כַּחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתִי עִמְּךָ תַּעֲשֶׂה עִמָּדִי וְעִם הָאָרֶץ אֲשֶׁר גַּרְתָּה בָּהּ.
כד: וַיֹּאמֶר אַבְרָהָם אָנֹכִי אִשָּׁבֵעַ.
כה: וְהוֹכִחַ אַבְרָהָם אֶת אֲבִימֶלֶךְ עַל אֹדוֹת בְּאֵר הַמַּיִם אֲשֶׁר גָּזְלוּ עַבְדֵי אֲבִימֶלֶךְ.
אלס פשוט פשט קומט די סיפור המעשה פונ'ם פסוק (כ"ה) אין א קאנטעקס פון א הוה, דהיינו די פסוק דערציילט א מעשה ווי אזוי עס האט זיך אפגעשפילט א הוה שמועס פון צוויי מענטשן בימים ההם. אבער מ'דארף קענען מבחין צווישען די לשון פון די מספר און לשון פון די מסופר. למשל, ס'שטייט ויאמר אין די פאריגע פסוק (כ"ד) ער האט געזאגט, וואס דאס מיינט די פסוק דערציילט אז עס האט "אמאל" פאסירט א מעשה ווי אברהם "זאגט" כך וכך. מ'זעהט עס קלארער אין נאך א פסוק פריער(כ"ג) "ועתה" השבעה, איז אויך דער מסופר זאגט בהוה א באפעל, דאס איז טייטשט יעצט זאל ווערען פון די הוה אן עבר און די זאלסט האבן געשוואוירן. דאס מיינט אויך די פסוק (כ"ד) ויאמר אברהם אנכי אִשָבֵעַ, , ויאמר(עבר) ער "האט" געזאגט, אנכי אשבע (עבר פון א עתיד פלאן), דהיינו, איך "וועל" זיין באשוואוירן(עבר).
ווי אזוי פונקטליך די פונקטליכע perspective פון די לייענער שטעלט זיך דא אויס איז קאמפליצירטע הלכות דיקדוק, אבער דאס זעהט מען יא, אז די פסוק מישט די עבר/הוה/עתיד לויט מספר/סיפור.
פון די אנדערע זייט קען מען זעהן א פסוק אלס א עבר לגמרי אויב ס'איז פון די "מסופר'ס" סיפור וואס ער דערציילט אליינס. ער דערציילט א מעשה שהיה, דעמאלטס איז קלאר די ו' המהפך, אזוי ווי מ'זעהט אין פר' ויחי ביי וָאֶקְבָרֶהָ שם, וואס בעצם איז אקברה כשלעצמו א עתיד, נאר די ו' (מיט א קמץ) איז מהפך צו עבר. ווייל די ווערטער פונעם מסופר אליינס זענען אויך א סיפור דברים (עבר) וואס דער פסוק דערציילט אונז אז אזוי האט יעקב "אמאל" דערציילט וואס ער האט "אמאל" געטוהן (עבר).
ווי אזוי ס'פארענפערט די ו' המהפך פון עבר צו עתיד אין פסוק כ"ה איז מיר טאקע נישט קלאר, אבער מ'דארף פרובירן צו קוקען פון די הוה קאנטעקסט פון די סיפור. ס'קען זיין, אז די פסוקים (כ"ג-כ"ד) זענען א סיפור וואס די תורה איז מספר פון די לשון פון די מסופר, מילא נעמט די פסוק די שורש אוֹמֵר (הוה) און איז דאס מהפך דורך אות וַ אלס וַיאמר, ווייל די פסוק רעדט יעצט צו די שפעטערע אונז. ביי וְהוֹכִחַ איז פארקערט ווייל ס'איז נישטא קיין לשון המסופר אין פסוק, נאר די פעולה פון די מסופר. קומט אויס די פסוק דערציילט די עבר מיט א שטיקל הוה, די סיפור (עבר) איז ער האט אזוי געטוהן, אבער די פסוק איז ממשיך מיט די קאנטעקסט פון הוה ווי אזוי עס האט דעמאלטס אויסגעזעהן, עפעס אזוי ווי די הוה פון אן אמאליגע געשעהניש בשעתו, ווייל יעצט רעדט מען פון פעולות המסופר בפועל און נישט זיין לשון. קומט אויס אז מיט די הוה קאנטעקסט פון א מעשה וואס האט זיך דעמאלט אפגעשפילט, דארף מען עס פיקטשערען ווי א פלעי וואס ווערט יעצט פארגעשטעלט.
אולי