בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 1:35 am
דורך לבי ובשרי
לא אלמן ישראל... :shock:

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 2:21 am
דורך שמעקעדיג
לבי ובשרי האט געשריבן:לא אלמן ישראל... :shock:

Pun עמוק :like

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 8:08 am
דורך אישתישבי
מען ווייסט דען זיכער אז דער מענטש איז א גוי? א מענטש וואס זאגט ער איז א איד האט א נאמנות, אפילו ווען מען ווייסט יעצט זיכער אז ער איז א קריסט ווערט ער נישט א גוי, ביז מען הערט פין אים אז ער איז א מומר.

הלכה'דיג קוקט מען נישט אויף די נייעס, און דאס איז נישט קובע דער מציאות.

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:30 am
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ער האט געברענגט דאקומענטן אויפצווייזן אז דער ערשטער מאן איז געווען אינו שפוי בדעתו. ממילא האבן זיינע קידושין נישט תופס געווען. . איז די מאמע געווען א פנויה. און זי האט געמעגט חתונה האבן א צווייט מאל...!

דאכטצעך אז דער ערשטער מאן איז געווען א גר, און ער האט מבטל געווען זיין גיור מיטן טענה אז ער האט עס נישט געמיינט ערנסט והא ראי' אז ער האט נאכדעם גארנישט געהאלטן.., ממילא איז זיין קידושין גארנישט ווערד..


Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו: דאס איז אויך א גוטער ארגומענט. נאר הרב גורן ז"ל האטציך נישט פארלאזט אויף דעם אליין. ער האט געברענגט פעיפערס געסיינט פון א סייקייעטריסט (דאקטער) אז דער מענטש איז נישט ביים קלארן דעת. און דאס איז געווען דער הויפט מאטיוו אויף וואס ער האט געבויעט די הפקעת קידושין...!

נאר ליידער, ס'איז בכלל אריינגעמישט א סאך פאליטיק. און מ'מוז דאך (אין אונזערע קרייזן) איהם אראפמאלן אלס א קל. מוזן דאך זיינע הלכה'דיגע יסודות זיין אפגעפרעגט...!

אין זיין פערזענליכן לעבן איז ער געווען 100% אן ערליכער איד א ירא שמים. ער האט געגעסן פון שחיטת בד"ץ העדה החרדית. און זיין ווייב/רעבעצין איז געגאנגען א שייטל...!

אויב אין די עפנטליכקייט האט ער געטון געוויסע אויפפאלענדע זאכן. דאס האט ער געמוזט טון. ס'איז אפשר נישט געווען אויסגעהאלטן עפ"י שיטה. אבער קיינמאל נישט אקעגן די הלכה...!

ער האט אויך געטון א סאך טובות פאר היימישע אידן. צו ערלעדיגן שווערע קעיסעס מיט א פטור אדער דיחוי פון מיליטער...!

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 1:44 pm
דורך תרמב
איך האב געזעהן געשריבן אויף טוויטער א ווערטל פון אלי ביתאן, א ווארענונג צו די וואס קלערן נאכצוטון דעם חרדישן מיסיאנער, אז מען זאל פרובירן קודם אריבערצוטוישן א קארלין סטולינער צו ווערן א פינסק קארלינער, אז ס'ארבעט קען מען פרובירן מיט יאשקע...

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 3:26 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: איך פארשטיי נישט פונקטליך די עמקות פון דעם דזשאוק. אבער די משמעות (פון דיינע ווערטער) איז אז די קארלין-סטאלינער האלטן אז די פינסק-קארלינער האבן זיך געשמד'ט, ר"ל...!

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 3:57 pm
דורך תרמב
בערל בעל עגלה: איך וועל דיר מסביר זיין די זשאוק, דו מכוון איז בכלל נישט אז די קארלינע האבן עפעס א שייכות מיטן קריסטנטום ח’’ו, די ווארט איז אז אויב איינער טראכט פון א מעגליכקייט איבערצוטוישן א איד צו ווערן א קריסט זאל ער טראכטן ווי שווער סאיז איבערצוטוישן א חסיד פון איין חסידות צום צווייטן וועט ער זעהן ווי אוממעגליך צו טוישן א חרדי צו א קריסט, עניוועי א זשאוק וואס מ’דארף מסביר זיין פארלירט די גאנצע טעם.

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 4:01 pm
דורך קאך_לעפל
אין זיין לויב קען מען זאגן, אז ער האט געמיינט בלויז אונזער גוט'ס. ווארום די בני יאשקע גלויבן אז מ'האט נישט טשיזעס קרייץ אין הארצן קען מען האבן ערענסטע פראבלעמען אין די עפטער לייף! אלזא, ער האט אונז געוואלט פארזיכערן מיט אן העפי עפטער לייף. וואויל איז זיין חלק בזה (נישט בבא)

Re: א היימישע אלמן ענדעקט אלס קריסטליכע מיסיאנער

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 4:22 pm
דורך כניאק
די וועקער גייט איר ארויסנעמען פון די חשבון פון היימישע טויטע?[emoji1787]

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 9:17 am
דורך בונה של טוב
נאך פרטים וועגן די געשיכטע

https://www.google.com/amp/s/www.timeso ... _Gpmt3Nx6Q

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:18 pm
דורך כלבאשבוע

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן:בערל בעל עגלה: איך וועל דיר מסביר זיין די זשאוק, דו מכוון איז בכלל נישט אז די קארלינע האבן עפעס א שייכות מיטן קריסטנטום ח’’ו, די ווארט איז אז אויב איינער טראכט פון א מעגליכקייט איבערצוטוישן א איד צו ווערן א קריסט זאל ער טראכטן ווי שווער סאיז איבערצוטוישן א חסיד פון איין חסידות צום צווייטן וועט ער זעהן ווי אוממעגליך צו טוישן א חרדי צו א קריסט, עניוועי א זשאוק וואס מ’דארף מסביר זיין פארלירט די גאנצע טעם.

אבער געוויינליך ווען ס'איז דא 2 אדער מערערע חסידות מיט דעם זעלבן אדער ענליכן נאמען מיינט דאס אז די מענטשן פון איין חסידות וועללן האלטן די אנדערע חסידות פאר שקצים און טיפשים. נעם סאטמאר. די ארוני זאלי מחלוקה. וואס איינער זאגט אויפ'ן צווייטן. און די בני יואל (סתם א פאררוקטע גרופ) האלטן אז ביידע זענען שקצים. אדער ביי באבוב און וויזשניץ...! אפילו קלויזנבורג און בעלעד און אלכסנדר איז שוין דא 2 אדער מערער גרופס...!

Re: א היימישע אלמן ענדעקט אלס קריסטליכע מיסיאנער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 12:15 pm
דורך תוהו ובוהו
אן ענליכע געשיכטע אנגעבליך פאסירט דא אין ניו יארק

https://mobile.kikar.co.il/article/404945

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 3:05 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
תוהו ובוהו האט געשריבן:אן ענליכע געשיכטע אנגעבליך פאסירט דא אין ניו יארק

https://mobile.kikar.co.il/article/404945

אבער דא איז געווען מיט א מוסלעמענער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 8:58 pm
דורך מצפצף
מפיל קינד האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ער האט געברענגט דאקומענטן אויפצווייזן אז דער ערשטער מאן איז געווען אינו שפוי בדעתו. ממילא האבן זיינע קידושין נישט תופס געווען. . איז די מאמע געווען א פנויה. און זי האט געמעגט חתונה האבן א צווייט מאל...!

דאכטצעך אז דער ערשטער מאן איז געווען א גר, און ער האט מבטל געווען זיין גיור מיטן טענה אז ער האט עס נישט געמיינט ערנסט והא ראי' אז ער האט נאכדעם גארנישט געהאלטן.., ממילא איז זיין קידושין גארנישט ווערד..


Sent from my KFDOWI using Tapatalk

ער האט גע'טענה'ט אז ס'נישט געווען קיין באווייזן אז ער איז טאקע געווען אן עכטע גר. און ס'געווען עדות אז ער האט געלעבט ווי א גוי. אנדערע האבן געהאלטן אז די עדות איז נישט כשר ווייל זיי האבן מעיד געווען אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען מיט אים און אין אדם משים עצמו רשע, אויף וואס גורן האט געדרייט מיטן פינגער אז פלגינן דיבורא...

דאס איז נישט קיין דריי פינגער, פלגינן דיבוריה אין אזעלכע פעלער זענען פשוט'ע הלכות.
האסט אמאל געהערט פון פלוני רבעני לרצוני?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 10:43 pm
דורך berlbalaguleh
אויב איך זאג נישט ..."פלגינן דיבוריה"... איז עס א קעטש-22 סיטואציע.אויב נעם איך (בי"ד) אן זיין עדות'שאפט. אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען. ווערט ער אויך א פסול'ע עדות. און זיין עד'ות'שאפט קען נישט גענומען ווערן אין באטראכט...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:54 am
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:אויב איך זאג נישט ..."פלגינן דיבוריה"... איז עס א קעטש-22 סיטואציע.אויב נעם איך (בי"ד) אן זיין עדות'שאפט. אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען. ווערט ער אויך א פסול'ע עדות. און זיין עד'ות'שאפט קען נישט גענומען ווערן אין באטראכט...!


נישט אמת, מען ווערט נאר פסול לעדות מכאן ולהבא, אבער למפרע זענען אלע הגדות עדות כשר.

קומט אויס בשעת ער זאגט עדות איז ער נאך נאמן, נאר די רגע וואס ער ענדיגט מעיד זיין פארלירט ער נאמנות, אבער אויף וואס ער האט יעצט מעיד געוועין איז ער נאך נאמן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 1:28 am
דורך תוהו ובוהו
קהל'ס נער האט געשריבן:נישט אמת, מען ווערט נאר פסול לעדות מכאן ולהבא, אבער למפרע זענען אלע הגדות עדות כשר.

נישט ריכטיג, אלע פסולי עדות ווערט זייער עדות נפסל למפרע (חוץ עד זומם לרבא, ופסולי עדות דרבנן דצריכין הכרזה).
קהל'ס נער האט געשריבן:קומט אויס בשעת ער זאגט עדות איז ער נאך נאמן, נאר די רגע וואס ער ענדיגט מעיד זיין פארלירט ער נאמנות, אבער אויף וואס ער האט יעצט מעיד געוועין איז ער נאך נאמן.

דרך אגב, אפי' אן פלגינן דיבורא וואלט ער נישט געווארן פסול ווייל 'אין אדם משים עצמו רשע', נאר מ'וואלט נישט געקענט אננעמען זיין עדות, ווייל ער איז דאך נישט נאמן צו רעדן אויף זיך.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 2:34 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: איךהאב גערעדט פון די צווייטע זייט פון די עקוועישן. אז מ'נעמט יא אן זיינע רייד...כ'מיין ס'דא א ר' חיים אויף דעם.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 2:36 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אויב איך זאג נישט ..."פלגינן דיבוריה"... איז עס א קעטש-22 סיטואציע.אויב נעם איך (בי"ד) אן זיין עדות'שאפט. אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען. ווערט ער אויך א פסול'ע עדות. און זיין עד'ות'שאפט קען נישט גענומען ווערן אין באטראכט...!


נישט אמת, מען ווערט נאר פסול לעדות מכאן ולהבא, אבער למפרע זענען אלע הגדות עדות כשר.

קומט אויס בשעת ער זאגט עדות איז ער נאך נאמן, נאר די רגע וואס ער ענדיגט מעיד זיין פארלירט ער נאמנות, אבער אויף וואס ער האט יעצט מעיד געוועין איז ער נאך נאמן.

קהל'ס נער: וואס זאלל איך טון אז דו ביסט א גרעסערער ליטוואק ווי איך. איך געב אויף...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 2:46 pm
דורך מצפצף
berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: איךהאב גערעדט פון די צווייטע זייט פון די עקוועישן. אז מ'נעמט יא אן זיינע רייד...כ'מיין ס'דא א ר' חיים אויף דעם.

נישטא קיין אנדערע איקוועישאן.
עס א א פשוט'ע גמרא, מחלו' אמוראים צו מען נעמט גארנישט אן אלץ אין אדם משים עצמו רשע, צו פלגינן דיבוריה.
אבער אננעמען אינגאנצן זיכער נישט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:23 am
דורך תוהו ובוהו
תוהו ובוהו האט געשריבן:אן ענליכע געשיכטע אנגעבליך פאסירט דא אין ניו יארק

https://mobile.kikar.co.il/article/404945

א ווידיאו פונעם בחור
https://www.youtube.com/watch?v=SvkhJ-SClq4