בלאט 1 פון 1

ר' אברהם שמואל יהודה געשטעטנער, ווער ביסטו?

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:28 pm
דורך אישתישבי
יעצט מיט די מחאות קעגן גיטין, און ווען א ווידעא איז נתפרסם געווארען ווי איינער פון זיין בית דין האט גערעדט מנובלות צו אן עגונה, האט ר' געשטעטנער ארויסגעגעבן א בריוו בשם זיין בית דין אנקעגען די מחאות.

ר' געשטעטנער האט א ברייטער שפראך, יעדעס עקסטרעמע זאך וואס ער שרייבט קומט מיט דער פסוק "מוסכם מכל הפוסקים", און ער זעהט אויס צו זיין א איד א תלמיד חכם, כאטש זיינע שיטות זענען עקסטרעם און נישט אנגענומען ביי מעין סטרים רבנים, און בכלל האט ער א נאמען פאר א שטיקעל משוגענער.

קען אים איינער דא? ווייסט איינער זיין מהות? וויאזוי פירט ער זיך אויף בין איש לרעהו? איז ער א כעסן? פארוואס איז ער אזוי עקסטרעם אויף אזעלכע שטותים ווי זיך אננעמען פאר מסרבי גיטין וואס זענען ביליגע נידריגע מושחתים און קיינער קוקט זיי נישט אהן פאר נארמאלע מענטשען (העלאו? קענסט דיך געבען א ריק ווייטער אין לעבן?).

יעדער וואס האט סיי וועלכע אינפארמאציע וועגן דער אינטרעסאנטער רב ווערט געבעטן אהער צו שטעלן.

די וואס ווילען זיך אננעמען פאר אים קענען דאס אויך טוהן, אבער דארפען געדענקען דער ריזיקע פין זיך אננעמען פאר אזעלכע מענטשן אז מען ווערט א שותף לרשע און מען ווערט גערעדט צו אויף דעם נוסח.