בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 1:46 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
החוקר האט געשריבן:דא געב איך פראפס פאר די דיינים. זיי האבן האבן גענומען די מציאות און דן געווען די הלכה מפי ראי', נישט מפי שמועה. (עכ"פ לויט וויאזוי עס קוקט אויס פונעם בילד)

עס דערמאנט מיר א מעשה פון א רב פון דעם פריעדיגען דור וואס איז ארויסגעקומען גאר שארף קעגן א געוויסע נייע פרויען העט hat וואס מען טראגט אויפן שייטל, שרייענדיג אז דאס איז א פירצה בחומת הצניעות,
א טאג דערויף איז זיינס א אייניקל א ווייבל אריינגעקומען צו איהם מיט דעם זעלבען דערמאנטען געאסר'טען הוטל און ווי נאר ער האט איר אנגעקוקט האט ער זיך אנגערופען "אט אזוי דארף אויסקוקען א אידישע טאכטער"...

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 2:02 pm
דורך רימון
היכי דמי האט געשריבן:הרה״ג רבי שמואל ניימאן שליט״א האט אדרעסירט די נושא לעצטענס ווי ער איז עס מתיר ע״פ הלכה.

https://drive.google.com/file/d/19UMjUA ... p=drivesdk

ער רעדט אסאך שטותים דא באזירט אויף גארנישט און זאגט נאך יואלי לעבאוויטש'ס ווייב'ס תורות אויף נעשינאל זשעאגראפיק, אז די סיבה פארוואס מ'דעקט זיך צו די האר איז אוועקצולייגן די שיינקייט פאר'ן מאן, א פורים תורה'לע פון חרדישע אפאלעדזשעטיקס וואס איז אפשר צען יאר אלט.
איין אינטערעסאנטע זאך דערציילט אז זיין טאכטער א מיידל איז אויף קימא (זאל זי האבן א רפואה שלימה) און די האר איז זי ארויסגעפאלן און זי האט בשום אופן נישט געוואלט גיין קיין שייטל נאר מיט די אייגענע האר אפילו ווען ס'איז א האלבע אינטש לאנג ווייל א מיידל וויל גיין מיט האר און נישט מיט קיין שייטל (דאס וואס ער דערמאנט אז זיין טאכטער האט געזאגט אז אויפן שייטל וועט מען סיי ווי דערקענען אז ס'איז נישט האר, איז א שטיקל סמך להלכה אז סוף כל סוף איז אלץ דא א חילוק צווישן א שייטל און עכטע האר).

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 2:14 pm
דורך [NAMELESS]
רימון האט געשריבן:

Ok so according to you
Why doesn't a girl have to cover her hair?

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 2:17 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
@רימון: דאס וואס די רופסט "פורים תורה" איז אויך געזאגט געווארן דורכן סטייפלער גאון.....[עיין ספר בנין הבית]

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
היכי דמי האט געשריבן:הרה״ג רבי שמואל ניימאן שליט״א האט אדרעסירט די נושא לעצטענס ווי ער איז עס מתיר ע״פ הלכה.

https://drive.google.com/file/d/19UMjUA ... p=drivesdk

ער איז עס נישט 'מתיר'. ער איז מסביר פארוואס עס איז בכלל נישע קיין שאלה.

ער איז מסביר פארוואס מען דעקט צו די האר לכתחילה און פארוואס עס איז נישט קיין נפקא מינא מיט וואס עס איז צוגעדעקט.

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 2:36 pm
דורך איך אויך
moneyminded האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:די שייטל איז גענייט אויף lace און זעהט אויס ווי האר וואס קומט ארויס פון קאפ.

איך קען נישט קיין איין חסידישע פרוי וואס טראגט אזא שייטל.
די לעבסט אין לב טהור אדער אין בויבעריק? אין וויליאמסבורג איז פול מיט לעיס פראנט שייטלעך,בארא פארק ,מאנסי ווי נישט, חסידישע פרויען אין די מאסן גייען אזוי, די ביזט זייער זייער ווייט פון פשוט'ע מציאות וואס טוט זיך היינטיגע טעג בכלל

ער גייט פשוט אין די זעלבע מקוה ווי דיר...

Re: פרישע פירצה! "לעיס-טאפ" שייטלעך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 9:33 am
דורך moneyminded
בת קול האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:די שייטל איז גענייט אויף lace און זעהט אויס ווי האר וואס קומט ארויס פון קאפ.

איך קען נישט קיין איין חסידישע פרוי וואס טראגט אזא שייטל.
די לעבסט אין לב טהור אדער אין בויבעריק? אין וויליאמסבורג איז פול מיט לעיס פראנט שייטלעך,בארא פארק ,מאנסי ווי נישט, חסידישע פרויען אין די מאסן גייען אזוי, די ביזט זייער זייער ווייט פון פשוט'ע מציאות וואס טוט זיך היינטיגע טעג בכלל

האק נישט א טשייניק.
פרויען וואס גייען מיט צוגעדעקטע שייטלעך טראגן עס זיכער נישט, עס זעהט פשוט נישט אויס ריכטיג צוזאמען.
אוודאי וועלן אלעמאל זיין די חסידיש לייט חברה וואס טראגן עס יא.
מען טראגט עס דווקא נישט אין די מאסן. זעהט אויס דו ווייסט נישט וויאזוי דאס קוקט אויס אויפן קאפ.
שעפעלע , פון רוב פון דיינע תגובות מאכט מיר טראכטען אז די וואינסט באמת אין לב טהור , אדער די ביזט עפעס א הייליגע אינגערמאן וואס ווייסט נישט קיין סך....וועגן די ביזט זייער ווייט מיט די מציאות פון היינטיגע טעג בכלל way off..., עניוועי אונז זעמיר נישט אויף איין פעיזש בכלל, איך האב אין ערגעץ נישט געשריבן וועגן צוגעדעקט שייטעל,ביי די וועי דינע בענדס ווי רייפס איז היינט זייער שטארק א צודעקונג אין וויליאמסבורג,און א דינע בענד /רייף אויף א לעיס פראנט מאכט עס אויסזעהן נאך מער ווי האר, מאכט אויסזעהן ווי א מיידעל מיט א רייף, פארוואס זאג איך עס , וועגו כאב פונקט נעכטן געזען אזאנס אין וויליאמסבורג,גראדע האט זי געהאט א לאנגע סקירט מיט פליעטס.. די נייע סטייל , לעיס פראנט שייטלעך איז זייער שטארק שוין דא ביי אונז, ווי אנדערע ניקים דא האבן אויך געשריבן אזוי , און חסידישע רבנים אין בארא פארק מאכן נישט קיין מיטונג איבער א פירצה ווילאנג א ריזיגע עולם גייט שוין דערמיט כעין סנודס וכולי, רוב קרית יואל והגלילות גייט מיט סנודס אבער אדמו"ר האקט דערויף אזוי גייט עס מיט אלע פירצות, אין בארא פארק גייט יעדע חסידישע אפ טא דעיט לעידי מיט א לעיס פראנט , סאיז שוין א אלטע סטייל ,יעדע פרוי וואס הייסט אין סטייל קויפטדי לעצטע יאר צייט א לעיס פראנט אויב זי קויפט א נייע שייטעל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 10:23 am
דורך בת קול
אפשר איז שוין טאקע צייט צו קויפן א נייע שייטל.
באמת איז דא א חילוק צווישן lace top און lace front.
Lace front איז ממש נישט דא צו טרעפן ביי די חסידישע, און lace top אביסל מער, אבער עס זעהט אויס זייער מאדנע מיט א hat אדער band, און איז בכלל נישט אזוי פאפולער ווי דו לייגסט עס אראפ.

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 11:17 am
דורך מילך טראק
געוואקט אין וויליאמסבורג אפאר גאסן כמעט יעדע גאס געזעהן איין

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 11:27 am
דורך מפיל קינד
מיין ווייב האט מיך געזאגט אז איינער האט געדוכנט ווי א צודרייטער אויף איר קאפ ארויף.

Re: פרישע פירצה! "לעיס-טאפ" שייטלעך

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 1:27 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בת קול האט געשריבן:די שייטל איז גענייט אויף lace און זעהט אויס ווי האר וואס קומט ארויס פון קאפ.

איך קען נישט קיין איין חסידישע פרוי וואס טראגט אזא שייטל.
און וואס איז די פראבלעם??

קול קורא פין רבנים

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 7:41 pm
דורך אישתישבי
עס איז ארויס א קול קורא פין פראמינענטע רבנים דיינים אז דער שייטעל איז אסור און,

א. מען טאר נישט זאגן א דבר שבקדושה ווי מען קען זעהן א לעיס טאפ שייטעל.
ב. אלע וואס האנדלען מיט דעם זענען חוטא ומחטיא.

קען איינער ביטע זיך אננעמען פאר די רבנים און מסביר זיין זייער פסק?

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 9:21 pm
דורך סעגאל
אישתישבי האט געשריבן:עס איז ארויס א קול קורא פין פראמינענטע רבנים דיינים אז דער שייטעל איז אסור און,

א. מען טאר נישט זאגן א דבר שבקדושה ווי מען קען זעהן א לעיס טאפ שייטעל.
ב. אלע וואס האנדלען מיט דעם זענען חוטא ומחטיא.
קען איינער ביטע זיך אננעמען פאר די רבנים און מסביר זיין זייער פסק?
,
לאמיר זיין ג-ט'ס לויער.

1)אויב גייט מען מיט די מהלך וואס מען ברענגט דא ארויף יעדע מאל מען רעדט פין שייטלען(גאנץ אסאך מאל יעדע פאר חדשים.) אז די גאנצע היתר איז נאר אויב מען זעט א חיליק פין האר.

+2)דער מאן וואס מאכט די ברכה מיינט עס איז האר. (אין האט די זעלבע הרהר )

=1) אז עס איז א בגד פריצת. (אין במילא דער וואס פארקויפט עס איז א מכשל את הרבים. )

=2) אז מען טאר נישט מאכען א ברכה ( זיכער איינער וואס האט א הרהר).

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 9:25 pm
דורך בת קול
Lace top שייטלעך זענען געמאכט פון א דורך זיכטיגע נעץ.
אפשר האלטן זיי אז די קאפ איז נישט צוגעדעקט ווען מען טראגט דאס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:25 pm
דורך לך לך
נישט צו קלאר

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 3:05 am
דורך שמעון וואלף
מפיל קינד האט געשריבן:די צוגעדעקטע פנים איז מעגליך ר' גבריאל צינער?

די לעצטע לינקס איז דומ"ץ וויזניץ אויף 47.

איך מיין ס'איז ר' אלי' פישער

נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 1:16 am
דורך היכי דמי
די מאנסי רבנים זענען מחולק און האלטן נישט אז מען טאר נישט זאגן א דבר שבקדושה כנגדה. אויך נוצן זיי אויס די איסור פאר אנדערע מאדעס און לאנגע שייטלעך

2D1798DD-E041-4EF5-A311-F89CB7CCBE40.jpeg

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 6:35 am
דורך אישתישבי
לך לך האט געשריבן:נישט צו קלאר

די רבנים פין בארא פארק, ווען מען רופט זיי פרעגן אויב מען קען זאגן א ברכה, ווייל דאס ווייב גייט א לעיסטאפ פרייטאג צו נאכטס, דרייען מיט די צונג, פרובירען זיך ארויסצודרייען און זאגן גארנישט.

רופט אליין און צייגט אייך איבער.

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 8:38 am
דורך שעיקספער
בת קול האט געשריבן:די שייטל איז גענייט אויף lace און זעהט אויס ווי האר וואס קומט ארויס פון קאפ.

איך קען נישט קיין איין חסידישע פרוי וואס טראגט אזא שייטל.

וואס? בודאי, גאר א סך היימישע פרויען.

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 10:51 am
דורך כרם זית
איך האלט מער פון די אויסשטעל פון די ב"פ ק"ק. די מאנסי ק"ק זעט אויס ווי א מאה רשעים אייער צוקער צעטל, וואס מען מאכט ווען מהאט נישט קיין סאלידע טענות צו קומען צום טיש.

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 11:44 am
דורך רביה''ק זי''ע
און איך האלט מער פון די מאה רשעים סטייל פאשקעווילן, כאטש זענען זיי מודה אז ס׳איז ב״ש, אז דו ווילסט עס קויפן קויף עס און אז נישט פאר ווייטער און לאך זיך אויס. די אנדערע מאכן א פאלשע אנשטעל ווי כאילו זיי האבן עפעס סאלידע טענות צו ברענגען צום טיש, זיי נעמען דיך סתם אריין אין א לופ פון קשיות און תירוצים ראיות און פירכות און א false dichotomy פון גערעכט/אומגערעכט פון וואו ס׳איז זייער שווער זיך ארויסצוזעהן און דארט האבן זיי דיר געפעקלט.

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 12:37 pm
דורך היכי דמי
מיר האט א אינגערמאן וואס זיין ווייב איז א שייטל מאכער געזאגט אז ער האט געפרעגט עטליכע רבנים אין שטאט וואס די פראבלעם איז מיט דעם להלכה און קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן אויף וואס די איסור איז געבויט מטעם דין.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:31 am
דורך אישתישבי
קען איינער אויסגעפינען, וואס איז דער הלכה ווען דער שייטעל ליגט נישט אויף דער קאפ פון א פרוי, נאר אויף דער שייטעל העד, מעג מען זאגן א דבר שבקדושה קעגן דעם?