בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:46 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
נאר געהאט צוויי קינדער פארן גט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:49 pm
דורך טובי געלד
א איד מיט די נאמען ר' יוסף בנימין חייקין ע"ה א אינטערסאנטע איד א חסדישע איד א גבאי געווען ביי וויזניצע רבי רבי מאטעלע זצ"ל ער אזי דעווען זייער הייזעריק און זיך דעקנט בייזערען אבער איך מיין א שיינע יוגע ספר געוען כמיין ער איז אוועק אנע קינדער יהא זכרו לברכה
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 7:18 pm
דורך אישתישבי
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 7:18 pm
דורך אישתישבי
פלעגט זיין איינער וואס איז געווארען א בייק און געגעבן ביזנעס קארטלעך פאר קינדער, אויף דער ביזנעס קארטעל איז געשטאנען גרענד ראביי אף יו עס עי
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:57 pm
דורך אישתישבי
.
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 8:00 pm
דורך מחצה''ק
וואס טיט זיך מיט די דרייצען רבי?
קאנווערסעשן איז קלאסד אוי יוי יוי יוי יוי יוייוי יוי!!!!!!
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 8:02 pm
דורך מחצה''ק
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 8:08 pm
דורך good news
ער איז געווען גאנץ א נארמאלער מענטש. איך האב אן אינטערוויא וואס א צייטונג האט אפגעהאלטן מיט אים, אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין, קען איך עס אים שיקן און ער וועט עס ארויפלייגן דא.
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 8:12 pm
דורך מחצה''ק
שיק מיר עס
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 10:44 pm
דורך berlbalaguleh
good news האט געשריבן:ער איז געווען גאנץ א נארמאלער מענטש. איך האב אן אינטערוויא וואס א צייטונג האט אפגעהאלטן מיט אים, אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין, קען איך עס אים שיקן און ער וועט עס ארויפלייגן דא.
וואו. ביי וועלכע פונקט איז ער ..."משוגע"... געווארן?
ער קען רעדן ווי גאנץ א נארמאלער מענטש. נאר פלוצלינג נעמט ער זיך שרייען אדער זינגען מיט קולי קולות...!
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 11:43 pm
דורך good news
דער פארשוין (כ'וויל נאכנישט ארויסגעבן זיין נאמען..) פירט די עוו. ביי דער נאז... (איר וועט שוין באלד פארשטיין פארוואס...). ער פירט דעם טראפיק, שטעלט אפ אויטאס זיך צו באגריסן, מאכט העוויעס, גרימאסן... אבער קיינמאל נישט שעדליך, וועט זיך קיינמאל נישט קריגן, אלעמאל מיט א העפליכן שמייכל...
ג' שמות איז ער ארויפגעקומען צו אונז אין אפיס און מיר האבן געמאכט אן אינטערוויו מיט אים.
זיצנדיג ביי אונז אין אפיס איז ער געווען העכסט אנשטענדיג און באזעצן. מיין ערשטע פראגע:
וואס איז דיין נאמען?
יודא דוד סנדק
וואו ביסטו געבוירן געווארן?
הארטפארד קאנעטיקוט
זענען דיינע עלטערן רעליגיעז?
מיין טאטע לעבט שוין נישט, מיין מאמע איז היינט רעליגיעז.
פארצייל אביסל, פאר די ליינער, עפעס פון דיינע עלטערן און פון דיינע קינדער יארן.
מיין טאטע איז געווארן א יתום פון זיינע עלטערן ביי 5 יאר, מיין טאטע האט געדינט אין די ארמיי ביי די צווייטע וועלט מלחמה, מיין מאמע איז אן אייניקל פון א גרויסן ת"ח פון די גרויסע אידישע שטאט בראד אין פוילן. זיי, מיין מאמעס משפחה, האבן געוואוינט אין וויליאמסבורג, און נאכדעם האבן זיי זיי זיך אריבערגעצויגן קיין הארטפארד, קאנעטיקוט.
ווי רעליגיעז איז דיין מאמע?
זי האלט כשר'ס, שבת, באזונדערע געשיר פאר מילכיג און פליישיג. אלעס איז כשר.
ווי אלט ביסטו?
איך מוז זאגן? אמממ אממממ... (פילט אביסל אומבאקוועם צו ענטפערן...), איך בין אין מיינע 40'ער יארן, איך בין געבוירן אין די 960'ער יארן.
ביסט געגאנגען אין א רעליגיעזן חדר?
נישט עכט. איך בין געגאנגען אין א מאדערנעם דעי סקול, יענער שולע איז געווען בעיקר אויף סעקיולארע לימודים און נאר אביסל האט מען געלערנט וועגן אידישקייט.
ביזט געווען א נארמאל קינד?
אאאממממ... (טראכט... געווארן אביסעל אין א קלעם...) יא, איך בין געווען נארמאל, אלס קינד בין איך געווען הונדערט פראצענט נארמאל... שפעטער האבן איך באקומען א מורא'דיגן חשק צו דאוונען, און טאקע דאוונען ווי א חסיד'ישער איד מיט קולי קולות.
די שולע האט נישט געהאט קיין אנונג וואס ס'ליגט אונטער מיין הויך דאוונען, האבן זיי פרובירט מיך צו קאנטראלירן, אז איך זאל נישט הויך דאוונען ביי די צופרי תפילות וואס מען האט געזאגט אין שולע, אבער כ'האב מיך נישט געלאזט...
ווען האט דיך אנגעכאפט צו ווערן רעליגיעז און פארוואס?
אלס יונגל אין דעם ישיבה וואס כ'האב פריער געזאגט, ווען מ'האט אנגעהויבן לערנען א' ב' האט מיר אנגעכאפט א מורא'דיגן, א מורא'דיגן חשק זיך צו באקענען מער און מער מיט די תורה. ווען כ'בין געווארן עלטער, בין איך אריבער געגאנגען אין די ישיבה "נר ישראל" דבאלטימאר, א ליטווישע ישיבה, הרב רודערמאן איז געווען דער ראש ישיבה און הרב טענדלער איז געווען דער מנהל, נישט דער טענדלער פון מאנסי נאר א ברודער זיינער...
ביזט געווען א גוטער בחור?
אין די ישיבה? אמממממ (קלערט און קוקט אויף מיר...) כ'האב זייער ליב געהאט צו לערנען, כ'בין געווען א גוטער בחור, כ'פלעג אויפשטיין יעדן צופרי און לערנען פרקי אבות פאר'ן דאוונען, און אויך אוצר התפילות. אבער אזויווי כ'האב מער געגלוסט צו א ישיבה וואס האט מער א פריילעכע אטמאספערע, בין איך געגאנגען צו א ישיבה בית שרגא אין מאנסי, וועלכע איז א צוזאמשטעל פון ליטוויש-און-חסידיש אינאיינעם.
רופסט דיך היינט אלס א חסיד?
איך וואלט געזאגט אז כ'בין איינער וועלכער זוכט מער דעם אמת...
וואו וואוינסטו היינט?
אין בארא פארק.
ווי לאנג שרייסטו שוין אזוי אין די גאסן...?
פרעגסט זייער אן אינטערעסאנטע קשיא... ווייל אמממממ... אין די 70'ער יארן ווען כ'בין אוועקגעגאנגען פון ישיבה, האב איך מיך געלאזט וואקסן זייער לאנג די האר, כ'בין דעמאלט געווען צו שטארק אין א פריילעכע שטימונג...
פארוואס האסטו דיך געלאזט וואקסן לאנגע האר?
כ'האב געהאט דעמאלט א פארקרימטע איידיע, אז אויב איך וועל מיך לאזן וואקסן לאנגע האר מיט א קליין קאפל, וועל איך קענען לערנען די תורה מיט פארשידענע אידן וועלכע זענען מיטגעכאפט געווארן מיט די "היפי מואוומענט"... אבער ס'איז געווען א גרויסער טעות פון מיין זייט, און איך האב זייער חרטה דערויף. אין יענע צייט האב איך אנגעהויבן טאנצן און זינגען אין די בארא פארקער גאסן און שפעטער אין פלעטבוש, און נאך שפעטער בין איך געפארן קיין קאליפארניע, מעקסיקא, פלארידא און נאכדעם קיין ארץ ישראל.
אין די אלע אויבנדערמאנטע פלעצער האסטו זיך געפירט אזוי צו שרייען אין די גאסן?...
ניין כ'קען נישט זאגן אז כ'האב אלעמאל געמאכט קולות... אבער רוב פון די צייט האב איך יא געשריגן און געטאנצן.... דו מוזט פארשטיין, אז כ'האב איבעראל געפילט צו טאנצן, כ'האב מיך געפרייט מיט די מתנה וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן צו לערנען תורה, און דאס האט מיך געמאכט שרייען אין די גאסן, פשוט פאר שמחה...
יעצט ווען איך שריי אין די בארא פארקער גאסן, ווענדט זיך: אסאך מאל שריי איך, צוליב דעם ווייל איך בין מורא'דיג פריילעך אז דער אויבערשטער האט מיר געגעבן איין געלעגנהייט און נאך א געלעגנהייט צוריקצוקומען צו אים און זיין נאענט מיט די תורה, און אסאך מאל שריי איך, ווייל, כ'קען עס נישט אנרופן דיפּרעסט, ווייל איך בין נישט דיפרעסט, אבער איך שריי אלס פארביטערניש, אז כ'האב נישט אויסגענוצט די געלעגנהייט אין די ישיבות וואו איך בין געווען.
האסטו אמאל געהאט א נערוון צוזאמבראך?
ניין, ב"ה קיינמאל.
ביסט אמאל געווען אויף סיי וועלכע אנטי דעפרעסיע מעדיקעישאן?
ניין, ניין, קיינמאל נישט.
ביזט אמאל געווען אויף סיי וועלכע דראג?
ניין ניין, ניין.
וואס טוסטו פאר א לעבן?
יעצט גיי איך ארום און פארקויף ליידיגע טעיפס מיט ווידעאוס... (קוקט זיך ארום ווער עס הערט אלץ אויס און זאגט שטיל...) גיב אכט איך ווייס נישט צי דו זאלסט שרייבן אז כ'פארקויף ווידעאוס (ליידיגע)...
דו וואוינסט אין אן אפארטמענט?
איך וואוין אין א קליינע אפארטמענט.
דו צאלסט רענט?
יא.
וויפיל?
(ער רעכנט חשבונות, נומערן אהין און אהער...) 750$ א חודש.
ביסט אפ-טו-דעיט?
ניין.
וויפיל חדשים ביזטו צוריקגעשטאנען?
רעכנט עודך... צוויי חדשים.
וואסערע סארט מענטש איז דיין לענדלארד?
א חסיד'ישער מענטש, א פיינער מענטש. ער לאזט מיך דארט לעבן כאטש איך בין צוריקגעשטאנען מיט רענט.
וואו עסטו שבת?
שבת? פארשידענע מענטשן רופן מיך. ווי למשל די וויזשניצער פעלדמאנ'ס, די בעלזער איגעל'ס, די מונקאטשער טויב'ס, הרב באלקאני שליט"א.
זיי האבן הנאה דיך צו האבן אלס גאסט אויף שבת?
יא, זייער.
ביזט נאר אין בארא פארק אדער אין אנדערע פלעצער אויך?...
אסאך מאל פאר איך אויף מאנסי, בעיקר איז עס מאנסי און בארא פארק.
פארצייל מיר אן אינטערעסאנטע מעשה וואס דו האסט אמאל געהאט אין די גאס?
(איצט האט ער געבעטן אז מ'זאל אים געבן א פאר מינוט צו טראכטן וואסערע מעשה ער האט אלץ געהאט אין די גאסן...)
כ'קען דיר זאגן אפאר אינטערעסאנטע זאכן. למשל: ווען איך דאווען אין א שיל...
כ'האק אים אריין:
אין וועלכע שיל דאוונסטו?
אין מונקאטש און אין סקווירא, ווען איך דאווען אין מונקאטש, באמערק איך אז דארטן דרייען זיך אלע סארט מענטשן, חסיד'ישע ליטווישע, אמעריקאנער, ספרדים און אפילו מענטשן וואס האבן פראבלעמען, אלקאהאלישע פראבלעמען. דאס דערמאט מיך א ווערט'ל וואס פלעגט אמאל זיין זייער פאפולער אין אמעריקע: "אלע וועגן פירן קיין רוים"... זייט איך האב מיך אנגעהויבן דרייען אין מונקאטש, האב איך אנגעהויבן איינזען אז מען קען זאגן "אלע וועגן פירן קיין מונקאטש"...
האק איך אים אריין (אנדערש וואלט ער נישט געענדיגט...), אבער וואסערע אינטערעסאנטע זאך קענסטו מיר זאגן וואס דו האסט געהאט זייענדיג אין די גאסן? צי האסטו געטראפן אן אינטערעסאנטן מענטש? צי עפעס איז דיר אמאל געשען אין די גאס?
ווען איך דריי מיך אויף די גאסן אויף דער 13'טער עוועניו קען איך טרעפן דעם זעלבן מענטש וואס איך וואלט מיך געשעמט צו צוגיין צו אים אין בית המדרש, אבער ווען זיי זענען אויף דער 13'טער עוועניו פיל איך מיך ווי די אלע מענטשן זענען ביי מיר אין בית המדרש... איך גלייך צו טרעפן סיי וועמען וואס לערנט תורה, אז זיי זאלן מיט מיר אויך עפעס רעדן אין תורה, מיר נאכזאגן א פסוק חומש.
איך קען אמאל זען א חסיד'ישן רב צי א חסיד'ישן רבי'ן אויף דער עוועניו, און צו זיי אויך צוגיין עפעס פרעגן, ווייל, ווי אויבענדערמאנט, זענען זיי אין מיין בית המדרש...
וועלכן רבי'ן האסטו שוין אמאל געטראפן אויף דער 13'טער עוועניו?
דעעשער רבי'ן און וויזשניצער רבינ'ס אייניקלעך.
פון וואנט ווייסטו אז זיי זענען וויזשניצער רבינ'ס אייניקלעך?
איך האב זיי געפרעגט, און אויך קען איך ר' ... פון וויזשניץ, ממילא ווייס איך שוין ווער דער וויזשניצער רבינ'ס אייניקלעך זענען.
אין ביהמ"ד פירסטו דיך אויף נארמאל?..
יא, יא.
ווי א נארמאלער מענטש?
אממממ... אסאך מאל ווען איך דאווען ווער איך זייער עקסיידעט... דאווען איך בקול רם. אסאך מאל וועלן מתפללים מיר זאגן, איך זאל מיך אביסל בארואיגן.
אפשר וואלסטו געגעבן צו פארשטיין פאר די ליינער, וואס טוט זיך אין דיין קאפ ווען דו שרייסט אין די גאסן?...
אסאך זאכן, אבער בעיקר איז עס א געוואוינהייט פון קינדווייז אן, אז ווען איך שריי, צי איז דאס ביים דאוונען, צי אין די גאסן, גייען אלע מיינע זארגן אוועק...
דו זיצט שוין דא אין אפיס איבער א האלבע שעה, דו פירסט זיך אויף העכסט נארמאל... וואס גייט דא פאר, פארוואס שרייסטו?
ס'טוט מיר וויי אז אידן זענען נאך אלס אין גלות.
ווער וואשט דיר דיינע קליידער? (ער איז גאנץ צוזאמגענומען)
אמממ, איך גיי צו א לאנדרי.
קען איינער אויף דער וועלט, דיך אפשטעלן פון שרייען אין די גאסן?
ווען איך זע א רבי'ן אדער אייניקלעך פון א רבי'ן, האלט איך מיך אליין איין, איך קאנטראליר מיך.
אריינגעהאקט... פארוואס?
ווייל ווען איך זע א רבי'ן אדער א רבי'ש קינד, דערמאן איך מיך, אז אלס קינד בין איך געווען א קינד פון א טאטן וואס האט געדינט אין די ארמיי, ווען איך זע א קעניג אדער א פרינץ ווער איך אליין דיסציפלינירט און ממילא אלס דרך ארץ אויס, שטעל איך מיך אפ ווי פאר א גענעראל אדער א סאלדאט פון העכערן ראנג...
איצט האבן מיר זיך געזעגנט, און ווי נאר ער איז ארויס פון אונזער אפיס, איז ער צוריק צום אלטן... והא ראי' – די בילדער...
א פרייליכן פורים
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 12:52 am
דורך תרמב
Wow wow זייער אינטערסאנט צו זעהן אז אונטער יעדע מענטש איז דא א געשיכטע, עלטערן, משפחה, א יוגנט וכדומה.
און דו רב גוד ניוז מאך נאך אינטערוויוס!
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 10:30 am
דורך אישתישבי
ער איז בטבע א ביישן.