בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 8:40 am
דורך טאמבל סאס
מפיל קינד האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שארפןקאפ האט געשריבן:די איינציקע פראבלעם וואס איך האב מיט די ווערסיע איז אז עס מיז זיין די געט איז געווען פארמאכט וויל אזי שטיפניש ווי מען קען זען אין די ווידעאס וואלטן די פאליציי נישט געקענט אן האלטן אן דעם
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
די פאליציי האט נישט אנגעהאלטן, ס'געווען די פאר שטאק פון גופים וואס האבן אנגעהאלטן
מאכט נישט קיין סענס. אפאר שטאק איז זיכער נישט געווען - ווייל מ'זעט נישט קיין ווידיאוס דערפון, אפשר 3 מענטשן זענען דארט געלעגן. אבער ס'קען נישט זיין אז 3 גופים האלטן אפ אזא שטראם. מענטשן שטארבן שטייעדיג, מ'רירט זיך נישט, מ'אטעמט נישט, מ'שלעפט ארויס קינדער פון אויבן, מ'גיסט וואסער פון פענסטער, אבער מ'קען נישט גיין ווייל ס'דא גופים דארט...
אויב מ'וואלט געקענט גיין וואלט זיך אלעס גערוקט. קוק אויף די ווידיאוס, מ'זעט מענטשן גוססן שטייעדיג. די פאר גופים וואלט נישט אפגעהאלטן אזא שטראם. נישטא אזא מציאות.
נארישקייטן, מ'קען נישט גוססן אדער שטארבן שטייענדיג. די וואס שטייען זענען די געראטעוועטע. פון ווערן צעדריקט שטייעדיגערהייט שטארבט מען נאכנישט. פון האבן אפאר לעיערס מענטשן ליגן אויף דיך, אהן קיין לופט אדער עיביליטי צו אטעמען ווייל מ'איז אזוי צעקוועטשט - פאר לענגער פון זעקס מינוט צי ווייסעך - פון דעם שטארבט מען.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 10:01 am
דורך אישתישבי
די ווייסט נישט וואס די רעדסט.
דער וועג גייט אויף אראפ, און אפילו מען שטייט און עס קומט א גרויסע דרוק פין אינטען און מען קען שטארבן פין דעם אליין.
דא אין דעם פאל איז געוועהן מענטשן וואס זענען געשטארבן אפילו זיי זענען געשטאנען.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 10:05 am
דורך אישתישבי
איך מוז אויך זאגן אז דער קעפל פין אשכול איז ראנג און נאריש
פאליציי האט פארמאכט. נו, איז וואס??
וואס הייסט איז וואס?
יא מען קען שטארבן ווייל מען פארמאכט א באריקעיד, און דאס אז עס איז געוועהן צופיל מענטשן דארט האט נישט מיט דעם.
מענטשן גייען און ווערען סטאק אין דעם מעבר, און דאס פארמאכן ווייזט אויף טפשות.
איך וואלט נישט געזאגט ווי די ארץ ישראל'דיגער אידן וואס זאגן אז די פאליס זענען נאציס און ווילען הרג'נען די פרומע, אבער דאס יא, זיי זענען געוואוינט פין אייביג אז די פרומע זענען א חברה נישט פאלגזאמע מענטשן, און האבן אייביג טענות ומענות, ממילא ווען זיי האבן דא פארמאכט, האבן זיי אפילו נישט געהערט די קולות אדער צעקות, אדער הסברים וואס גייט דא פאר, ווייל פאר זיי איז געוועהן פשוטער פרומע דעמאגאגיע.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 11:38 am
דורך מפיל קינד
טאמבל סאס האט געשריבן:נארישקייטן, מ'קען נישט גוססן אדער שטארבן שטייענדיג. די וואס שטייען זענען די געראטעוועטע. פון ווערן צעדריקט שטייעדיגערהייט שטארבט מען נאכנישט. פון האבן אפאר לעיערס מענטשן ליגן אויף דיך, אהן קיין לופט אדער עיביליטי צו אטעמען ווייל מ'איז אזוי צעקוועטשט - פאר לענגער פון זעקס מינוט צי ווייסעך - פון דעם שטארבט מען.
ליין אדער הער די אינטערוויוס פון מענטשן וואס זענען געווען אויף די רעמפ. מענטשן האבן זיך פלעין צאמגעלייגט דארט פון שטיין 5 מינוט מיט צודרוקטע לונגען.
Re: פאליציי האט פארמאכט. נו, איז וואס??
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 12:38 pm
דורך זיו
דער אשכול איז פשוט און פראסט, נישט צו די זאך. די צווי תיקונים וואס @ליב צו ווייסען האלט אז דער חרדישער עולם דארף זיך פאררעכטען, איז געבויט אויף אייגענע בוך ווי, נישט אויף וואס עס האט ליידער פאסירט אין מירון.
קודם, צו פארשטיין ווי אזוי צו פארמיידען אן אומגליג פון זיך איבערשפילן, דארף מען קודם פארשטיין וואס עס האט פאסירט, וויסען וואס די מעשה איז געווען. פאר'ען פונקליך פארשטיין די מעשה, זענט איר בדוק ומנוסה צו רעדן שטותים, אויף ווי אזוי צו פארמיידען אזוי טראגעדיע אינעם צוקנופט.
די אלע וואס יאגן זיך צו טייטלען מיטן פינגער ווער איז שולדיג, און וואס מען דארף פאררעכטען אז אזאנס זאל מער נישט פאסירן, פאר'ען קלאר ארויס האבען די מעשה, רעדן פון בוך, נישט פון קאפ. דאס הייסט אזוי, מירון האט פשוט געברענגט צום אויבערפלאך די אלע שרייבערס בוך ווי. מירון האט זיי געגבען דעם שטופ צו זאגען זייער מיינוג וואס דרייט זיך אין די שרייבערס בוך אסאך פאר מירון האט פאסירט.
בנוגע די צווי תקנים פון@ליב צו וויסען וועל איך אויסגעבען מיין בוך ווי.
ליב צו וויסן האט געשריבן:דער חרדישער עולם (בפרט אין אר"י):
1. וועט זיך בשום אופן נישט בייגן פאר די דעת פון (נישט תורה'דיגע) עקספערטן אין סיי וואס פארא נושא.
צו ניצן דעם פרעיז פון @ליב צו וויסען, נו! איז וואס?
ליב צו וויסן האט געשריבן:2. די תורה'דיגע אויטאריטעטן קימערן זיך גאנץ ווייניג מיט גשמיות'דיגע געברויכן (אויך מיר גשמיות... ונשמרתם?! עניוועיס..).
מיין פלאמיר קימערט זיך אויך גאנץ וויניג מיט מיין עלעקטעריקעל פראבלעמס.
פאר די אלע וואס זענען סטאק, און כסדר באשולדיגען די רבנים, האס איך גרויס חשק זיי צו געבען א געזונטען שטוס פון אינטען. א שטוס ווי עס דארף צו זיין. רעב איד, זע זיך ארויס פון דעם זומפ פון באשולדיגען די רבנים, עס גייט דיר גארנישט העלפן חוץ פון טרעפען א קרבן פאר דיינע פראבלעמען. נעם זיך אין די הענט אריין און טו וואס די האסט צו טון. יאלא! געגאנגען!
Re: פאליציי האט פארמאכט. נו, איז וואס??
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 1:19 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מפיל קינד האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:נארישקייטן, מ'קען נישט גוססן אדער שטארבן שטייענדיג. די וואס שטייען זענען די געראטעוועטע. פון ווערן צעדריקט שטייעדיגערהייט שטארבט מען נאכנישט. פון האבן אפאר לעיערס מענטשן ליגן אויף דיך, אהן קיין לופט אדער עיביליטי צו אטעמען ווייל מ'איז אזוי צעקוועטשט - פאר לענגער פון זעקס מינוט צי ווייסעך - פון דעם שטארבט מען.
ליין אדער הער די אינטערוויוס פון מענטשן וואס זענען געווען אויף די רעמפ. מענטשן האבן זיך פלעין צאמגעלייגט דארט פון שטיין 5 מינוט מיט צודרוקטע לונגען.
אדער פון קארדיאק ארעסט פון פאניק
Re: פאליציי האט פארמאכט. נו, איז וואס??
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 6:49 pm
דורך פאליטיקאנט
@זיו די גאנצע נקודה איז טאקע דאס, "מ'דארף נישט פארשטיין די מעשה דא אויף צו וויסן וואס ברויך א תיקון" די פונקטליכע השתלשלות פון די מירון טראגעדיע איז אומרעלעוואנט ווען יעדע בר דעת קען קלאר זען דברים הצריכים תיקון.
און טאקע דאס הייסט גערעדט מיט שכל און נישט פון בויך ארויס, אלע וואס פרובירן צו אדורכטון פונקטליך ווען און וויאזוי די פאליציי האט בלאקירט, זיי זענען פארנומען מיט בויך וויי, און זוכן סתם צו באשולדיגן. @ליב צו וויסן זוכט נישט סתם צו באשולדיגן, ער ברענגט ארויס פראבלעמען וואס זענען דא - און האבן די מעגליכקייט בכל זמן צוצוברענגן צו נאך אזוינע טראגעדיעס.
דו קענסט זיך טענה'ן צו די צוויי הנחה'ס וואס ער לייגט אראפ זענען אמת, אבער דו קענסט זיך נישט פארהוילן פון די מציאות אז די סכנה לויטערט.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 8:44 pm
דורך אישתישבי
פאליטיקאנט האט געשריבן:@זיו די גאנצע נקודה איז טאקע דאס, "מ'דארף נישט פארשטיין די מעשה דא אויף צו וויסן וואס ברויך א תיקון" די פונקטליכע השתלשלות פון די מירון טראגעדיע איז אומרעלעוואנט ווען יעדע בר דעת קען קלאר זען דברים הצריכים תיקון.
און טאקע דאס הייסט גערעדט מיט שכל און נישט פון בויך ארויס, אלע וואס פרובירן צו אדורכטון פונקטליך ווען און וויאזוי די פאליציי האט בלאקירט, זיי זענען פארנומען מיט בויך וויי, און זוכן סתם צו באשולדיגן. @ליב צו וויסן זוכט נישט סתם צו באשולדיגן, ער ברענגט ארויס פראבלעמען וואס זענען דא - און האבן די מעגליכקייט בכל זמן צוצוברענגן צו נאך אזוינע טראגעדיעס.
דו קענסט זיך טענה'ן צו די צוויי הנחה'ס וואס ער לייגט אראפ זענען אמת, אבער דו קענסט זיך נישט פארהוילן פון די מציאות אז די סכנה לויטערט.
איינער קען טענה'ן פונקט פארקערט, אז ווייל עס איז דא פאליציי בכלל אין מירון, קען געשעהן א אומגליק. נישט אז איך האלט אויך אזוי, אבער פין מירון אין להביא ראי'.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 9:21 pm
דורך מפיל קינד
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:נארישקייטן, מ'קען נישט גוססן אדער שטארבן שטייענדיג. די וואס שטייען זענען די געראטעוועטע. פון ווערן צעדריקט שטייעדיגערהייט שטארבט מען נאכנישט. פון האבן אפאר לעיערס מענטשן ליגן אויף דיך, אהן קיין לופט אדער עיביליטי צו אטעמען ווייל מ'איז אזוי צעקוועטשט - פאר לענגער פון זעקס מינוט צי ווייסעך - פון דעם שטארבט מען.
ליין אדער הער די אינטערוויוס פון מענטשן וואס זענען געווען אויף די רעמפ. מענטשן האבן זיך פלעין צאמגעלייגט דארט פון שטיין 5 מינוט מיט צודרוקטע לונגען.
אדער פון קארדיאק ארעסט פון פאניק
אדער פון קאראנע.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 10:49 pm
דורך שמעקעדיג
מפיל קינד האט געשריבן:אדער פון קאראנע.
