בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:56 am
דורך [NAMELESS]
א' יאהר שפעטער דארף מען נישט נאר געדענקען די טראגעדיע, נאר אויך ווי אזוי טענץ און חינגאות זענען ווייטער אנגעגאנגען, און ווי די חינגאות זענען געוועהן וויכטיגער ווי די טראגעדיע

Re: טראגעדיע?! הדלקה!!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 1:56 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
חתם סופר האט געשריבן:א' יאהר שפעטער דארף מען נישט נאר געדענקען די טראגעדיע, נאר אויך ווי אזוי טענץ און חינגאות זענען ווייטער אנגעגאנגען, און ווי די חינגאות זענען געוועהן וויכטיגער ווי די טראגעדיע
ע"ז

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:14 pm
דורך מיליאנער
חתם סופר האט געשריבן:א' יאהר שפעטער דארף מען נישט נאר געדענקען די טראגעדיע, נאר אויך ווי אזוי טענץ און חינגאות זענען ווייטער אנגעגאנגען, און ווי די חינגאות זענען געוועהן וויכטיגער ווי די טראגעדיע
יישר כח פארן דערמאנען.

אגב, וואס מיינט חינגאות?

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 7:10 pm
דורך שמעקעדיג
טעות

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 7:38 pm
דורך פרנס החודש
מיליאנער האט געשריבן:אגב, וואס מיינט חינגאות?
חינגאות איז טענץ איבערגעטייטש אויף ארמיש פאר ווער עס פארשטייט נישט קיין אידיש.
מיין ראש חבורה האט מיר פארגעהאלטן פארן נוצן א געוויסע ווארט ביים מסביר זיין די גמרא , האב איך אים געפרעגט פארוואס ער און די גמרא מעגן נוצן די ווארט——- און ווען איך טייטש עס איבער אויף ענגליש ווערט עס מיאוס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:09 pm
דורך מיליאנער
די ווארט חינגאות ווערט געווענליך גענוצט ביי הוליערייען וכדו', וואס קומט נישט אריין ביי די ל''ג בעומר הדלקה, סאו ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:57 pm
דורך פרנס החודש
א דאנק אזעלכע מענטשן ווי דיר וואס יעדעס מאל מען נוצט עס פאר עפעס אנדערש מאכן זיי משוגע.

Re: טראגעדיע?! הדלקה!!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:59 pm
דורך פרנס החודש
געראדע הוליען איז לכאורה אויך נישט קיין נעגאטיווע ווארט

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 11:12 pm
דורך מיליאנער
פרנס החודש האט געשריבן:געראדע הוליען איז לכאורה אויך נישט קיין נעגאטיווע ווארט
טויזענטער אידן האבן געהוליעט ל''ג בעומר לכבוד ר' שמעון...

הערט זיך נישט גוט...

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 11:44 pm
דורך berlbalaguleh
אדער: צענדליגער טויזנטער אידן האבן געהוליעט לכבוד ג' אייר. די יארצייט פון ר' ישעיה בר' משה מ'קערעסטיר

Re: טראגעדיע?! הדלקה!!!

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2022 1:56 am
דורך פרנס החודש
עס זענען געווען אפאר ליטווישע ראשי ישיבות וואס האבן גערעדט קעגן ארומהוליען ביז עס איז געווארן א נעגאטיווע ווארט

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2022 1:43 pm
דורך וואלווי
מיליאנער האט געשריבן:די ווארט חינגאות ווערט געווענליך גענוצט ביי הוליערייען וכדו', וואס קומט נישט אריין ביי די ל''ג בעומר הדלקה, סאו ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט.
אקדמות:

מְטַיְּלֵי בֵהּ חִנְגָּא, לְבַהֲדֵי דִשְׁכִינְתָּא.