בלאט 2 פון 6
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 12:16 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: אפילו לויט הגר"ח נאה'ס שיעור, זאלל מען נישט געפראווט ווערן, ח"ו...!
נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 1:55 am
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך זעה אז דער אשכול (וואס לפענ"ד) איז גאר אינטרעסאנט גייט שוין שלאפן. ער ליגט שוין דארט ווי א שכיב מרע. אדער כאבן שאין לו הופכין...!
אשר על כן בעט איך. רופטס ענק אן. סיי מיט לייקס. סיי מיט דיס-לייקס. מיט שבחים אדער קריטיק. עטץ מעגטץ זאגן אז איך בין א געשוואלענער עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן. איך ווייס נישט וואס איך רעד. אלעס. אבער זאגטס עפעס...!
אוואו זענען מיינע געוויינליכע קריטיקירערס. שמעקעדיג. און שמעון וואלף. זאגטס עפעס א גוטס. א גוטן חידוש...לאמיר הערן...!
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 2:45 pm
דורך berlbalaguleh
בד"ה: דו האסט נישט געהערט...?! בערל באלאגאלעה'ס לעצטיגער אשכול איז (אזוי ווי די אלע אנדערע אשכולות וואס בערל בעל עגלה האט אויפגעמאכט.) ל"ע ולא עליכם, פריצייטיג אפגעשטארבן.
די דאקטוירים (שמעקעדיג און שמעון וואלף) האבן נאך א גרונטליכע פאלמעסונג (ניתוחי חיים) פעסטגעשטעלט אז בערל בעל עגלה'ס אשכולות גייען ל"ע פריצייטיג אוועק פון די וועלט צוליעב עטליכע (פשוט'ע) סיבות. כדלהלן:
ער איז נישט קיין זאלי. נאר אן ארוני. (מהאי טעמא באקומט ער טאקע ווייניג לייקס. אפילו ווען ער זאגט א שכל'דיגע זאך. לעומת א צווייטן וואס אפילו ער זאל ארויסבלעקערצן די גרעסטע שטות און נארישקייט באגיסט מען איהם מיט לייקס.).
אויך ווייל ר'איז א ציוני.
נאך א סיבה. ער האט איינמאל (אדער 2 מאל) אויפגעמאכט אן אשכול מיט א קעפל אין ענגליש. (האומר דבר בשם אומרו. הרב שמעקעדיג שליט"א).
שוין. די הקמת מצבה וועט (איין גרויסע מצבה פאר אלע אשכולות וועלכע האבן אונז ל"ע פריצייטיג פארלאזט. אויך האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט אז די אשכולות האבן זיך (פריצייטיג) אפגעפעקלט ווייל דער חשוב'ער עולם דא אין קאווע שטבל האט נישט ארויסגעוויזן קיין אינטרעסע. פאר די אויבנדערמאנטע סיבות. אי"ה ביום א' סליחות דהאי שתא שנת תשפ"א (אבי נישט פ"צ) לפ"ק...! אויפ'ן ווינער בית עולם. ס'וועט זיין לקח און בראנפן נאך די צערעמאניע...דער עולם ווערט געבעטן צו רעזערווירן דעם זמן...!
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 2:52 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז אמאל געווען א בעל עגלה וועלכער האט אריינגעשמיסן אין זיין גע'פגר'טן פערד. אבער דער פערד האטציך נישט גערירט פון ארט. עד שבא פיקח אחד. ביז ס'איז אדורכגעגאנגען א קלוגער מענטש. און ר'האט איהם געפרעגט (דעם בעל עגלה.) דו זעהסט נישט אז דער פערד איז טויט, ל"ע. וואס שמייסטו איהם. ענטפערט ער. איך ווייס אויך אז ער איז טויט. אבער איך האף אז אויב איך וועלל איהם שטארק אריינשמייסן וועט ער זיך דאך סוכ"ס אויפכאפן. האביך דען געלט צו קויפן א צווייטן פערד?!...! דער ב"ג.
נמשל כבהמות נדמו. אבער א יעדער פארשטייט...!
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 5:24 pm
דורך תרמב
די זאך איז אז אייערע אשכולות זענען נישט די איינציגסטע וואס גייען שלאפן פריצייטיג, סאיז א אלגעמיינע פראבלעם אויף קאווע שטיבל אז אלעס שלאפט אוועק, איר דארפט נישט זיין אזוי קאמפלעקסד מ’מיינט נישט אייך, און איך גלייב נישט אז איינער וועט זיך צוריקהאלטן אייך צו לייקן אויב איר שרייבט צו די זאך ווייל איר זענט אן ארוני, בכלל ווינדער איך זיך אויף אייך, צו זענט איר נישט געווען ביי די כינוס כללי ווי מ’האט מסביר געווען די פראבלעם פון די רעיון הציוני? וויאזוי קענט איר זיין אן ארוני און אין איינוועגס זיין א ציוני? די רבי האט עס נישט גוט מסביר געווען?
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 6:47 pm
דורך סעגאל
@בערל!
פארוואס אנריפען אשכולת וואס ציען זיך צוויי זייטן געשטארבן פריצייטיג?
אגב איך האב נישט געוויסט אז 9000+ לייקס איז ווייניג.
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 7:42 pm
דורך berlbalaguleh
סעגאל: ייש"כ. פאר זיך אנרופן. נאכדעם איז דא צוויי סיבות. ווי ס'שטייט אין פסוק..."אוהב כסף, לא ישבע כסף"...! צווייטנס. פראפארציאנעל (אין פארגלייך צו אנדערע. בלי לפרט שמות) האביך א סאך ווייניגער. לויט די תגובות וואס איך האב שוין ב"ה דא אריינגעבאכעט...!
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 8:44 pm
דורך תרמב
אגב מיין תגובה האסטו איגנארירט.......
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 8:48 pm
דורך סעגאל
אויב דאס איז די פראבלעם עמיר עס פראבירן אויסגראדן.
נאדיר צוויי פאר א דיפאזיט.
נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 10:23 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן:אגב מיין תגובה האסטו איגנארירט.......
תרמב: וואס פאלט דיר ביי...?! איך האב דיר אפילו געגעבן א לייק...! מיין רעאקציע איז אז איך האב גארנישט מוסיף צו זיין. און מיין זיידע ע"ה (וועם איך האב ליידער נישט געקענט. ווייל ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ) האט מיר געלאזט צוואה אז אויב איך האב גארנישט צו זאגן זאלל איך עס נישט זאגן...!
Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 10:38 pm
דורך קהל'ס נער
יו טורן, איפכא מסתברא.
ווראנג וועי, כל באיה לא ישובון.
אלטערנעיט ראוט, עת לעשות ה' הפרו תורתיך.
נאו ספידינג, לא בגבורת הסוס יחפץ.
נאו האנקינג, איסתרא בלגינא קיש קיש קריא.
דאסט ראוד, דרך לא דרך.
קיפ בעק, אחורי ארי ולא אחורי ה...
ספידינג קאמערע, עיין רואה וכל מעשיך בספר נכתבים.
ספיד באמפ, עלייה לצורך ירידה.
שארפ טארן אהעד (עפעס אזוי), עם עקש תתפתל.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ייש"כ. דו האסט צופיהל ארויפגעלייגט אויף מיין (און א יעדנ'ס) טעללער. מ'קען נישט ענטפערן על רגל אחת. דיינע און נאך א סאך אנדערע איבעיות פון דעם סארט פארלאנגען יישוב הדעת און מחשבה. און א ביסל שוויצן.
טראץ די פארנומענע צייט מיט די הכנות החג, וועלל איך בלי"נ ארבעטן אויף תשובות פאר דיינע שאלות...!
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
דערווייל זעה איך אז דו האסט שוין אריינגעלייגט די תשובה אויך אין דיין שאלה. אן עקסטער יישר כח פאר דעם. נאר איך וועל (בלי"נ) נאכזוכן נאך פשטים...! ויגדיל תורה ויאדיר...!
Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 10:55 pm
דורך קהל'ס נער
איך מיין די ביסט אין די ווראנג אשכול, איך האב נישט דא געפרעגט קיין שאלה, איך האב דא געגעיבן פסקים, און ווער עס פרעיגט ווי שטייט עס, (זאגט מען נאך פון די אמונה ע"י חקירה לייקענערס) איז א אפיקורוס.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 10:07 am
דורך דוראק
אויף יו טורן איז דאָ אַן אַלטער אידישער אויסשפּראַך - השיבנו נאַזאַד.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:59 am
דורך berlbalaguleh
דוראק: די פראבלעם איז אז אין אמעריקע ווייסט ניט א יעדער די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון ..."נאזאד"...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 10:57 am
דורך איך אויך
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 3:36 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 5:41 pm
דורך קהל'ס נער
נאכן אויסהערן די קול באשה (ע"י אמירה לעכו"ם), ווייס איך נאך אלץ נישט וואס דאס מיינט.
איז עס א גמטריה?
טעם הכמוס?
ע"פ זוהר?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:22 pm
דורך יעקב מעקסוועל
נאזאד מיינט צוריק אין רוסיש.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:47 pm
דורך berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:האלוי קול באישה !!!
האלאו: זיי נישט קיין פרומער,יא. אויב דו ביסט נאך אזוי קינדיש אז ס'שטערט דיך ווען א אידישע באבע זינגט עפעס אויף אידיש, דאמאלס ביטע גיי קיין איי-וועלט. דארט איז די ריכטיגע פלאטץ פאר דיר...לאל
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:נאזאד מיינט צוריק אין רוסיש.
יעקב מעקסוועל: אויף ענגליש (אויף די פאוסטערס) איז עס נישט ריכטיג געשריבן. אין רוסיש קומט עס געשריבן מיט דעם לעטטער..."Z"... נישט ..."S"...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 6:05 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh האט געשריבן:טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:האלוי קול באישה !!!
האלאו: זיי נישט קיין פרומער,יא. אויב דו ביסט נאך אזוי קינדיש אז ס'שטערט דיך ווען א אידישע באבע זינגט עפעס אויף אידיש, דאמאלס ביטע גיי קיין איי-וועלט. דארט איז די ריכטיגע פלאטץ פאר דיר...לאל
קהל'ס נער האט געשריבן:נאכן אויסהערן די קול באשה (ע"י אמירה לעכו"ם), ווייס איך נאך אלץ נישט וואס דאס מיינט.
איז עס א גמטריה?
טעם הכמוס?
ע"פ זוהר?
ס'איז ע"פ פשט א פרוי אין ס'שטערט מיר ווייל אין א פרימע פלאטץ טאר נ ישט זיין זאכן וואס מ'טאר נישט ע"פ הלכה