בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:24 pm
דורך Lesser
קורקלענד האט געשריבן:Lesser האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:קאווע שטיבל מעמבער'ס זענען גראדע פון די פרומערע טיפּ.
האב איך דאס נישט געוויסט, נו מ'לערנט זיך צו.
דיפּיטידאָ איז זיכער נישט אין סטייל ביי די קאווע שטיבל מיטגלידער.
איך ניץ גראדע א אנדערע ברענד, אבער כ'פארשטיי.
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 12:05 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אסאך פון די זאכן וואס @Lesser שרייבט דא איז אמת. איך האב מיך אסאך געדרייט אין לינדאן. אזוי ווי כ'וואוין אבער נישט דארט ווייס איך טאקע נישט אלע פרטים, אבער אזויפיל יא, אז ס'שיין און רואיג דארט, ס'טאקע דא דארט רוישיגע גאסן ווי למשל די 27 אבער ס'נאר דא געשעפטן דארט, משא"כ די גאסן וואו מ'וואוינט איז ממש שטיל. אויך איז פארהאן א שיינע גרויסע פארק צו שפאצירן און פארן מיט ביציקלעך.
שיין צו זעהן ווי דער עולם אנטלויפט פון די ברוקלינער חזריי מיט די אומגעהויערע פרייזן און נידריגע סטאנדארט אוו ליווינג. דער פרישער עולם האט שוין נישט מורא אוועקצומופן פון הינטער די מאמעס פארטעך.
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 6:44 am
דורך Lesser
נאך איין קליינע הערה וואס כ'האב געווילט צילייגן צו מיין תגובה נעכטן, די סדר דא איז אז רוב גוים גריסן זיך איינער די צווייטער, ווייטער פאר די זעלבע סיבה ווייל די גוים זענען גרויסע פאטריאטן פונעם שטאט, אין זיי האבן א סיפוק אז עס זאל זיין א שיינע און פריינטליכע מקום, נו אז מ'גרוסט זיך גרוסט די יוד די גוי און די גוי די יוד, אזוי איז די מנהג.
שבת אויפן וועג צו שול קאסט עס מיר בערך 10 Good Morning's און Good Afternoon's.
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 6:46 am
דורך Lesser
איך וועל פראבירן צו ברענגען בילדער פונעם שטאט, אין אויך איבער די פארק'ס וואס איינער האט דא ציגעברענגט.
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 6:52 am
דורך Lesser
אמת וצדק האט געשריבן:לינדען איז זייער א שיינע פלאץ, אסאך הייזער זענען נישט צו גרויס און מען וועט דארפען איין טאג צובויען, אבער מען קען טרעפן גרעסערע הייזער אויך.
עס פארמאגט נאך נישט א נוטראלע שוהל און אויך נישט קיין גראסערי, אבער ביידע גייען לכאורה קומען בקרוב, אזוי אויך איז דאס פלאץ פאר א מער חסידישע עולם לדוגמא א טאטע וואס רעדט ענגליש צו זיין זוהן וועט נישט געפינען דאס פלאץ דארט.
די הלכות פון ציבויען זענען טאקע נישט אזוי שטרענג, אבער אך און וויי אויב איינער פארגעסט צו נעמען א פערמיט פאר די קלענסטע זאך, זיי וועלן זיין ביזי מיט דעם פאר א וויילע, זיי זענען פשוט שטרענג אבער גאר שטרענג איבער פערמיט'ס פאר יעדע נארישקייט (אויב ווילט איר רוקען א פשוטער סוויטש אדער פלאג, דארפט איר לעגאל א פערמיט).
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 8:52 am
דורך סעגאל
איז אמת דעס וואס הייסט אז זיי האלטן די פרייז נידריג דיריך זאגן אז מען מיז קויפן די הויז דיריך זיי אין סטראשען אז אויב נישט וועט מען נישט אריין נעמען די קינדער אין די מוסד ( ווען עס וועט זיין )
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 8:56 am
דורך ליב צו וויסן
Lesser האט געשריבן:נאך איין קליינע הערה וואס כ'האב געווילט צילייגן צו מיין תגובה נעכטן, די סדר דא איז אז רוב גוים גריסן זיך איינער די צווייטער, ווייטער פאר די זעלבע סיבה ווייל די גוים זענען גרויסע פאטריאטן פונעם שטאט, אין זיי האבן א סיפוק אז עס זאל זיין א שיינע און פריינטליכע מקום, נו אז מ'גרוסט זיך גרוסט די יוד די גוי און די גוי די יוד, אזוי איז די מנהג.
שבת אויפן וועג צו שול קאסט עס מיר בערך 10 Good Morning's און Good Afternoon's.
גאר א שיינע זאך, ס'איז נאר א פלאס.
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 9:15 am
דורך אמת וצדק
סעגאל האט געשריבן:איז אמת דעס וואס הייסט אז זיי האלטן די פרייז נידריג דיריך זאגן אז מען מיז קויפן די הויז דיריך זיי אין סטראשען אז אויב נישט וועט מען נישט אריין נעמען די קינדער אין די מוסד ( ווען עס וועט זיין )
די מוסד דארט איז שוין פון לאנג אפן
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 9:47 am
דורך Lesser
סעגאל האט געשריבן:איז אמת דעס וואס הייסט אז זיי האלטן די פרייז נידריג דיריך זאגן אז מען מיז קויפן די הויז דיריך זיי אין סטראשען אז אויב נישט וועט מען נישט אריין נעמען די קינדער אין די מוסד ( ווען עס וועט זיין )
יישר כח פארן פרעגן, לאמיר צינעמען די נושא אלס איינער וואס האט דארט געקויפט.
אין אנדערע מקומות, קען יעדער גיין אין קויפן, פארקויפען, פליפען אדער טוהן סיי אימער ער וויל, קיינער איז נישט בעל הבית אין יעדער שפירט זיך פריי ווי די פויגל וואס מאכן אן מיין שווארצע קאר.
די מעלה איבעראל איז, אז אלעס איז אוועילעבל צו דיר, אן קיין שום צוימונג, די חסרון איז אבער אז פרייזן פארן ארויף ווי די ראקעטס צום ספעיס סענטער, אין נאך א שטיק צייט פארלירט די מקום נייע תושבים וואס ווילן נישט קומען צוליב די הויכע פרייזן.
די מצב אין לינדען איז אנדערש.
עס איז דא א וועד, א אפיס מיט סעקראטעריס, בראקערס, ועוד. אין מקויפט די הייזער דורך זיי.
עס ארבעט אזוי, ווען א הויז קומט ארויף אויף די מארקעט, וועט נאר איין יוד קענען פראבירן די קויפן די הויז אז אזוי זאל נישט ווערן קיין בידס, כדי די פרייזן זאלן בלייבן ביליג (געדענקט, די סיבה פון לינדען איז געוועהן די ביליגע פרייזן).
סא, די ערשטע וואס שיקט אריין א טעקסט/איממיל וועט האבן די זכות קדימה אריינצוגעבען א אפפער אויפן הויז, פארשטייט זיך ער וועט ערשט אראפגיין אין זעהן פינקטליך צו ער וויל עס טאקע (אזוי אויך ווערט א ליסטע אויף יעדע הויז אז אויב וויל די ערשטע נישט די הויז, אדער ער קען עס נישט קויפן/אפפארדן צוליב דאס וואס זיין מארדגעדש גייט נישטמדורך אדער סיי וואס, וועט די נעקסטע אין ליין באקומען די הויז).
פארשטייט זיך אז גוים וועל נאך אלץ בידן, אבער עט ליעסט זאלן די פרייזן נישט ארויפגיין וועגן אונז
האסט געפרעגט וועגן די מוסדות, מוזט איר פארשטיין (עס האט מיר אויך גענומען צייט צו פארשטיין) אז מען וויל בויען די שטאט, אין די איין איינציגע וועג וויאזוי מקען דאס ווייטער בויען איז דורך האלטן די פרייזען נידריג. אדרבא אויב איז דא א צווייטע וועג, רופט די אפיס (כ'געדענט שוין נישט די נאמבער) אין זיי עס זיי מציע.
די חסרון דערפון, איז איינס דער וואס האט די מערסטע צייט אין טאג, ער קען זעהן אלע הייזער וואס קומען אריין, אין קען גיך שיקען אין באקומען א הויז וואס ער וויל, צווייטע חסרון איז פאר טייל מענטשען פילט עס ווי מען איז אין ישיבה, און מדארף רשות אויף צו קויפען עפעס.
אבער די מעלה איז גרעסער, אין אפילו איך אפען מיינדעד רייסער מיט א שווארצע גרויסע קאר (אן לייטס, ווייל כ'האב נישט קיין צייט צו קיין אויף חברים הצלה/שומרים קאללס) האט געקויט מיטן סיסטעם, ס'מאכט נאר סענס.
און יא זיי נעמען נישט אן אין סקול אדער חדר אויב מקויפט אליינס, איי געס זיי פילן אז אויב רעכנט איר זיך נישט מיטן שטאט, וואס פארלאנגט עס פארן שטאט זיך צו רעכענען מיט אייך.
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 9:49 am
דורך Lesser
ליב צו וויסן האט געשריבן:Lesser האט געשריבן:נאך איין קליינע הערה וואס כ'האב געווילט צילייגן צו מיין תגובה נעכטן, די סדר דא איז אז רוב גוים גריסן זיך איינער די צווייטער, ווייטער פאר די זעלבע סיבה ווייל די גוים זענען גרויסע פאטריאטן פונעם שטאט, אין זיי האבן א סיפוק אז עס זאל זיין א שיינע און פריינטליכע מקום, נו אז מ'גרוסט זיך גרוסט די יוד די גוי און די גוי די יוד, אזוי איז די מנהג.
שבת אויפן וועג צו שול קאסט עס מיר בערך 10 Good Morning's און Good Afternoon's.
גאר א שיינע זאך, ס'איז נאר א פלאס.
איי עגרי, ס'איז גאר אינטערסאנט צו זעהן איידעלע יונגעלייט גריסן זיך מיט די גוים שבת אויפן וועג צו נשמת.
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 9:50 am
דורך Lesser
אמת וצדק האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:איז אמת דעס וואס הייסט אז זיי האלטן די פרייז נידריג דיריך זאגן אז מען מיז קויפן די הויז דיריך זיי אין סטראשען אז אויב נישט וועט מען נישט אריין נעמען די קינדער אין די מוסד ( ווען עס וועט זיין )
די מוסד דארט איז שוין פון לאנג אפן
גערעכט, סיי א חדר ווי אויך א שולע
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 10:19 am
דורך קורקלענד
וויאזוי קען א שטאט זיין סוקסעספול ווען מ'לאזט נאר אריין בערך פערציג פרישע משפחות א יאר? כדי די שטעטל זאל קענען ערייכען גענוג משפחות ס'זאל קענען זיין סוקסעספול וועט אויף דער ראטע געדויערן נאך אזא גוטע צען יאר?
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 10:44 am
דורך סעגאל
וויפיל משפחת דארף מען האבען צי הייסען סאקסעספול.
ווי שטייט אז א שטאט דארף האבען 5-1500 משפחת
מיר פערזענדליך איז 1000 משפחת די מאקסימאם אין 2 שילן די מינימאם.
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 11:14 am
דורך סעגאל
Lesser@
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די מוסדת נישט אריין נעמען די קינדער ווען מען קויפט אליין
מיין פראבלעם איז אז עס קען נישט אנהאלטען צי לאנג לויט ווי איך קען די סאטמאר'ע די זעלבע רגע עס וועט זיין געניג פין איין קהלה וועט זיין א 2'טע מוסד אין דעמאלט וועט מען זיך אנהייבען הרג'ען אויף די קינדער.
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 3:06 pm
דורך חוקר ודורש
אסאך בלאקס דארט האבן נישט קיין סייד וואלקס.
נשלח: פרייטאג מאי 14, 2021 5:47 pm
דורך ליב צו וויסן
סעגאל האט געשריבן:Lesser@
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די מוסדת נישט אריין נעמען די קינדער ווען מען קויפט אליין
מיין פראבלעם איז אז עס קען נישט אנהאלטען צי לאנג לויט ווי איך קען די סאטמאר'ע די זעלבע רגע עס וועט זיין געניג פין איין קהלה וועט זיין א 2'טע מוסד אין דעמאלט וועט מען זיך אנהייבען הרג'ען אויף די קינדער.
איינמאל די שטאט איז Settled וועם באדערט אז פרייזן וואקסען, זאל מען מאכן נאך א ישוב..
נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 6:50 am
דורך Lesser
קורקלענד האט געשריבן:וויאזוי קען א שטאט זיין סוקסעספול ווען מ'לאזט נאר אריין בערך פערציג פרישע משפחות א יאר? כדי די שטעטל זאל קענען ערייכען גענוג משפחות ס'זאל קענען זיין סוקסעספול וועט אויף דער ראטע געדויערן נאך אזא גוטע צען יאר?
איך קען נישט ענטפערן אויף דעם, אבער רוב עולם זוכט נישט עס זאל ווערן א בארא פארק, 500 משפחות איז איבער גענוג, מ'האלט יעצט ביי 230.
נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 6:53 am
דורך Lesser
חוקר ודורש האט געשריבן:אסאך בלאקס דארט האבן נישט קיין סייד וואלקס.
מיין גאס האט אויך נישט קיין סיידוואלק, סאיז טאקע א שטיקל חסרון, אבער שמעתי וראיתי אז אין מאנסי/לעיקוואד איז אויך דא פילע גאסן אן קיין סיידוואלק.
איי געס ס'איז נישט אזוי שלעכט, אדער ווערט מען פשוט ציגעוואוינט.
נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 6:55 am
דורך Lesser
ליב צו וויסן האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:Lesser@
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די מוסדת נישט אריין נעמען די קינדער ווען מען קויפט אליין
מיין פראבלעם איז אז עס קען נישט אנהאלטען צי לאנג לויט ווי איך קען די סאטמאר'ע די זעלבע רגע עס וועט זיין געניג פין איין קהלה וועט זיין א 2'טע מוסד אין דעמאלט וועט מען זיך אנהייבען הרג'ען אויף די קינדער.
שווער צו ענטפערן, אבער עס זענען דא עלטערן וואס האפן אז די קינדער וועלן נאך דא קענען קויפן, אדער געשוויסטער...
איינמאל די שטאט איז Settled וועם באדערט אז פרייזן וואקסען, זאל מען מאכן נאך א ישוב..
נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 10:19 am
דורך מפיל קינד
Lesser האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:וויאזוי קען א שטאט זיין סוקסעספול ווען מ'לאזט נאר אריין בערך פערציג פרישע משפחות א יאר? כדי די שטעטל זאל קענען ערייכען גענוג משפחות ס'זאל קענען זיין סוקסעספול וועט אויף דער ראטע געדויערן נאך אזא גוטע צען יאר?
איך קען נישט ענטפערן אויף דעם, אבער רוב עולם זוכט נישט עס זאל ווערן א בארא פארק, 500 משפחות איז איבער גענוג, מ'האלט יעצט ביי 230.
די תושבים וואס איך קען דארט זאגן אז זיי ווילן יא א גרויסע שטאט פון איבער 1000 משפחות.
איך שטיץ מ'זאל לאזן די סיסטעם פון קויפן ווי ביז יעצט, ווייל נאר אזוי וועט עס אנקומען צו זיין א גרויסע שטאט.
נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 10:20 am
דורך מפיל קינד
ליב צו וויסן האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:Lesser@
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די מוסדת נישט אריין נעמען די קינדער ווען מען קויפט אליין
מיין פראבלעם איז אז עס קען נישט אנהאלטען צי לאנג לויט ווי איך קען די סאטמאר'ע די זעלבע רגע עס וועט זיין געניג פין איין קהלה וועט זיין א 2'טע מוסד אין דעמאלט וועט מען זיך אנהייבען הרג'ען אויף די קינדער.
איינמאל די שטאט איז Settled וועם באדערט אז פרייזן וואקסען, זאל מען מאכן נאך א ישוב..
וועם באדערט? די וואס וואוינען דארט. זיי ווילן אז די שטאט זאל וואקסן, ס'זאל זיין מער געשעפטן, פרנסה מעגליכקייטן, א פליישיגע טעיק אוט און א וויין סטאר פאר פרייטאג נאכמיטאג וכו'.
לאזן די פרייזן קראכן מיינט אז די שטאט איז היסטאריע, פונקט ווי דזשערזי סיטי און בלומינגבורג.
נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 10:49 am
דורך קורקלענד
די איצטיגע סיסטעם לאזט אויך נישט וואקסן. אויב גייט די וואוקס ראטע ווייטער אזויווי ביז יעצט וועט עס געדויערן נאך בערך פופצן יאר אנצוקומען צו טויזנט משפחות!
נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 11:18 am
דורך I'm back
קורקלענד האט געשריבן:די איצטיגע סיסטעם לאזט אויך נישט וואקסן. אויב גייט די וואוקס ראטע ווייטער אזויווי ביז יעצט וועט עס געדויערן נאך בערך פופצן יאר אנצוקומען צו טויזנט משפחות!
דו טוסט סטאטיסטיקס פאר פרנסה?