בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:39 pm
דורך נס קאווע
פונקט געטראכט צו נעמען צווי ראוסטער אדער 9 ביי 13 (פרעג דיין ווייב וואס דאס איז) און לייגן א רעק אבער ווי קען מען טרעפן אזא סייז רעק געטראפן אויף עמעזאן אבער טייער און נישט די גוטע סייז און שעיפ

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:01 pm
דורך שמעקעדיג
נס קאווע האט געשריבן:פונקט געטראכט צו נעמען צווי ראוסטער אדער 9 ביי 13 (פרעג דיין ווייב וואס דאס איז)

דשאסט פאר מיי קוריאסיטי (נישט די פון נאסא):
דו ביסט א פרוי? :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:20 pm
דורך נס קאווע
ניין אבער יעדעס מאל איך קויף בעקעלעך בין איך מיט מיין אשת חבר א לאנגע צייט אויפן פאון און הערשט קום איך אהיים מיט די ראנג וואן קען זיין איך בין א אויסנאם (גראדע 9 ביי 13 ווייס איך וואס דאס איז ווייל מיןן טאטע פלעגט עס קויפן ביי די קעיס)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:43 pm
דורך DotCom
א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מגיב געווען עס האט מיר אסאך ארויסגעהאלפן און וועט מסתמא אויך העלפן אנדערע חברים.

יעצט פלאנען מיר זיך ערנסט ארויסצולאזן בקרוב, צוריקקומענדיג זאגט מען מיר פאר א ביזי פארקעסט, סא כווייס נישט ווען כוועל נעקסט האבן די זכי' צו טרינקען קאווע מיט ענק, דעריבער וואונטש איך ענק אלע א כתיבה וחתימה טובה, לא נתנשי מכם ולא תתנשי מנאי. מיין אימעיל איז dotcomyid@gmail.com האטס מיר אלע א לעכטיגן תמיד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:45 pm
דורך יידל
האטס א געזונטען רייזע. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:51 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:האטס א געזונטען רייזע. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.

גם אני מצרף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:50 pm
דורך שמעקעדיג
גיי און קום געזונטערהייט און האב א געשמאקן ראונד טריפ.
גיב איבער קרישקעלעך פון די נסיעה נאכדעם, און ווי גוט אונזערע עצות האבן געהאלפן!...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:51 pm
דורך זר זהב
וואו גייט ער?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:04 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:17 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:
נס קאווע האט געשריבן:פונקט געטראכט צו נעמען צווי ראוסטער אדער 9 ביי 13 (פרעג דיין ווייב וואס דאס איז)

דשאסט פאר מיי קוריאסיטי (נישט די פון נאסא):
דו ביסט א פרוי? :lol: :lol:



נס קאווע האט געשריבן:ניין אבער יעדעס מאל איך קויף בעקעלעך בין איך מיט מיין אשת חבר א לאנגע צייט אויפן פאון און הערשט קום איך אהיים מיט די ראנג וואן קען זיין איך בין א אויסנאם (גראדע 9 ביי 13 ווייס איך וואס דאס איז ווייל מיןן טאטע פלעגט עס קויפן ביי די קעיס)



דערמאנט מיר פון דעם געשמאקן ארטיקל:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=9795

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:19 pm
דורך נס קאווע
גענוצט א אייז-באקס מיט גרויס סוקסעס, געקויפט איין פעקל אייז יעדן טאג (בערך $2 - $1) און אויסגעגאסן דאס וואסער, און מ'קענישט אריין לייגן נאר פארמאכטע זאכן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:07 pm
דורך DotCom
א דאנק אייך מיינע חשובע פריינט פון קאווע שטיבל, האב מיר געהאט געשמאקע סעודות אין ניאגרא פאללס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:38 pm
דורך איך אויך
נאך געבליבן א שטיקל? כ'בין הונגעריג.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:54 pm
דורך קווארטין
וואס האסטע געטוהן מיט מיר דו מאכסט מיר דזשעלוס. הםםםם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:26 pm
דורך נס קאווע
אגב האב איך געזעהן אז ריב סטעיק מאכט מען צוגעדעקט וכך עשיתי ונהניתי זייער גוט געלונגען נאר עס בלייבט אייביג אביסל ראבערי האט מיר איינער געזאגט אז מ' נוצט אנדערע סטעיקס האט איינער א טיפ?

אגב האסטו שוין געשריבן ערגעץ דיין בארביקוי ארטיקל ערגעץ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:45 pm
דורך DotCom
דעם ארטיקל האב איך אנגעפאנגען אבער כאב נישט געהאט קיין געדולד ווייטער צו גיין.

אוודאי איז בעסער אויב מאכט מען עס צוגעדעקט, כאב עס נאר גע'עפנט פאר די פיקטשער, די ראבער-פעטנ'ס איז די בעסטע חלק פונעם פלייש, מ'קען קויפן ריב סטעיק'ס אנעם ביין ס'איז גרינגער צו גרילן, אבער געשמאקער איז אויפצועסן דעם פלייש ביזן ביין...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:55 pm
דורך נס קאווע
כ' האב אמאל געקויפט א 40 אונס סטעיק מיט א ביין און ס' געווען קריספי פונדערויסן און ווייעך פון אינעווייניג ווי א פעט שטיקל געבאקענע פלאנקען וואס צוגייט נישט ווי א סטעיק וואס אפילו ס' וויעך בלייבט עס נאך אלס ראבערי

שטעלט זיך די פראגע ניצט די סטאר א אנדער סארט סטעיק מיט א ביין וואס מ' קען בעסער קאכן אדער ווייסן זיי וויזוי צו ערלעדיגן א סטעיק וואס איך ווייס נישט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:44 pm
דורך שמעקעדיג
לאמיר עפענען אן אנדער אשכול וועגן סטעיק.
איך האב אויך וואס צו פרעגן און צו זאגן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:18 pm
דורך נס קאווע
האסט דא דעם בעל הסטעיק (אזוי זאגט ער) און ער וויל נישט רעדן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:04 pm
דורך נס קאווע
נו עפן שוין א אשכול, ווילסט נישט איך זאל דארפן עפענען

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:36 pm
דורך איך אויך
נס קאווע האט געשריבן: ווילסט נישט איך זאל דארפן עפענען

נאר אויב דו טרינקסט שווארצע קאווע שטייטציך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:36 pm
דורך DotCom
נס קאווע האט געשריבן:שטעלט זיך די פראגע ניצט די סטאר א אנדער סארט סטעיק מיט א ביין וואס מ' קען בעסער קאכן אדער ווייסן זיי וויזוי צו ערלעדיגן א סטעיק וואס איך ווייס נישט


מסתבר איז די צווייטע אז דו ווייסט נישט וויאזוי צו ערלעדיגן, אדער ענדערש דו ווייסט יא וויזוי צו ערלעדיגן...

איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט 'ראבערי', די ווייסע פעטנ'ס אדער די רויטליך אינעווייניג?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:16 am
דורך אייגענארטיג
היינט איז געווען די טאג!

מיר אפאר חבירים זענען ארויס גרילן עס האט זיך אזוי געמאכט אז די שטיבער האבן עס ערלויבט.

יא עס האט זיך געלוינט. אינ איך וועל ענק געבן די טיפ עס זאל נישט טריקן ווערן אין נישט פארברענט ווערן אין נישט זיין ראבערי

עס איז דא ציבאקומען א ספעציעלע פענדל דאכט זיך מיר עס הייסט stake plate פאר א גריל.

מען לייגט ארויף די בשר הסטעק אויף דעם אין עס גרילד זיך אזוי בערעך 5 מינוט א זייט אין דערנאך לייגט מען אוועק דעם פלעט אין מ'לייגט ארןיף דעם בשר אויפן גריל דירעקט ביז ער ווערט וועל דאון.

די מעלות

די פענדל האלט די זאפט אז עס זאל זיך איינקאכן מיט די זאפט. בלייבט ער זאפטיג.
די פענדל געט אים א הפסק צווישן די פייער ער זאל נישט תיכף פארברענט ווערן אזוי באקט ער זיך גיט אויס און ער איז נישט ראבערי