בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2022 9:32 am
דורך שמעקעדיג
ווען דו דרוקסט left העכערן קעסטל ווערט אלעס פון לינקס אויף רעכטס, זייער געאייגענט פאר ענגליש.

די פראבלעם איז נאר, ווי דו שרייבסט, אז די לעצטע פינטל אדער שטרעכל אין א פאראגראף בלייבט אויף די ראנג זייט, אבער חוץ מזה איז עס גוט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 8:43 am
דורך טאמבל סאס
דאס ווייס איך. אבער ס'איז בשעתן שרייבן ווען סאיז א ריעל פעין. ספעציעל ווען סאיז ענגליש געמישט מיט אידיש.
כוואונדער מיך ווי שווער סוואלט געווען צומאכן א קאסטום טעג פארדעם.

Re: הילף אין קאווע שטיבל! פאר מתחילים!!!

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 4:28 pm
דורך איך הער..
סעגאל האט געשריבן:העכער די שרייב קעסטל קען מען דריקען url.
עס וועט ארויפקימען א קעסטל.
שרייב אריין די אמת'ע לינק.
דריק ok וועט ארויף קימען די קעסטל.
שרייב אריין וואס די ווילסט די ליינער זאל זען
פארוואס ביי מיר קימט נאך אלס ארויף א גאנצע ליין מיט code ?

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 4:43 pm
דורך אלפא
וויאזוי עפענט מען א נייע אשכול?
קען מיר איינע ביטע אנצייגן אין פלעין אידיש?!

איז דא צוימונגען פאר נייערע מעמבערס אין דעם תחום?

Re: הילף אין קאווע שטיבל! פאר מתחילים!!!

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 4:49 pm
דורך איך הער..
אלפא האט געשריבן:וויאזוי עפענט מען א נייע אשכול?
קען מיר איינע ביטע אנצייגן אין פלעין אידיש?!

איז דא צוימונגען פאר נייערע מעמבערס אין דעם תחום?
יא, מ'דארף האבן א 25 הודעות פאר מ'קען עפענען א נייע אשכול.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 5:09 pm
דורך אלפא
יישר כח!

כאטש נאך א תגובה... :)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:59 pm
דורך נחבא
וויאזוי טעגט מען א ניק?
@נחבא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 2:10 pm
דורך אלפא
וואס מיינט בכלל 'טעגן'?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:08 pm
דורך נחבא
אלפא האט געשריבן:וואס מיינט בכלל 'טעגן'?
כרם זית האט געשריבן:@berlbalaguleh @איך ווייס נישט אלעס ממילא אפשר קענסטו מרחיב זיין אויף דיין באשולדיגונג אז טייל בריוו'ן אין איגרת מהרי''ט זענען פאלטש?
דאס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:13 pm
דורך שעפטאל
1. מ'שרייבט דעם ניק נאמען (פינקטלעך ווי אזוי ער שרייבט עס, למשל ביי הרב בתוך עמי דארף מען צולייגן נקודות. מ'קען אויך מאכן קאפי פעיסט..)

2. סעלעקט עס (אז ס'ווערט בלוי)

3. דריקט דעם tag קנעפל (מקומו: גלייך העכער דעם קעסטל אין וואס מ'שרייבט אויף די לינקע זייט.)

(4. ווען מ'דריקט "אויסקוק פון פאראויס" קען מען זעהן אויב ס'איז בלוי. אויב נישט, קוק איבער דעם ניק נאמען און טוה עס איבער)

טעגט'ס און האט'ס הנאה...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:41 pm
דורך נחבא
@נחבא
טעסטינג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:25 pm
דורך אלפא
איז דא א מפתח, אדער אן אשכול, וואו מ'קען זען אדער אנפרעגן איבער וועלכע ארטיקלען/אשכולות/נושאים עס זענען שוין דא דורכגעטון געווארן, און וואו?

איך בין נייגעריג צו ליינען אדער שמועסן איבער געוויסע נושאים דא אין שטיבל, קיין נערוון דורכצוליינען אלע אלטע פארומען האב איך נישט אייביג, ברויך מען דאך אזא פלאטפארמע צו מברר זיין ביי די מבינים און אלט-געזעסענע - אזוי בדרך שאלה ותשובה - אויב די ספעציפישע סוביעקט איז שוין צוקייט געווארן ערגעץ אין שטעטל...

אלס קריינא דאיגרתא פרעג איך אויב אזא אשכול עקזיסטירט שוין. טאמער נישט קען איך גיין פתיחה דערויף, און באזעטיגן מיין הונגער איבער אינטרעסאנטע סחורה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:32 pm
דורך וואלווי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:41 pm
דורך אלפא
געוואלדיג!

יישר כח.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:50 am
דורך אלפא
ליין איך מיר אזוי איין אשכול נאכן צווייטן, בלאט נאך בלאט תגובה נאך תגובה. א גאלד גרוב ליגט מיר דא אונטערן אויוון, מ'דארף נאר האבן די קאפ, מח, און אסאך צייט דאס דורכצושווימען!

ווי איך סטראגל איז מיטן (לכאו' באקאנטע) דילעמע ווען איך באגעגן א לינק צו א צווייטן אשכול, זאל איך עס קליקן? נאר אויף צו שמעקן וואס דארט שטייט און פארשטיין די קאנטעקסט. אדער זאל איך ווייטער ליינען, און האפענטליך איין טאג אנצוקומען צו יענעם אשכול פערזענליך? איי וואס וועט זיין מיטן קאנטעקסט פון דעם שמועס? פארפאלן! מ'קען דאך נישט אריינפאלן אינעם ענדלאזן קייט פון לינק גוררת לינק - אם השמאל ואשמאילה..

ערענסט גערעדט וואס ראט דער עולם, איז בעסער איינצוהאלטן די נייגער און גיין אויף א סדר (-וועלכע?)
אדער זאל מען לינקען טאמער עס איז ציענד, און ריסקן די המשך פון דעם יעצטיגן אשכול?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:04 am
דורך מרדכי מרדכי
כ'בין שוין דא עטליכע יאר אבער כהאב מיך אלס געשעמט צו פרעגן, בבחינת איינעם וואס איך קען שוין לאנג אבער איך ווייס נישט זיין נאמען און איך שעם מיך צו פרעגן.
אבער לא הביישן למד איז נאדיר.
איז דא ערגעץ אין שטיבל ווי עס שטייט וואס די אלע סימבאלן מיינען?
איך ווייס נאר אז רויט מיינט נישט געליינט און ווייס מיינט יא געליינט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 4:58 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:00 am
דורך מרדכי מרדכי
ישר כח

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:59 pm
דורך אלפא
קען מען טוישן די קעפל פון אן אשכול נאכן עס פאוסטן? וויאזוי?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:33 pm
דורך קאצקער
איינער האט אפשר אן אנונג אויב ס'איז דא א קאווע שטיבל עפפ וואס ארבעט אויף א פליפ פאון?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:56 pm
דורך תרמב
אלפא האט געשריבן:קען מען טוישן די קעפל פון אן אשכול נאכן עס פאוסטן? וויאזוי?
איך ווייס נישט צו עס איז דיר נאך נוגע

אבער מ'דארף צו קענען טוישן, ווען דו דרוקסט די קנעפל רעדאגיר קענסטו רעדאגירן די גאנצע תגובה אריינגערעכנט די קעפל

Re: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 9:56 am
דורך לעפטאפ
בין איך א מתחיל דא אויפן שטיבל, וואלט כ'געוואלט וויסן וויאזוי מ'לייגט ארויף א פראפייל?

Re: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:09 pm
דורך סקעפטיקער
לעפטאפ האט געשריבן: בין איך א מתחיל דא אויפן שטיבל, וואלט כ'געוואלט וויסן וויאזוי מ'לייגט ארויף א פראפייל?

http://kaveshtiebel.com/ucp.php?i=173