![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
קויפער האט געשריבן:הגיע לידי א רעקארדינג פון ר׳ משה ווייס, ראש ישיבת מאור התלמוד אין בארא פארק, און איך וויל פרעגן דעם עולם דא וואס מען האלט דערפון.
די שמועס איז טאקע געווען פנימי ווי ער האט גערעדט צו די בחורים בין כותלי הישיבה, אבער לפע״ד העני׳ איז די מהות און די לשונות ממש שאקירנד.
אט איז עטליכע ציטאטן
ווער ביסטו בכלל?
איך דארף דיך עניוועי נישט האבן דא, לאמיר זאגן אפען, ביסט איבריג, ביסט גארנישט ווערט!
א באנטש פון פרעסערס, עולם הזה׳ניקעס, דיין טאטע טוט אזוי, דיין זיידע טוט אזוי, פארגרעבטע מענטשן!
איך וועל הארגענען מענטשן!
איך וועל עס טון מיט די גאנצע רשעות!
מען דארף אויסהערן די גאנצע רעקארדינג צו פארשטיין די קאנטעקסט און וואס ער צילט אויפצוטון,
אבער די גאנצע גערעדעכץ, שפראך און מהלך הערט זיך עפעס געפערליך נישט פאסענד פאר א מחנך בישראל.
https://voca.ro/1gUR1snwkziu
נולד מאוחר האט געשריבן:ס'איז א מצוה לפרסם.
אזוי איז מען מחנך בחורים אין אונזערע בעסערע ישיבות.
ס'איז אן עקל און גרויל אז א ראש ישיבה רעדט אזוי צו בחורים.
כ'האב נייעס פאר אים, יא מיכאל שניצלער פארקויפט מער איידעלע געדאנקען פון ר' משה ווייס.
בחורים ווילן חתונה האבן, יא ס'איז נאטורליך, א מין רשעות, כ'וויל וויסן ווען ער איז געווען לעצט מיט זיין ווייב?
אלעס איז אבאוט עם און זיין ישיבה.
ער מיינט לשם שמים, ס'איז מאכט מיר ווינדערן וויאזוי זיין שמים קוקט אויס.
ואידך האט געשריבן:שטייט א מענטש און שפייעט אויס זיין כעס און עגאיזם פאר צוואנציג מינוט אין איין צי אבער וויבאלד ס'איז דאך אן עמטליכע דרשה פאר בחורים ענדיגט ער מיט די גאנצע תמימות מיט דעם אפישעל משיח ענדינג!
Lol
סאנטיאגא האט געשריבן:און נעם נישט זיין זייט אז ס'איז געווען אן אויסנאם, ער האט געכאפט אן אטאקע, ווייל ווי געזאגט דאס איז עמטליך די שפראך אין די ישיבה וועלט! און ליידער אין חדר אויך...
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:מיר האט זייער געווינדערט אז א מכלומפערשטער ראש ישיבה זאל רעדן אזוי געמיין און נאך צו בחוריםַ.
אבער צו זאגן אז דאס איז די שפראך אין אלע ישיבות איז איבערגעטריבן.
איך האב געלערנט אין ישיבה, און געשיקט מיינע קינדער אין ישיבות, יעדער אין א אנדערע ישיבה, יעדע מיט אירע מעלות/ חסרונות, אבער אזא שפראך האט מען אין ערגעץ נישט געהערט, דער ווייס איז א זעלטענהייט והוקע אותו לעיני השמש.
שקר וכזב! קיינמאל נישט גערעדט אין פובליק צו זיינע בחורים אין אזא שפראך! איך בין א תלמיד, כ'האב געלערנט דארט עטליכע יאר, און כ'האב גראדע שטארק געגליכן זיינע שמועסן. יא ווען ער האט געגעבן א פסק פאר א בחור, האט דער ראש ישיבה אריינגעריסן אין זיבעטן רופ, אבער דאס איז געווען נאר פריוואט קיינער האט נישט געהערט, ער האט דעם בחור גערופן אין א זייט, און א שטיק צייט דערנאך, אמאל א האלבע שעה אמאל מער האט ער גערופן דעם בחור אין א זייט און מפייס געווען אז ער האט נישט אזוי שטארק געמיינט, וכו' וכו', אזא בחינה פון שמאל דוחה וימין מקרבת, אבער קיינמאל נישט אין פובליקפערינא האט געשריבן:איך האב אויך קיינמאל נישט געהערט אזא שפראך, נישט פון מיינע ראשי ישיבה און נישט פון מיינע קינדער'ס
אבער ווי איך געדענק האט ר' משה גרין יא גערעדט צו זיינע בחורים ווי א סטריט rapper, מיט לשונות של גנאי וואס מ'קען איינזינקען פון בישה פונקט ווי רבי ווייס.
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:מיר האט זייער געווינדערט אז א מכלומפערשטער ראש ישיבה זאל רעדן אזוי געמיין און נאך צו בחוריםַ.
אבער צו זאגן אז דאס איז די שפראך אין אלע ישיבות איז איבערגעטריבן.
איך האב געלערנט אין ישיבה, און געשיקט מיינע קינדער אין ישיבות, יעדער אין א אנדערע ישיבה, יעדע מיט אירע מעלות/ חסרונות, אבער אזא שפראך האט מען אין ערגעץ נישט געהערט, דער ווייס איז א זעלטענהייט והוקע אותו לעיני השמש.
גיב א שמייכעל האט געשריבן:Lesser האט געשריבן:איי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
ער איז שוין היפש לאנג א ראש ישיבה, פארדעם איז ער געווען מנהל ביי ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל אין אור ישראל, נאך ר' אליעזר'ס פטירה איז פארגעקומען א רייבעריי צווישען איהם און ר' אליעזר'ס אלמנה, דאכצעך זי האט געטענה'ט אז ער וויל איבערנעמען די ישיבה מיט די בינינים, דאן איז ער ארויס (געפלויגן...) פון דארט און געפענט זיין אייגענע ישיבה.
נישט מיט קיין געפיל בעסער צו ווערן און נישט מיט קיין געשלאגן הארץ, ער האט פשוט וואס צו שמועסן און ארומלאכן פאר די איבעריגע סדרים פונעם טאג (בהנחה אז ער האט שוין געענדיגט לוח הציבור און וויקלי לינק).אמת וצדק האט געשריבן:עס טוט שטארק וויי צו הערן א ראש ישיבה אזוי רעדן.
מען קען ווען ארויסברענגען די זעלבע נקודה אן אזוי אראפרייסען דעם ״היינטיגען בחור״. ווי אזוי האט די שוואכע בחור אוועק פונעם דרשה? מיט א געפיל צו ווערן בעסער ? אדער מיט א צושלאגן הארץ ?