בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:18 am
דורך אישתישבי
מורנו
דארפען אייערע חסידים זיך מזכיר זיין פאר א ליל טבילה?
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:41 am
דורך קורקלענד
איך ווייס נישט ווער דער מורינו איז. אבער איך מיין אז ארי נוהם האט א טעות. איך מיין אז מורינו איז א עלענדע מענטש וואס לעבט זייער איינזאם מיט גרויסע דמיונות. און ער זעהט זיך פירן א עדה טראגענדיג א קאלירטע געבלומטע בעקיטשע מיט חסידים (וואס פלאגן זיך מיט צרות, ספעציעל גרושים). ער פירט תפילות טישן און באטעס. ס'איז דא התחזקות הנפש באנעזאם מיט השתפכות הנפש. און ס'פיבערט זיך האפטיג.
זאג נאר מורינו, אין אייער וועלט האבן די רבנים אמונות צדיקים אין זיך?
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 3:36 pm
דורך ארי נוהם
בת קול האט געשריבן:איך וואונדער זיך אזוי פארוואס ארי נוהם איז אריינגעקומען אין שטיבל מיט אן אויסברוך.
יעדער פארשטייט קלאר אז דא רעדט זיך פון א שיין ארטיקל פון פאנטאזיע ארויס.
אה מנשה! אוודאי, דא לוינט זיך שוין אריין צו קומען און מאכן א בהלה.
נו- אפשר טרעפסטו זיך טאקע מיט מנשה'ן אין ריל לייף?
איך מיין אז יעדער וואס האט אים אמאל באגעגנט פארשטייט וואס דא גייט פאר.
מען לאכט זיך אינטער פון זיינע געשרייבאכצער און מען גייט ווייטער.
אויב שרייבט ער אנטקעגן די תקנות קען מען מעקן פונקט ווי א צווייטן.
נעם עס נישט אזוי צום הארצן.
דער באשעפער האט באשאפן אינטערעסאנטע מענטשן פאר אונזער הנאה.
איך מיין עס איז צייט אויף צו הערן מיט די מערכות און זיך איבערבעטן.
במחילה, לייען איבער איידער דו ביסט מגיב.
עטליכע אנדערע ניקס האבן געשריבן אז זיי קלערן אז ס'איז מנשה'ן. איך האב געשריבן אז איך קלער אז ס'איז שמואל פרימו (אדער ווי שפעטערדיגע ניקס האבן אנגעוויזן אויף פרימו'ס שפעטערדיגע ניק, חכמת שלמה).
לדעתי קען מנשה ניטאמאל שרייבן אזוי גוט און עלעקוואנט, און פרימו'ס סטיל שרייבעריי און פאפעריי דערקענט זיך פון יעדעס שורה. עכ"פ כנלענ"ד.
נעקסטיים האלט דיין אייגענעם אויסברוך ביי דיר.
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 3:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שוין, די קינדערישע געפעכטן האבן זיך שוין אנגעפאנגען, דער לץ האט שוין אויפגעטוהן וואס ער האט געוואלט אויפטוהן...
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 3:56 pm
דורך בת קול
ארי נוהם האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:איך וואונדער זיך אזוי פארוואס ארי נוהם איז אריינגעקומען אין שטיבל מיט אן אויסברוך.
יעדער פארשטייט קלאר אז דא רעדט זיך פון א שיין ארטיקל פון פאנטאזיע ארויס.
אה מנשה! אוודאי, דא לוינט זיך שוין אריין צו קומען און מאכן א בהלה.
נו- אפשר טרעפסטו זיך טאקע מיט מנשה'ן אין ריל לייף?
איך מיין אז יעדער וואס האט אים אמאל באגעגנט פארשטייט וואס דא גייט פאר.
מען לאכט זיך אינטער פון זיינע געשרייבאכצער און מען גייט ווייטער.
אויב שרייבט ער אנטקעגן די תקנות קען מען מעקן פונקט ווי א צווייטן.
נעם עס נישט אזוי צום הארצן.
דער באשעפער האט באשאפן אינטערעסאנטע מענטשן פאר אונזער הנאה.
איך מיין עס איז צייט אויף צו הערן מיט די מערכות און זיך איבערבעטן.
במחילה, לייען איבער איידער דו ביסט מגיב.
עטליכע אנדערע ניקס האבן געשריבן אז זיי קלערן אז ס'איז מנשה'ן. איך האב געשריבן אז איך קלער אז ס'איז שמואל פרימו (אדער ווי שפעטערדיגע ניקס האבן אנגעוויזן אויף פרימו'ס שפעטערדיגע ניק, חכמת שלמה).
לדעתי קען מנשה ניטאמאל שרייבן אזוי גוט און עלעקוואנט, און פרימו'ס סטיל שרייבעריי און פאפעריי דערקענט זיך פון יעדעס שורה. עכ"פ כנלענ"ד.
נעקסטיים האלט דיין אייגענעם אויסברוך ביי דיר.
Take a chill pill. Nobody cares.
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 5:23 pm
דורך יעקב מעקסוועל
איך מיין מען זאל אפטיילן די שמועסן. מען קען מאכן א באזונדערע אשכול וואו מען זאל קענען אנאליזירן יעדער לפי רצונו וואס עס ליגט אונטער די ניק מורינו ורבנו, דאס קען זיין זייער אינטערסאנט פאר אסאך ניקס, מורינו אליין וועט אויך קענען גיין דארט זיך פארענטפערן אויב ער איז אינטערסירט. (אז ס'וועט זיין אזא אשכול וואלט איך אויך הנאה צו ליינען און אויסדרוקן מיין מיינונג).
מצד שני וואלט איך געבעטן מורינו ורבנו, עס איז זייער אינטערסאנט פאר אסאך מיטצוהאלטן דיינע געשרייבאכץ, פאר מיר אויך. עס איז א שאד צו עפענען אזויפיל אשכולות פאר יעדע זאך באזונדער, א שבת פאר גרושים, יישר כח, אא"וו. בפרט אז דיין סטייעל שרייבן איז נישט זיך צו האלטן צו איין ענין, קומט אויס אז דו רעדסט ממילא נישט פון די ענין אינעם קעפל. דערפאר וואלט איך פארגעשלאגן אז דו זאלסט עפענען איין אשכול מיטן נאמען "השקפה ודעת תורה פון מורינו..." וכדומה, און דארטן וועלן קומען אלע וואס זענען אינטערסירט צו הערן דעת קודש.
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 6:07 pm
דורך קאצקע ציקער
איך מיין מען זאל לאזן די רבי זיין נאטירלעך עפענען וויפל אשכולות ער וויל ווי ער וויל און וויפל ער וויל
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 8:29 pm
דורך פערינא
אויב ס'איז חכמת שלמה איז ער דאך היינט א רבי דארט.
נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
ווילאנג "מורנו ורבנו" שרייבט צום זאך גייט מיר נישט אן אויב ער איז א "מורנו ורבנו" אדער נישט. שרייבסט שיין. שרייב ווייטער.
נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 3:55 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער......................................
דער בעש"ט האט דאך געזאגט אז א מענטש איז ווי זיין מחשבה איז. אפשר איז [tag]מורינו ורבנו[/tag] אזא איינער וואס וואלט זייער געוואלט זיין א מנהיג העדה, מיט די געפערליכע צובראכענעם הארץ פון א ציבור פון בעלי צרה (וואס קיינער ווייסט נישט נאר אים, אמער ווי זאל א צווייטע מענטש וויסן צו זיין חבר האט א ריי טעכטער משדך צו זיין אדער א זון וואס גליטשט?), און קאמעראס ביי אים אין פנים ווי ער גייט און שטייט (וואגן זאלן זיי זיך נישט צו באווייזן) וכדו'. אז זיין מחשבה איז דארט, איז ער דאך דארט, ווער דארף פליישיגע באווייזונגן?
איך ווארט אויף א ניק מיטן נאמן [tag]עדה קדושה[/tag] וואס וועט זיך דמיונן אז זיי זיצן פרייטאג צו נאכט נאכן טיש און חזרן איבער די מדרש פליאה תורעס פון רבין.
ביידער קענן זיך דמיונן און די איבעריגע עולם וועט אהיים גיין שלאפן