בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 5:11 am
דורך moneyminded
מחצה''ק האט געשריבן:איך האב א אלטע חלום צוזאם צו ברענגען דוד צבי מאסקאוויטש מיט מעזעבושע רבי מיט לימאנוב'ע רב מיט מבקשי השם רבי מיט פינטו אין דער ווערעצקיער און נייטרא רבי
זיי זאלן פארארבעטן מעשים משיח זאל שוין קומען

קען איינער מסביר זיין אין קורצן איבער מאסקאוויטש?

Re: אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק

נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 5:38 am
דורך [NAMELESS]
אין קורצן: טויט משוגע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 10:28 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב געהערט א ווארט אויף מאנסי אז איינער וואס וואוינט אין מאנסי איז אדער אן עושר אדער א משוגענר

Re: אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 11:37 pm
דורך החוקר
אין מאנסי דרייט (פלעגט?) זיך אן אינטערסאנטן איד'ל נחום ....? איך קען זיך נישט דערמאנען זיין לעצטן נאמען.

איינער ווייסט פון וועם איך רעד?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:20 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איך האב געהערט א ווארט אויף מאנסי אז איינער וואס וואוינט אין מאנסי איז אדער אן עושר אדער א משוגענר

פאלאצ'ינטא: ווען איך בין אן עושר אהרט מיך נישט אז מ'האלט אז איך בין א משוגע'נער...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:25 pm
דורך קא משמע לן
החוקר האט געשריבן:אין מאנסי דרייט (פלעגט?) זיך אן אינטערסאנטן איד'ל נחום ....? איך קען זיך נישט דערמאנען זיין לעצטן נאמען.

איינער ווייסט פון וועם איך רעד?


נחום שווארץ - דער מלאך הברית