בלאט 2 פון 2
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 3:30 pm
דורך פאליטיקאנט
אישתישבי האט געשריבן:דער סערוועי קיין נישט זיין אמת, איך פרעג מען מענטשן וואס איך קען, און אפשר צוויי אדער דריי זענען קעגן נעמען דער וואקסין, און דער רעשט האלט אז עס איז א הכרח.
אקעי הערט זיך גאנץ פארשטענדליך
אישתישבי האט געשריבן:ווער עס זאגט אז דער וואקסין איז סעיף איז א גרעסערע טיפש ווי דער וואס זאגט אז מען זאל עס נישט נעמען.
אופס, דא האמער אונז שוין איינער.....
(איך פארשטיי אז דו ביסט נישט קעגן, אבער דאס זיין אזוי זיכער אז עס איז 'נישט סעיף' איז א פארם פון אנטי וואקסינאציע)
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 3:45 pm
דורך הקטן
פאליטיקאנט האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ווער עס זאגט אז דער וואקסין איז סעיף איז א גרעסערע טיפש ווי דער וואס זאגט אז מען זאל עס נישט נעמען.
אופס, דא האמער אונז שוין איינער.....
(איך פארשטיי אז דו ביסט נישט קעגן, אבער דאס זיין אזוי זיכער אז עס איז 'נישט סעיף' איז א פארם פון אנטי וואקסינאציע)
איך זעה נישט ער זאל זאגן ס'איז נישט סעיף, לעט-עלאן זאגן ס'איז
זיכער נישט סעיף
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 3:47 pm
דורך פאליטיקאנט
יא סעיף, נישט סעיף. וועלכע נאך אפציע איז דא?
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 4:26 pm
דורך כלבאשבוע
קורקלענד האט געשריבן:פערזענליך בין איך צופרידן צו זעהן אזא שטארקע סקעפטיזים פון אונזער עם חכם ונבון.
כהאף אז די חכמה און פיקחות גייט נישט אלל די וועי
https://twitter.com/Tylerjoelb/status/1 ... 8575002632
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 4:53 pm
דורך אלע צוזאמען
לדעתי איז א גרויס חלק פון די קעגנערשאפט ביים היימישן ציבור, א רעזולטאט פון דאס צווינגען די באפעלקערונג עס צו נעמען, אזא בחינה פון ''די וועסט מיך נישט אנטיילן וואס צו טון''.
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 5:02 pm
דורך החוקר
ווער צווינגט וועם?
דו ווייסט פון איין איינציגער מענטש וואס איז געווארן געצווינגן צו נעמען די וואקסין?
עס איז קלאר אז די סיבה פאר די הויכע ראטע פון סקעפטיציזם צום וואקסין ביי אונזער ציבור איז צוליב וואס אונזער ציבור איז זייער רייף צו ווערן איינגערעדט אין מיסאינפארמאציע. א חלק פון דעם איז לכאורה דאס וואס מיר פארלאזן זיך מער אויף וואס "מיין שוועסטער האט אליינס געזאגט", ווי אויף די אפיציעלע אינפארמאציע קוועלער.
אפילו אויב עס איז דא גאר א שטארקע סיבה פארוואס נישט צו טראסטן דעם וואקסין, איז די סיבה אויף די מיסטראסט נישט צוליב דעם וואס דער עם חכם ונבון איז צו קלוג צו ווערן איינגערעדט, נאר ווי געשריבן, עס האט מיט וואסערע אינפארמאציע קוועלער מיר "גלייבן" אלס אמת.
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 5:35 pm
דורך אלע צוזאמען
אויפן מינוט צווינגט מען ב''ה נאכנישט, אבער מ'רעדט אזוי סאך אז עווענטועל גייט מען אפשר פארלאנגן פון יעדעם זיך צו וואקסענירן, און בכלל די גאנצע קאראנע סומאטוכע איז צוגעגאנגען געצווינגענערהייט, אז די עולם וויל נישט הערן גארנישט פון עס.
נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 5:54 pm
דורך קורקלענד
קיינער צווינגט קיינעם נישט צו נעמען קיין וואקסין. אבער אנע וואקסין קען מען נישט ארויפגיין אויף א פליגער, נישט גיין אין רעסטוראן, נישט גיין אין קיין שפיטאל. אבער באמת זענט איר גערעכט מ'צווינגט קיינעם נישט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 1:28 am
דורך yatzmachp
לאמיר זעהן ווען די געלערנטע פאליטיש אנס און סתם געלערנטע גוים וועלן פאלגן די סייענס.
https://www.news-medical.net/news/20210 ... study.aspxScientists from the Cleveland Clinic, USA, have recently evaluated the effectiveness of coronavirus disease 2019 COVID-19) vaccination among individuals with or without a history of severe acute respiratory syndrome coronavirus 2 (SARS-CoV-2) infection.
The study findings reveal that individuals with previous SARS-CoV-2 infection do not get additional benefits from vaccination, indicating that COVID-19 vaccines should be prioritized to individuals without prior infection. The study is currently available on the medRxiv* preprint server (not peer-reviewed).
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:42 am
דורך הקטן
הקטן האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ווער עס זאגט אז דער וואקסין איז סעיף איז א גרעסערע טיפש ווי דער וואס זאגט אז מען זאל עס נישט נעמען.
אופס, דא האמער אונז שוין איינער.....
(איך פארשטיי אז דו ביסט נישט קעגן, אבער דאס זיין אזוי זיכער אז עס איז 'נישט סעיף' איז א פארם פון אנטי וואקסינאציע)
איך זעה נישט ער זאל זאגן ס'איז נישט סעיף, לעט-עלאן זאגן ס'איז
זיכער נישט סעיף
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא סעיף, נישט סעיף. וועלכע נאך אפציע איז דא?
איך ווייס נישט!
ממילא איז נעריש צי נעמען א שטעלאנג מיט א
זיכערקייט "ס'איז סעיף!"
דער וואס נעמט נישט מיז נישט זאגן מיט א זיכערקייט ס'איז נישט סעיף ער איז נאר נישט זיכער ס'איז יא סעיף ס'אויך שייך צי זאגן איך בין נישט זיכער וואו סעף ס'איז דאך איז כדי צי נעמען ווייל די ריסק פין נישט נעמען איז פיל מער
אנדערע קענען האלטן פארקערט (געוואנדען לויט די עלטער און ריסק פעקטארס)
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:56 am
דורך הקטן
החוקר האט געשריבן:עס איז קלאר אז די סיבה פאר די הויכע ראטע פון סקעפטיציזם צום וואקסין ביי אונזער ציבור איז צוליב וואס אונזער ציבור איז זייער רייף צו ווערן איינגערעדט אין מיסאינפארמאציע.
א חלק פון דעם איז לכאורה דאס וואס מיר פארלאזן זיך מער אויף וואס "מיין שוועסטער האט אליינס געזאגט", ווי אויף די אפיציעלע אינפארמאציע קוועלער.
אויב אוזער ציבור איז אזוי גאלעבעל, דארף אויך נישט זיין שווער איינרעדן אויף
יא צי נעמעערן די וואקסין
און אסך וועלן פשוט נעמען ווייל זייער שוועסטר האט אליין געזאט
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:33 am
דורך אונטער חכם
https://www.brookings.edu/research/how- ... behaviors/35% אמעריקאנער האלטן אז קאוויד האט אן איבער פופציג פראצענט האספיטאליזאציע, און נאך 30% האלטן אז עס איז איבער צוואנציג, אז די 65% זענען איבערצייגט אז מען דארף נעמען די וואקסין איז נישט קיין גרויסע קונץ, מען דארף פארגלייכן דעם היימישן ציבור צו די 35% וואס האבן כאטש א שטיקל טאטש מיט ריאליטעט איבער די ריסק פון קאוויד, און דעמאלט קען מען זעהן ווער עס שטייט בעסער.
(די איינציגסטע תירוץ וואס זיי האבן דארט איז אז דער עולם ווייסט נישט וואס פופציג פראצענט מיינט בכלל..... אבער אונז זעמער די טפשים.[emoji12])
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:31 pm
דורך מי אני
איה״נ. (ולפי״ז קען מען אויסטייטשן ווי א פאזיטיוו דאס אז אויף זייט 8 האלטן נאר 18% פון חסידים אינעם סורוועי אז קאראנע איז א סכנה צום געמיינדע, אויב זאגט מען אז ״סכנה״ מיינט מען בכלל/אַן עוורידזש. די שאלה איז אבער צי דאס איז מכח דורכגעטראכטע אינפארמאציע עפ״י די פאקטן [״חכם ונבון״], צי פשוט וועגן סתם ציניזם.)
וואס [tag]העניך[/tag] ברענגט ארויס איז אז די וואס זענען דערקעגן, וואס איז א העכערע ראטע, זענען בעיקר וועגן די סעיפטי פונעם וואקסין [71%; זייט 13] און דאס איז נישט אין טאָטש.
אונטער חכם האט געשריבן:(די איינציגסטע תירוץ וואס זיי האבן דארט איז אז דער עולם ווייסט נישט וואס פופציג פראצענט מיינט בכלל..... אבער אונז זעמער די טפשים.[emoji12])
אגב, למען הדיוק, ס׳נישט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס 50% מיינט בכלל. די
בּערלין נומעריסי טעסט וואס מ׳האט זיי געגעבן פרעגט די שאלות (פון זיי האט מען זיי געפרעגט צוויי):
[left]Out of 1,000 people in a small town 500 are members of a choir. Out of these 500 members in the choir 100 are men. Out of the 500 inhabitants that are not in the choir 300 are men. What is the probability that a randomly drawn man is a member of the choir?
Imagine we are throwing a five-sided die 50 times. On average, out of these 50 throws how many times would this five-sided die show an odd number (1, 3 or 5)?
Imagine we are throwing a loaded die (6 sides). The probability that the die shows a 6 is twice as high as the probability of each of the other numbers. On average, out of these 70 throws how many times would the die show the number 6?
In a forest 20% of mushrooms are red, 50% brown and 30% white. A red mushroom is poisonous with a probability of 20%. A mushroom that is not red is poisonous with a probability of 5%. What is the probability that a poisonous mushroom in the forest is red?[/left]
דאס טעסט אויף באהאווענטקייט אין נומעריסי בכלל ופראצענטן/פראבעביליטי.
די תירוץ אויפ׳ן ערשטן שאלה איז 25%, וויבאלד עס זענען נאר דא 400 מענער אינעם דארף און פון זיי זענען נאר 100 אינעם כאר. די תירוץ אויפ׳ן צווייטן שאלה איז 30, ווייל דאס איז 3/5 [די צאל פון אַדד נומערן דערויף לעומת די איִווען נומערן דערויף] פון 50. די תירוץ אויפ׳ן דריטן שאלה איז 20, וויבאלד אז איך האב 6 זאכן און 5 פון זיי די זעלבע פראבעביליטי און די זעקסטע פונקט דאפלט פון זיי, איז די פראבעבילטי פון די פינעף 1/7 און די זעקסטע 2/7; 2/7 פון 70 איז 20. די תירוץ אויפ׳ן פערטן שאלה איז 50%, ווייל 20% פון 20% איז 4% און 5% פון 80% [די איבעריגע צוזאמען] איז אויך 4%.וואלטן חסידים געווען/געטוהן בעסער דערויף?
זיי ברענגן אויך ארויס אז פון וואו מ׳באקומט אינפארמאציע שפילט גאר א שטארקע ראלע, און צו באקומען דאס פון סאָשׁעל מיִדיִאַ איז עלול פאר גרעסערע מיסאינפארמאציע. דאס איז וואס די הצלה סורוועי האט אויך געוואוזן איז מער ביי חסידים ווי אנדערע קוועלער [זייט 9].
ווי אויך קען אפשר נוגע זיין אז דאס איז דאך גענומען געווארן א האלבע יאר צוריק. קען זיין אז דאס איז א חילוק מיט יעצט וואס מער אינפארמאציע איז עוועילעבּל וכו׳.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 1:17 pm
דורך הקטן
פארמעקט.
האלט זיך צו די נושא פון די אשכול.
העניך
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 7:57 pm
דורך ליב צו וויסן
אונטער חכם האט געשריבן:https://www.brookings.edu/research/how-misinformation-is-distorting-covid-policies-and-behaviors/
35% אמעריקאנער האלטן אז קאוויד האט אן איבער פופציג פראצענט האספיטאליזאציע, און נאך 30% האלטן אז עס איז איבער צוואנציג, אז די 65% זענען איבערצייגט אז מען דארף נעמען די וואקסין איז נישט קיין גרויסע קונץ, מען דארף פארגלייכן דעם היימישן ציבור צו די 35% וואס האבן כאטש א שטיקל טאטש מיט ריאליטעט איבער די ריסק פון קאוויד, און דעמאלט קען מען זעהן ווער עס שטייט בעסער.
(די איינציגסטע תירוץ וואס זיי האבן דארט איז אז דער עולם ווייסט נישט וואס פופציג פראצענט מיינט בכלל..... אבער אונז זעמער די טפשים.[emoji12])
דאס איז זייער א שטארקע נקודה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:45 pm
דורך אייראפעישער חסיד
yatzmachp האט געשריבן:ווען איך קוק וואס דו שרייבסט, די נאמבערס מאכן עפעס נישט קיין סענס. רוב מענטשן וועם איך קען וואקסינירן געהעריג. ביז איך האב מיך געכאפט אז די הצלה וויל פשוט באקומען געלט פון די רעגירונג האבן זיי זיכער געמאכט צו מאכן רעזאלטס פון א קאמיוניטי וואס מען קען נישט וועריפייען און אזוי וועלן זיי באקומען געלט. ווען דו וועסט פלוצלונג זעהן ווי די הצלה הייבט אן מיט עדס וועט שוין אלעס מאכן סענס. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז זיי האבן געמאכט געלט אויפן סורוועי אליינס.
די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט.
צו אוועק שטעלן אזא כלל אז ''די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט'' ברויכסטו האבן מער באווייזען!
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:51 pm
דורך אייראפעישער חסיד
berlbalaguleh האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:און נאכדערצו וואס זיי ברענגן ארויס אין די הקדמה אז די ראטע פון די וואס זענען קעגן זיך וואקסינירן קעגן קאוויד ביי די וואס נוצן נישט קיין אינטערנעט וכו׳ אין די קהילות, און האבן דעריבער נישט געקענט ענטפערן אויף די סורוועי, איז ווארשיינליך
נאך העכער.

מי אני: איך בין נישט זיכער אז ס'איז נאך דא א הויכער פראצענט פון אידן וועלכע האבן (אמת'דיג) נישט קיין אינטערנעט...!
לאמיר עס בעסער איינטיילן. צווישן היפאקריטס און נישט היפאקריטס. ווייל קיין שום נארמאלער מענטש היינטיגע צייטן איז אינגאנצן אפגעשיידט פונ'ם אינטערנעט. ווייל ס'איז (כמעט) נישט מעגליך...!
איבער די ענין זע
דא
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:17 pm
דורך אונטער חכם
מי אני האט געשריבן:איה״נ. (ולפי״ז קען מען אויסטייטשן ווי א פאזיטיוו דאס אז אויף זייט 8 האלטן נאר 18% פון חסידים אינעם סורוועי אז קאראנע איז א סכנה צום געמיינדע, אויב זאגט מען אז ״סכנה״ מיינט מען בכלל/אַן עוורידזש. די שאלה איז אבער צי דאס איז מכח דורכגעטראכטע אינפארמאציע עפ״י די פאקטן [״חכם ונבון״], צי פשוט וועגן סתם ציניזם.)
וואס [tag]העניך[/tag] ברענגט ארויס איז אז די וואס זענען דערקעגן, וואס איז א העכערע ראטע, זענען בעיקר וועגן די סעיפטי פונעם וואקסין [71%; זייט 13] און דאס איז נישט אין טאָטש.
איך מיין אז די פראגע פון סעיפטי איז רעלאטיוו, אפי' דו פרעגסט א מענטש נאר וועגן סעיפטי נעמט ער עס אין קאנטעקסט פון די שעדליכקייט פון קאוויד, און אפי' אין די סייענטיפישע וועלט, כאטש עס זענען דא וואס לייגן עס אראפ ווי עס איז אזוי סעיף אז מען קען עס רואיג עסן פאר פרישטאג, אבער די מער אפיציעלע חברה רעדן אנדערש, פאוטשי צב''ש זאגט געווענליך נאר אז The benefits outweigh the risks ווען מען פרעגט אים וועגן סעיפטי.
א גרויסן ייש''כ פארן ברענגען די נומערעסי טעסט אזוי שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש, עס איז זייער אינטערעסאנט, סאו עס איז לכאורה נישט דא קיין 60% וואס פארשטייט נישט וואס 50% איז, אבער זייער פוינט מיט ברענגען די רעזאלטס פון די טעסט איז נאכאלץ כדי צו שפעקולירן אז די סיבה פארוואס אזויפיל מענטשן זאגן אז עס איז דא א 50% האספיטאליזאציע ראטע איז ווייל זיי ווייסן נישט וואס 50% מיינט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:12 pm
דורך קורקלענד
ביי די גאר אינגע וואס טראגן רעלאטיוו בכלל נישט קיין שום ריזיקע איז דייקא יא דא מער סייד עפעקטס פון די וואקסין. וואס איז טאקע פשט פון בכלל רעקאמענדירן/צווינגן א וואקסין פאר איינער וואס דארף עס נישט?
פאר מער פרטיםוואס זאגן יעצט די אלע וואס האלטן אז די וואקסין קען נישט שאטן?
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 12:22 am
דורך הקטן
קורקלענד האט געשריבן:ביי די גאר אינגע וואס טראגן רעלאטיוו בכלל נישט קיין שום ריזיקע איז דייקא יא דא מער סייד עפעקטס פון די וואקסין. וואס איז טאקע פשט פון בכלל רעקאמענדירן/צווינגן א וואקסין פאר איינער וואס דארף עס נישט?
פאר מער פרטיםוואס זאגן יעצט די אלע וואס האלטן אז די וואקסין קען נישט שאטן?
די זעלבע איז אויך מיט די וואס האבן שוין געהאט דעם ווייארס, פאר זיי געט אויך די וואקסין נישט קיין סך צי
rand-paul-cleveland-clinic-study-indicates-point-vaccinating-people-coronavirus/when-will-the-governing-experts-grant-the-premise-of-natural-immunity-to-covid-19-n1453164דאס קען זיין ווערט ריפלעקטעט אין די "שאקירנדע" הצלה סערוועי -
נשלח: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:56 am
דורך הקטן
study finds natural immunity ***-superior-*** to vaccinationIf the findings are confirmed, the implications for Covid policy will be profound