בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:32 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעצט בין איך שוין טאקע צומישט, רעדט מען דא פון אמת׳ע אהבה אדער פון נארסיסיזם, פאר נארסיסיזם מיין איך קען נאר א גוטע פסיכאלאג העלפן.
כעל דיר זאגן, לכתחילה וויל מען האבן דעם געשמאקייט פון אמת׳ע אהבה אבער אויב נישט דאן כאטש בורדענען ווי א נארסיסיסט און זאל זיך די ווייב צושטעלן אינגאנצן צו מיינע קאפריזן
ערענסט גערעדט; ס׳דא איינער דא וואס האט זוכה געווען צו אמת׳ע אהבה? אדער אויב דו האסט אן אהנונג וואס דאס איז, וואס מ׳קען טון צו זוכה זיין דעריןביטע זיי מזכה את הרבים. קלער אונז אויף דערוועגן, לאמיר קריגן א טעיסט דערין אפשר וועלן מיר אויך נהנה זיין...
שוין צייט צו פירן דעם אשכול ארויף אויף תכלית׳דיגע רעלסן... יישר כח!
Re: אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:09 pm
דורך שארפןקאפ
איך מיין אז אויב ווילסטו צו קומען צו אמתע אהבה וואס איז מורהדיג טייער אין ציכטיק אין ריין אין גאנץ זעלטן דארפסטו נעמען אן אפרויטש פון ווי אזוי מען רייניקט אויס דיימאנטין, ווען מען גראב זיי ארויס פונעם מינע זענען זיי אויס געמישט מיט פארשיידענע אנדערע מאטעריאלן כדי צו באקומען די דיימאנטין דארפסטו קודם אוועקנעמען די אנדערע מאטעריאלן וואס זענען נישט דיימאנטין, לענינו אויב וועסטו צו קומען צו אמתע ליבשאפט דארפסטו קודם פארשטיין וואס עס איז נישט ליבשאפט נאר תוצאת פון ליבשאפט אדער וואס מענטשן רעדן זיך איין אז דאס מיינט ליבשאפט, סא איך מיין אז א בעסערע קשיא צו פרעגן איז וואסערע זאכן האסטו שוין געהערט זענען אמתע ליבשאפט וואס די מיינסט זענען נישט? אין טאקע פארוואס האלטסטו אז עס איז נישט אמתע ליבשאפט?
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 1:26 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שארפןקאפ האט געשריבן:איך מיין אז אויב ווילסטו צו קומען צו אמתע אהבה וואס איז מורהדיג טייער אין ציכטיק אין ריין אין גאנץ זעלטן דארפסטו נעמען אן אפרויטש פון ווי אזוי מען רייניקט אויס דיימאנטין, ווען מען גראב זיי ארויס פונעם מינע זענען זיי אויס געמישט מיט פארשיידענע אנדערע מאטעריאלן כדי צו באקומען די דיימאנטין דארפסטו קודם אוועקנעמען די אנדערע מאטעריאלן וואס זענען נישט דיימאנטין, לענינו אויב וועסטו צו קומען צו אמתע ליבשאפט דארפסטו קודם פארשטיין וואס עס איז נישט ליבשאפט נאר תוצאת פון ליבשאפט אדער וואס מענטשן רעדן זיך איין אז דאס מיינט ליבשאפט, סא איך מיין אז א בעסערע קשיא צו פרעגן איז וואסערע זאכן האסטו שוין געהערט זענען אמתע ליבשאפט וואס די מיינסט זענען נישט? אין טאקע פארוואס האלטסטו אז עס איז נישט אמתע ליבשאפט?
פון די פארשידענע מקורות שיעורים וואס זענען דן אין דעם נושא - פאר ווער ס׳האט געליינט אדער געהערט דערוועגן - איז לכאורה זייער קלאר אז די אמת׳ע אהבה איז אזאך וואס אויב האט מען עס, איזעס זייער בולט בלי שום ספק און ס׳ווערט נישט געשטערט אדער פארדעקט פון קיין שום אנדערע מאטריאלן (משא״כ א דיימאנט).
ס׳איז זייער מעגליך אז אפילו דאס לעבן פארט על מי מנוחות, מ׳קריגט זיך נישט, ס׳דא ״שלום בית״... איזעס בלויז אן אהבה התלוי׳ בדבר.
מ׳קען זיך אליין בוחן זיין אויף וויפיהל זיין רעזיסטענ׳ס איז - מ׳זאל פארשטייט זיך נישט געפריווט ווערן - מיט למשל די פריערדערמאנטן עפיזאד פון berlbalaguleh@.
אהבה צו ׳איר׳ מיינט נישט אז מ׳האט ליב געוויסע זאכן וואס דער מאן איז נהנה ׳דורך׳ איר, ווייל כידוע די משל, עמיצער פרעגט איינעם: האסטו ליב פיש? תשובה: יא! שאלה: דאן פארוואסט עסטו עס אויף? אלא מאי האסט נישט ליב די ׳פיש׳! האסט ליב דעם געשמאקן טעם וואס דו פילסט ווען די עסט פיש...
א מענטש גייט דורך פארשידענע טוישונגען אין לעבן, דער גוף עלטערט זיך, מדות ווערן אויסגעארבייט, אדער געוויסע באהאלטענע תכונת הנפש קומען מיט דער צייט ארויס אויפן אויבערפלאך. אויב האט מען איר ׳בעצם׳ ליב דאן כאפט נישט קיין נפקא מינה סיי וועלכע שינויום. מאכט סענס?
Re: אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 2:35 am
דורך מאנטריאל
אישתישבי האט געשריבן:ער איז טאטאל צוקאקט
איך ווער ממש משוגע פון די שיעור װי ער רעדט פון רעליגיע ער לייגט עס אראפ אייזן
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 2:32 pm
דורך הקטן
berlbalaguleh האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אמאל מיט א סאך יארן צוריק צו געזעהן א וואונדערליכע סצענע אין א באס סטעישן.
א נישט אידישע, עלטערע פארפאלק. ווארטנדיג אויפ'ן באס וואו זיי האבן געדארפט פארן. דער מאן, זייענדיג ביי זיינע פולע חושים האט גערעדט מיט איידלקייט צו זיין פרוי וועלכע האט זעהט אויס ליידער געליטן פון אלצהיימערס. זי האט זיך אויפגעפיהרט ווי א בעיבי. זי האט געהאלטן אין איין שרייען. גארנישט וואס איהר מאן האט געטון איז געווען גענוג גוט פאר איהר. אבער ער האט ווייטער גערעדט זייער איידל צו איהר. ער האטציך נישט געבייזערט אדער געשריגן...!
אהא!!! - דו ביסט דאס...
און פין דארט נעמסטו "האלט דיך ראיג, בערל "...
נאך אלץ - באמת, איך שטוין פין ווינעדער
הקטן: זיי נישט ברויגז. דאס דארף צו זיין א דזשאוק. אבער איך הייב נישט אן צו פארשטיין...! ביטע זיי מסביר...!
איך בעט דיך, האלט דיך ראיג, בערלספוילער עלערט -זעה קודם די קליפ
motty-ilowitz-berel/
נשלח: מוצ"ש יוני 12, 2021 11:36 pm
דורך מורינו ורבנו
איך קען נישט מאריך זיין יעצט, מ'דארף גיין צו מלוה-מלכה.
איך קען אזויפיל זאגן אויפן שפיץ גאפל, אז אהבה מיינט נישט דווקא בין איש לאשתו. ס'איז א תכונה וואס קען גענוצט ווערן איבערראל, סיי צווישן צוויי ידידים, צווישן א מענטש און זיין פאטער, צווישן א מענטש און זיין רבי. בכלל, ליבשאפט צום אויבערשטן, צו שבת, צו תורה, צו ערליכע אידן.
אין קורצן: איינער וואס האט די סארט תכונה וואס רופט זיך ליבשאפט, ווערט זיין נשמה אנגעפילט. ווידער דער מענטש וואס האט דאס נישט, כאפט אפילו נישט וואס עס פעלט אים, און דו קענסט נישט מסביר זיין די דאזיגע תכונה.
צווישן צדיקים געפינען מיר אפט אזעלכע וואס האבן געהאט די תכונה, און זיי האבן געשיינט. נעם צום-ביישפיל דער פריעדיגע סקולענער רבי, ער איז דאך געווען א שטיק אהבה, זיין ליבשאפט האט אראפגעשיינט פון זיין פנים, ער האט ליב געהאט א איד אהבת-נפש. נעם דעם אלטן ר' שלמה'לע באבוב'ער, זיין ליבשאפט איז דאך געווען אין לשער, אפילו זיינע בילדער אינספרארירט אהבה. דער טאהשער רבי זצוק"ל, איינאיינעם מיט זיין פרומקייט און פרישות, איז ער געווען א שטיק אהבה און ליבשאפט, דער סאטמאר רב, דער פני מנחם פון גור און פילע אנדערע צדיקים, וואס מען האט געקענט אנטאפן די אהבה מיט די הענט. אין די מער סעקולערע וועלט, וועל איך אייך געבן דער זינגער ר' שלמה קארלבאך, וואס איז געווען א שטיק אהבה און ליבשאפט.
מענטשן דא (נישט אלע) קוקן אן ליבשאפט, ווי אן אייגנקייט וואס באלאנגט צווישן מאן און פרוי (אזוי ווי דער קעפל דא פאררופט זיך), ס'איז ווייט נישט אזוי. איינער וואס האט אהבה, קען דאס אויסנוצן איבעראל, און איינער וואס פארמאגט נישט די תכונה פון אהבה, וועט נישט מצליח זיין דאס ארויסצוגעבן אינדערהיים, מיט זיין בעסטן ווילן. ער קען אפשר 'האצקענען', טון אנדערע זאכן, אבער 'אהבה' וועט ער נישט האבן און זי וועט דאס נישט באקומען, און ס'וועט נישט אנפילן די נשמה אזוי ווי א מענטש וואס האט אהבה.
בקיצור, אהבה איז א תכונה וואס קען צונוצקומען אין שטוב, און דארף צונוצקומען אין שטוב, אבער ס'הויבט זיך נישט אן דארט און ס'ענדיגט זיך נישט דארט. ס'איז א געפיל וואס מען קען אריינלייגן איבעראל. איך קען יונגעלייט וואס האבן ליידער נישט קיין שלום-בית - דער אויבערשטער זאל זיי אויפרעכטן גוט און שנעל - אבער פארמאגן די תכונה פון אהבה און גיבן דאס אויס אויף אנדערע זאכן.
וואויל איז דער וואס קען באזיצן אמת'ע ריינע אהבה, און נעבעך פאר דער יעניגער וואס האט דאס נישט - ער ווייסט אפילו נישט וואס עס פעלט אים אין לעבן.
נשלח: מוצ"ש יוני 12, 2021 11:52 pm
דורך יאסל ראקאווער
די רבי שליטא לכאורה מישט אויס love מיט emotions
אהבה איז א מידה וואס על פי רוב דערגרייכט מען עס דורך emotional connection (מאכט זיך אמאל א בריסקער אהבה, פאר א אנדערע טאג)
די הארץ וואס די באטראכסט דא פון טאהשע רבי, וכו' דאס איז אן עמאציאנאלע מענטש מיט א אפענער הארץ. אבער דאס האט לכאורה נישט מיט אהבה. יא, א דיקליכע מענטש געווענליך האט א גרויסע אפעטיט, אבער אפעטיט איז נישט דיקליכקייט.
Re: אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 2:28 am
דורך מאנטריאל
וויאזוי קען איך האבן אהבה צו מיין ווייב ווען איך זעה פרויען וואס איז אסאך שענער פון איר און זי איז זיך אליינס שולדיג ווייל זיי גייט אנגעטאן צו פרום ממילא ווער איך זייער דעפרעסט און איך קען איר נישט ליב האבן
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 2:40 am
דורך מורינו ורבנו
אהבה איז נישט געבינדן אין די שיינקייט פון די פרוי... אהבה איז אהבה... גיי זיי מסביר פאר איינער וואס פארשטייט נישט.
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 10:43 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ווי כ׳פארשטיי רעדט @מורינו פון א געוויסע סארט ׳פאזעטיווער׳ ׳נישט סעלפיש׳ מענטש וואס ס׳גיסט זיך אהבה פונעם. און ווער ס׳קומט אין זיין געגנווארט געניסט דערפין... ס׳קען קומען פון אויסגעארבייטקייט, אדער קען עס זיין א נאטור פון געבורט, אדער אפשר ווענטסיך וויפיהל טראומע מ׳איז (נישט) דורך אין לעבן...
למעשה; ווען ס׳רעדט זיך פון דעם נאנסטן מענטש וואס א מענטש האט - דעם ווייב - ובפרט אז ס׳איז עפעס וואסיז נוגע פאר מענטשן מיט אלע סארט נאטורן און פארשידענע דרגות אויסגעארבייטקייט, איזעס עפעס וואס לבי אומר לי אז ס׳דארף זיין א ׳פשוטער׳ מהלך אז מ׳זאל זוכה זיין אז ס׳זאל שורה זיין אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו און ס׳זאל טאקע זיין ׳ספעסיפיק׳ פארן ווייב, און נישט סתם ווייל ס׳גיסט זיך פון מיר אהבה ווי פון א קראן קען זי אויך קומען אינטערלייגן א שיסל...
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 10:56 am
דורך הקטן
איך וויל יא רעדן פין די סארט "אהבה" וואס מורינו ברענגט ארויס און זאגן ס'איז יא דא וועגן צי קאלטעוועטן און פארשטארקן די סארט אהבה
זיכער האט איינעמס לעבנס היסטערי אן השפעה אויף די בעס-ליין פין אהבה, אבער דאס איז נאר די פוינט פין וואו מען פאנגט אן צי בויען
די וועג וואו מורנו לייגט דאס אראפ, איז דאס אן אידער-אר אדער האסטו דאס און אויב נישט דאן - פארפאלען...
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 11:10 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנטריאל האט געשריבן:וויאזוי קען איך האבן אהבה צו מיין ווייב ווען איך זעה פרויען וואס איז אסאך שענער פון איר און זי איז זיך אליינס שולדיג ווייל זיי גייט אנגעטאן צו פרום ממילא ווער איך זייער דעפרעסט און איך קען איר נישט ליב האבן
כאב זייער הנאה פון די 5 ווערטער וואס דו האסט דא אריינגעווארפן אזוי נישט מיר נישט דיר... ווייל לדעתי ליגט אין דעם באהאלטן דעם שליסל פונעם ערשטן פתח פון דעם כלליות׳דיגן קאמפלעצירטן נושא.
מיט דעם האסטו זייער קלאר ארויסגעברענגט דאס וואס מאכט זייער אסאך סענ׳ס, אז: אמת׳ע אהבה איז נישט תלוי אין קיין שום חיצוניות׳דיגע אספעקט פון איר. פארוואס ס׳מאכט סענס איז ווייל יעדער פארשטייט זייער קלאר אויב איינער וועט וועלן מיט דיר חתונה האבן בלויז ווייל דו ביזט רייך און דו האסט אסאך געלט איזעס זייער נישט עטיש און רופט ארויס פאראיבל, ווייל יענער איז בכלל נישט אינטערסירט אין דיר, יענער האט פשוט אן איבערפלוס פון אמת׳ע אהבה צו געלט
יעצט אזוי; געלט איז זייער א חציוניות׳דיגע זאך און האט ׳בעצם׳ קיין שום שייכות מיט דעם ספעסיפיק מענטש, היינט האטער עס מארגן קענער עס פארלירן. אבער ווען מ׳טראכט אריין טיפער קען מען באמערקן אז די פארשידענע חלקים פונעם מענטש, ווי צום ביישפיל; שיינקייט, קלוגשאפט, פעיגקייט, באנעמונג וכו׳ וכו׳ איז אויך נישט דער עצם מענטש.
נעם למשל אזא זאך ווי ׳קליגשאפט׳;
״דער קליגסטער ׳איינשטיין׳ + אלצהיימער׳ס = א שוטה משוטה...״דעריבער אז דו האסט צוגעלייגט אז זי איז אליין שילדיג, וואלטיך פון דעם ארויסגענומען אז דאס איז דיין עיקר טענה - און דאס איז טאקע מער פערסאנעל. און אנדערע ווערטער; וויזוי זי זעט אויס למעשה וואלט דיר נישט אזוי בארירט ווי דאס אז
זי אליין טוט עס....
כ׳וואלט געוואלט ווייטער מאריך זיין ובפרט זיך צו באציען צו דיין עצם פראגע, אבער כ׳וויל קריגן פיד-בעק און זען וואס דערוילעם זאגט צו דעם הקדמה...
Re: אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 11:19 am
דורך טמיר
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:מאנטריאל האט געשריבן:וויאזוי קען איך האבן אהבה צו מיין ווייב ווען איך זעה פרויען וואס איז אסאך שענער פון איר און זי איז זיך אליינס שולדיג ווייל זיי גייט אנגעטאן צו פרום ממילא ווער איך זייער דעפרעסט און איך קען איר נישט ליב האבן
כאב זייער הנאה פון די 5 ווערטער וואס דו האסט דא אריינגעווארפן אזוי נישט מיר נישט דיר... ווייל לדעתי ליגט אין דעם באהאלטן דעם שליסל פונעם ערשטן פתח פון דעם כלליות׳דיגן קאמפלעצירטן נושא.
מיט דעם האסטו זייער קלאר ארויסגעברענגט דאס וואס מאכט זייער אסאך סענ׳ס, אז: אמת׳ע אהבה איז נישט תלוי אין קיין שום חיצוניות׳דיגע אספעקט פון איר. פארוואס ס׳מאכט סענס איז ווייל יעדער פארשטייט זייער קלאר אויב איינער וועט וועלן מיט דיר חתונה האבן בלויז ווייל דו ביזט רייך און דו האסט אסאך געלט איזעס זייער נישט עטיש און רופט ארויס פאראיבל, ווייל יענער איז בכלל נישט אינטערסירט אין דיר, יענער האט פשוט אן איבערפלוס פון אמת׳ע אהבה צו געלט
יעצט אזוי; געלט איז זייער א חציוניות׳דיגע זאך און האט ׳בעצם׳ קיין שום שייכות מיט דעם ספעסיפיק מענטש, היינט האטער עס מארגן קענער עס פארלירן. אבער ווען מ׳טראכט אריין טיפער קען מען באמערקן אז די פארשידענע חלקים פונעם מענטש, ווי צום ביישפיל; שיינקייט, קלוגשאפט, פעיגקייט, באנעמונג וכו׳ וכו׳ איז אויך נישט דער עצם מענטש.
נעם למשל אזא זאך ווי ׳קליגשאפט׳;
״דער קליגסטער ׳איינשטיין׳ + אלצהיימער׳ס = א שוטה משוטה...״דעריבער אז דו האסט צוגעלייגט אז זי איז אליין שילדיג, וואלטיך פון דעם ארויסגענומען אז דאס איז דיין עיקר טענה - און דאס איז טאקע מער פערסאנעל. און אנדערע ווערטער; וויזוי זי זעט אויס למעשה וואלט דיר נישט אזוי בארירט ווי דאס אז
זי אליין טוט עס....
כ׳וואלט געוואלט ווייטער מאריך זיין ובפרט זיך צו באציען צו דיין עצם פראגע, אבער כ׳וויל קריגן פיד-בעק און זען וואס דערוילעם זאגט צו דעם הקדמה...
פארוואס זאל איינער פלוצים ליב האבן אן אנדערעם אנע שום סיבה? סמוז דאך זיין עפעס אן איינגשאפט פון איר וואס זאל עם מושך זיין צי איר
קען זיין אז נאכן לעבן צוזאמען פאר א לאנגע צייט ווערט א קנעקשען אהן קיין שום סיבה. אבער אויף אנצוהייבן?
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 11:22 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
הקטן האט געשריבן:איך וויל יא רעדן פין די סארט "אהבה" וואס מורינו ברענגט ארויס און זאגן ס'איז יא דא וועגן צי קאלטעוועטן און פארשטארקן די סארט אהבה
זיכער האט איינעמס לעבנס היסטערי אן השפעה אויף די בעס-ליין פין אהבה, אבער דאס איז נאר די פוינט פין וואו מען פאנגט אן צי בויען
די וועג וואו מורנו לייגט דאס אראפ, איז דאס אן אידער-אר אדער האסטו דאס און אויב נישט דאן - פארפאלען...
דזשאסט צו מאכן זיכער אז איך פארשטיי דיר קלאר: דו האלסט אז ס׳איז שייך צו ארבייטן אויף כלליות׳דיגע אהבה און דאס וועט אויך משפיע זיין אויפן שלום בית, אבער ס׳נישטא עפעס א ספעצילע סארט אהבה וואס ס׳זאל שייך זיין אויפצוארבייטן בלויז בין איש לאשתו. שטימט?
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 11:23 am
דורך הקטן
טמיר האט געשריבן:פארוואס זאל איינער פלוצים ליב האבן אן אנדערעם אנע שום סיבה?
ווייל ער וויל!!!
אפשר ווייל ער פארשטייט די געשמאק פין "ליבשאפט" ...
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 11:25 am
דורך הקטן
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דזשאסט צו מאכן זיכער אז איך פארשטיי דיר קלאר: דו האלסט אז ס׳איז שייך צו ארבייטן אויף כלליות׳דיגע אהבה און דאס וועט אויך משפיע זיין אויפן שלום בית, אבער ס׳נישטא עפעס א ספעצילע סארט אהבה וואס ס׳זאל שייך זיין אויפצוארבייטן בלויז בין איש לאשתו. שטימט?
דעט איז קארעקט!
איך פארשטיי דאס זאגט אויך רבינו, נאר ער זאגט אז דאס איז "אינעט" די מענשט ווערט געבוירן דערמיט אדער נישט
טיפה זו... קודם יצירת הולד און אויף דעם דינג איך זיך...
איך זאג דער מענטש קען דאס קאלטעוועטן
זיכער קען "שלום בית" זיין א גיטער לעב און א וויעקעל דערצי
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 11:32 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
טמיר האט געשריבן:פארוואס זאל איינער פלוצים ליב האבן אן אנדערעם אנע שום סיבה? סמוז דאך זיין עפעס אן איינגשאפט פון איר וואס זאל עם מושך זיין צי איר
קען זיין אז נאכן לעבן צוזאמען פאר א לאנגע צייט ווערט א קנעקשען אהן קיין שום סיבה. אבער אויף אנצוהייבן?
ס׳מאכט סענס און כ׳מיין אז דאס איז דער וועג בדרך כלל אז מ׳הייבט אן מיט חצוניות׳דיגע אהבה התלוי׳ בדבר, אבער מ׳דארף ארבייטן אנצוקומען אמת׳ע אהבה. ובפשטות דאכטסעך אז דאס איז דער טעם פון שמחת חתן וכלה... ׳כלה נאה וחסידה...׳ צו מעורר זיין דער אהבה מיט חצוניות (און אפילו מיט שקר) ווייל דעיס איז נאר א מיטל אנצוקומען צום שפיץ פון אמת׳ע אהבה.
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 11:38 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
הקטן האט געשריבן:בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דזשאסט צו מאכן זיכער אז איך פארשטיי דיר קלאר: דו האלסט אז ס׳איז שייך צו ארבייטן אויף כלליות׳דיגע אהבה און דאס וועט אויך משפיע זיין אויפן שלום בית, אבער ס׳נישטא עפעס א ספעצילע סארט אהבה וואס ס׳זאל שייך זיין אויפצוארבייטן בלויז בין איש לאשתו. שטימט?
דעט איז קארעקט!
איך פארשטיי דאס זאגט אויך רבינו, נאר ער זאגט אז דאס איז "אינעט" די מענשט ווערט געבוירן דערמיט אדער נישט
טיפה זו... קודם יצירת הולד און אויף דעם דינג איך זיך...
איך זאג דער מענטש קען דאס קאלטעוועטן
זיכער קען "שלום בית" זיין א גיטער לעב און א וויעקעל דערצי
איך הער...
אבער ס׳מאכט מיר נישט קיין סענס אז אהבת בית זאל זיך ווענדן אין אויסגעארבייטקייט, און מ׳זאל קענען צייגן אויף יעדער פארגרעבטער/שלעכטער מענטש אז זיכער האטער נישט קיין אמת׳ע אהבה אין שטוב... פינקט ווי די אהבה צו קינדער האט דער בורא אריינגעלייגט בטבע אפגעזען ווי א גוטער מענטש דו ביסט...
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 11:49 am
דורך הקטן
די זען-מעסטער וואס "פאלט אין ליבשאפט" מיט די בוים וואלט איך נישט געריפען "אויסגעארבייטקייט"
זיכער איז שיינקייט פין די פרוי אדער פין טבע גיטע טרעניג-ווילס וואס מען קען און מען זאל אויף דעם רייטען
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 12:35 pm
דורך שמעקעדיג
צפור בודד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט אינגאנצן איין מינוט פון גאנץ
אויף דעם בלעטל. "נישטא קיין פרוי" וואס וויל זיין דער "דרייווער" אינדערהיים, און "יעדער פרוי" איז ביזי צי דער מאן מיינט מיך אדער זיך. דאס איז אלעס אין דער ערשטער מינוט.
מ'דארף אים איינשפארן ווי איידער פארקויפן זיינע ספרים און קורסן.
איך וואלט שטארק געקענט באשטיין צו הערן פארוואס דו זאגסט אזוי, נישט ווייל איך האלט יא אזוי, אבער לעצטנס איז געווארן א שטארקע מאוומענט ביי געוויסע "טעראפיסטן" (סיי מענער און סיי פרויען) צו שטופן די מהלך אז די מאן דארף זיין דער שטארקער און זיין אינעם דרייווערס זיץ, און טיף אין הארצן ווילן די פרויען קיינמאל נישט פירן דעם וואגן, אפילו ווען פונדרויסן קוקן זיי אויס קאנטראלינג.
בעיקר לערנט מען עס פאר די מענער וואס האבן קראנקע פרויען, דער סיקסא'ער רב (לעצטנס געווען מיט אים א אינטערוויוא אין די נפשי פון מאמענט) נעמט שטארק די מהלך פאר מענער וועלכע ליידן פון זייערע פרויען, אלזא וואלט געווען אינטרעסאנט אויסצושמועסן די מהלך וואס/פארוואס יא און ניין.
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 12:36 pm
דורך שמעקעדיג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער איז צעקוקט באופן כללי, אנדערע זאגן אז ס'קומט דערפון וואס זיינע עלטערן האבן גערעדט בשעת מעשה.

איך לאך שוין 5 מינוט......
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 12:40 pm
דורך וואלווי
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ער איז טאטאל צוקאקט
איך האב נישט געזאגט אז יעדעס ווארט זיינער איז קודש קדשים, אבער ער האט גאר שטארקע נקודות וואס ווייניג רעדן דערפון, ואגב ציעט ער אויך היפש אינטערעסע ביי די נישט אידישע וועלט...
קום אריין קלאר, וואס האסטו געהערט פונעם וואס געפעלט דיר נישט??
אשטיקל צייט צירוק האט זיך דרייעט א קליפ ווי ער טענה'ט אז די פראבלעם פונעם דור איז אז די עלטערן זענען נישט מצמצם די מח בשעת'ן הויך פונקט צו קאנצענטרירן אויף עפעס הייליג.
משהו כזה
ווי אזוי וואלט ר' אהרן געזאגט? עפרא לפימא
נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 12:43 pm
דורך הקטן
שמעקעדיג האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט אינגאנצן איין מינוט פון גאנץ
אויף דעם בלעטל. "נישטא קיין פרוי" וואס וויל זיין דער "דרייווער" אינדערהיים, און "יעדער פרוי" איז ביזי צי דער מאן מיינט מיך אדער זיך. דאס איז אלעס אין דער ערשטער מינוט.
מ'דארף אים איינשפארן ווי איידער פארקויפן זיינע ספרים און קורסן.
איך וואלט שטארק געקענט באשטיין צו הערן פארוואס דו זאגסט אזוי
דו ווייסט נישט?!?
מען טאר אזוי נישט טראכטן און זיכער נישט זאגן!!!
אלע ווייסען אז ס'איז נישט דא קיין שום נפקא מינה און די נפש פין די (צוויי) ג'ענדערס
והגם שאין פ... שוין זה לזה, אבל דעתן שווה זה לזה...
און ווער ס'ערלויבט זיך צי האבן ספיקות אין דעם איז א סעקסיט וואס דאס איז א גרויסע נא-נא