בלאט 2 פון 3

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 2:29 pm
דורך פרייוויליג
געזוכט אן אשכול פון האדמו"ר מליבאוויטש זצ"ל און נישט געקענט טרעפן.

כאב געטראפן א ווידיאו פונעם ליבאוויטשער, און מזעט וויאזוי ער האט ריזיגע נעגל, ממש כמו מוהל נעגל. כמיין איך האב דאס שוין באמערקט מערערע מאל אז ער האט געהאט גאר גרויסע נעגל.

דא פון 2:33 זעט מען דאס די בעסטע.

צו ווייסט איינער אויב דאס איז אן ענין? א צופאל? א סיבה?

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 2:50 pm
דורך יצחק אייזיק
ניין נישט קיין צופאל. לאנגע האר און לאנגע נעגל

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 2:52 pm
דורך היימלינד
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:50 pm ניין נישט קיין צופאל. לאנגע האר און לאנגע נעגל
עקסטרעם לאנדע האר איז פון די יאר נאך זיין מאמע וואס ער האט זיך כלל נישט געשוירען

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 3:04 pm
דורך חמלה גדולה
פרייוויליג האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:29 pm

דא פון 2:33 זעט מען דאס די בעסטע.

check out the rebbe's sensitivity at 8:15

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 3:24 pm
דורך היימלינד
חמלה גדולה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:04 pm
פרייוויליג האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:29 pm

דא פון 2:33 זעט מען דאס די בעסטע.

check out the rebbe's sensitivity at 8:15
געזעהן ענדליכס אמאל ווי ער דרייט זיך אויס צום עזר"נ מיט א חיזוק שמייכעל צו א רוסישע פרוי וואס האט עפעס ארויס געשריגען
אין המ"מ כעת תח"י

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 3:26 pm
דורך בני מר ומתוק
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:52 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:50 pm ניין נישט קיין צופאל. לאנגע האר און לאנגע נעגל
עקסטרעם לאנדע האר איז פון די יאר נאך זיין מאמע וואס ער האט זיך כלל נישט געשוירען
נאך די רבצין, נישט די מאמע

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 3:29 pm
דורך בני מר ומתוק
פרייוויליג האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:29 pm געזוכט אן אשכול פון האדמו"ר מליבאוויטש זצ"ל און נישט געקענט טרעפן.

כאב געטראפן א ווידיאו פונעם ליבאוויטשער, און מזעט וויאזוי ער האט ריזיגע נעגל, ממש כמו מוהל נעגל. כמיין איך האב דאס שוין באמערקט מערערע מאל אז ער האט געהאט גאר גרויסע נעגל.

דא פון 2:33 זעט מען דאס די בעסטע.

צו ווייסט איינער אויב דאס איז אן ענין? א צופאל? א סיבה?
בכלל די גשמיות זיינע איז געווען אזוי נאך די רבצין'ס פטירה

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 3:45 pm
דורך איזה נשמה
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:50 pm ניין נישט קיין צופאל. לאנגע האר און לאנגע נעגל
the long hair was for one year only, no one knows the reason

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 4:24 pm
דורך היימלינד
בני מר ומתוק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:26 pm
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:52 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:50 pm ניין נישט קיין צופאל. לאנגע האר און לאנגע נעגל
עקסטרעם לאנדע האר איז פון די יאר נאך זיין מאמע וואס ער האט זיך כלל נישט געשוירען
נאך די רבצין, נישט די מאמע
נאך די מאמע
ביי א ווייב איז נאר שלושים

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 4:24 pm
דורך היימלינד
איזה נשמה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:45 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:50 pm ניין נישט קיין צופאל. לאנגע האר און לאנגע נעגל
the long hair was for one year only, no one knows the reason
קוק ארויף, די סיבה איז שנת אבילות פון די מאמע

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 5:05 pm
דורך אפטימיסטיש
moneyminded האט געשריבן: זונטאג יוני 13, 2021 2:48 pm
סעגאל האט געשריבן:מען קען מיינען אז אויב מען גייט אנדערע טעג איז מען דארט מורא'דיג נזהר צי לייגן א מחיצה.
איך בין שוין געווען אנדערע טעג, אנדערע טעג שטייט מען ביים שטיין ממש מענער און האלב נאקעדיגע נקיבות צוזאמען, אבער באמת גערעדט וואספאר א היתור איז די תערובת דארט? וויאזוי מעג מען זאגן דארט א אידיש ווארט?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
עיין בלבוש סוף אורח חיים, וז"ל:

"ואמרו בספר חסידים כל מקום שאנשים ונשים רואים זה את זה כגון בסעודת נשואין אין לברך שהשמחה במעונו שאין שמחה לפני הקב"ה כשיש בו הרהורי עברה ע"כ. ואין נזהרין עכשיו בזה משום דעכשיו מורגלות הנשים הרבה בין אנשים ואין כאן הרהורי עברה כל כך שדמין עלן כקאקי חיוורא מפני רוב הרגלן ביננו וכיון דדשו דשו" עכ"ל.

דאס האט שוין דער לבוש געשריבן בימיו, אנן מה נענה אבתריה...

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
דער לבוש רעדט נישט ווען די פרויען זענען נישט צניעותדיג, והדק"ל

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 5:08 pm
דורך אפטימיסטיש
עיין בגמרא קידושין פב. "הכל לשם שמים" (עיי"ש כל הענין)

ופירש שם הריטב"א:

"הכל לפי דעת שמים. וכן הלכתא דהכל כפי מה שאדם מכיר בעצמו, אם ראוי לו לעשות הרחקה ליצרו עושה ואפילו להסתכל בבגדי צבעונין של אשה אסור כדאיתא במסכת עבודה זרה (כ' ב'), ואם מכיר בעצמו שיצרו נכנע וכפוף לו ואין מעלה טינא כלל מותר לו להסתכל ולדבר עם הערוה ולשאול בשלום אשת איש, והיינו ההיא דרבי יוחנן (ב"מ פ"ד א') דיתיב אשערי טבילה ולא חייש איצר הרע, ורבי אמי דנפקי ליה אמהתא דבי קיסר (כתובות י"ז א'), וכמה מרבנן דמשתעי בהדי הנהו מטרונייתא (לעיל מ' א'), ורב אדא בר אהבה שאמרו בכתובות (שם) דנקיט כלה אכתפיה ורקיד בה ולא חייש להרהורא מטעמא דאמרן

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 5:11 pm
דורך [NAMELESS]
נאך אמאהל
מאני מיינדעד זאגט אז עס זענען דארט געווען האלב נאקעטע פרויען
אויף דעם איז לכאורה קיין היתר נישט פארהאנען

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 5:13 pm
דורך אפטימיסטיש
מנשסתר האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:07 pm דער לבוש רעדט נישט ווען די פרויען זענען נישט צניעותדיג, והדק"ל
דער לבוש רעדט דאך קלאר פון א פרוי וואס איז עלול מעורר צו זיין הרהורים. דאך זאגט ער אז טאמער מ'איז רגיל דערמיט. ברויך מען זיך נישט זארגן.

דאס איז ביסיידס די פוינט וואס דער לבוש זעלבסט ברענגט דארט ארויס אז 'צניעות' איז א רעלאטיווע זאך וואס ווענדט זיך כפי מנהג המקום והזמן, דעריבער איז זעלבסטפארשטענדליך אז בימינו אלה האט זיך די צניעות ספעקטרום גערוקט גאר אסאך, אזוי ווייט אז געזונטע מענטשן ווערן נישט געטריגערט פון די אזויגערופענע האלב נאקעטע פרויען

און להוי ידוע אז די לב טהור מיטגלידער ווערן געטריגעט פון פרויען וואס זענען נישט באדעקט פון קאפ ביז פוס. טא וויאזוי מעגסטו קידוש מאכן איינדערהיים קעגן איבער דיין ווייב וואס איז נישט איינגעהילט אין א שלייער? אלא מאי דו פארשטייסט אויכעט אז צניעות/הרהורים איז רעלאטיוו

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 5:17 pm
דורך א גוט יאר
אפטימיסטיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:13 pm
מנשסתר האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:07 pm דער לבוש רעדט נישט ווען די פרויען זענען נישט צניעותדיג, והדק"ל
דער לבוש רעדט דאך קלאר פון א פרוי וואס איז עלול מעורר צו זיין הרהורים. דאך זאגט ער אז טאמער מ'איז רגיל דערמיט. ברויך מען זיך נישט זארגן.

דאס איז ביסיידס די פוינט וואס דער לבוש זעלבסט ברענגט דארט ארויס אז 'צניעות' איז א רעלאטיווע זאך וואס ווענדט זיך כפי מנהג המקום והזמן, דעריבער איז זעלבסטפארשטענדליך אז בימינו אלה האט זיך די צניעות ספעקטרום גערוקט גאר אסאך, אזוי ווייט אז געזונטע מענטשן ווערן נישט געטריגערט פון די אזויגערופענע האלב נאקעטע פרויען
וויאזוי ווערט מען רגיל דערמיט...?

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 5:20 pm
דורך אפטימיסטיש
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 5:17 pm

מ'גייט צום ליובאוויטשע רבי'ס ציון :D

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 5:32 pm

די תירוץ איז זייער פשוט: מ'וואוינט צווישן אויסגעלאסענע גוים, מ'זעהט זיי (די וואך פאר - און די וואך נאך - וואס מ'פארט אין קאנטרי LOL), מ'האנדלט מיט זיי, מ'זעהט זייערע ביל באורדס, מ'זעהט זייערע אדווערטייזמענטס (אפילו אויף די געפילטערטע אינטערנעט, ווער רעדט נאך פונעם בילד אויף די פעמפער באקס...) ווערט מען בהכרח רגיל. ויתערבו בגוים וילמדו ממעשיהם

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:49 am
דורך berlbalaguleh
אין תהילים שטייט נאר איין מ"ם...!

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:50 am
דורך בני מר ומתוק
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:24 pm
בני מר ומתוק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:26 pm
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:52 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:50 pm ניין נישט קיין צופאל. לאנגע האר און לאנגע נעגל
עקסטרעם לאנדע האר איז פון די יאר נאך זיין מאמע וואס ער האט זיך כלל נישט געשוירען
נאך די רבצין, נישט די מאמע
נאך די מאמע
ביי א ווייב איז נאר שלושים
די מאמע איז אוועק תשכ"ה, און די לאנגע האר איז געווען נאך תשמ"ח. וואס זאגסטו מיר הלכות, איך זאג דיר פאקטן.

בכלל ער האט געפירט געוויסע ענינים פון אבילות א לאנגע צייט. קדיש געזאגט יא חודש (נישט נאר ביזן שלושים), געבליבן אין די היים א גאנץ יאר.

פארברענגענ'ס בימי החול אופגעהערט עד סוף ימיו (דאס איז געווען מצד אבילות - אין תשכ"ה האט ער אויך געוואלט אופהערן, און האט לפועל פארבראכט, אחר הפצרות החסידים, אבער מיט א סיום מסכת יעדער מאל).

אויך שחרית בציבור איז געווען נאר בשנות האבילות, אבער נאכ'ן רבצין האט ער ממשיך געווען עד סוף ימיו.

ווי שטימט דאס אין הלכה, ווייס איך נישט, אבער די אלע עניינים קוקן אויס צו מיר ווי א סוג אבילות

א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:44 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איך קום יעצט פין די אהל הרבי אין קווינס...

אהא.... הייליג!!

א געפיל וואס מען קען נישט באשרייבן, קודש קדשים!! 🔥🔥

ווי נאר מען שפאצירט דארט אריין זעהט מען די אהבה זיך גיסן, עס גיסט זיך חיבוקים ווי וואסער נאך די הקפות,

אין איין ווינקל זיצט א עלטערע משפיע מיט א חבורה אין קאכט אריין אין א מאמר פינעם רבי'ן.

דארט זיצט א אינג בחור'ל אין דערציילט פאר א פארווארפענע נשמה מיט א קליין קאפל, סיפורים פינעם רבי'ן....
דא שטייט א אינגערמאן אין איז זיך מתבודד לאנגע מינוטן אין א תפילת מנחה...

עס הערשט דארט אזא ליכטיקייט!!

עס איז נישט דא די פארמאלער געפיל וואס אונז האבן, עס איז נישט קאט קלער, יעדער גייט מיט אנדערע שיך, דער מיט ווייסע סניקערס, די אנדערער מיט ברוינע.

אוי מיט יתן אבר כיונה.

די סארט אידישקייט רעדט צו מיר...

פארשטייצעך דארט איז נישטא די טאליבאנער צוגעלייגט געזעצן, פאר די נשים צדקניות, דארט קוקן די פרויען אויס ווי עס פאסט פאר א בת מלך, נישטא די בולעט פרוף שטרימפ...
ועוד משוגעתן, די צודרייטע הפרדה עקזעסטירט דארט אויכעט נישט די אהבה איז פורץ גבילים....

עניוועי שוין למעשה זעמיר דא צירוק אין בארא פארק אין די סיסטעם. ביי.

Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:57 pm
דורך אבזערווירער
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:44 pm איך קום יעצט פין די אהל הרבי אין קווינס...

אהא.... הייליג!!

א געפיל וואס מען קען נישט באשרייבן, קודש קדשים!! 🔥🔥

ווי נאר מען שפאצירט דארט אריין זעהט מען די אהבה זיך גיסן, עס גיסט זיך חיבוקים ווי וואסער נאך די הקפות,

אין איין ווינקל זיצט א עלטערע משפיע מיט א חבורה אין קאכט אריין אין א מאמר פינעם רבי'ן.

דארט זיצט א אינג בחור'ל אין דערציילט פאר א פארווארפענע נשמה מיט א קליין קאפל, סיפורים פינעם רבי'ן....
דא שטייט א אינגערמאן אין איז זיך מתבודד לאנגע מינוטן אין א תפילת מנחה...

עס הערשט דארט אזא ליכטיקייט!!

עס איז נישט דא די פארמאלער געפיל וואס אונז האבן, עס איז נישט קאט קלער, יעדער גייט מיט אנדערע שיך, דער מיט ווייסע סניקערס, די אנדערער מיט ברוינע.

אוי מיט יתן אבר כיונה.

די סארט אידישקייט רעדט צו מיר...

פארשטייצעך דארט איז נישטא די טאליבאנער צוגעלייגט געזעצן, פאר די נשים צדקניות, דארט קוקן די פרויען אויס ווי עס פאסט פאר א בת מלך, נישטא די בולעט פרוף שטרימפ...
ועוד משוגעתן, די צודרייטע הפרדה עקזעסטירט דארט אויכעט נישט די אהבה איז פורץ גבילים....

עניוועי שוין למעשה זעמיר דא צירוק אין בארא פארק אין די סיסטעם. ביי.
אויף א לבוש וואס הרב הקדוש מסאטמאר זצ''ל האט פארגאסן טייכן טרערן בליל יום הקדוש און ווען נישט? פאסט נישט צו אנרופן ''טאליבאנער צוגעלייגט געזעצן'' ווייל די ווילסט מחפה זיין אויף א פירצה גדולה בכרם בית ישראל, וזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.

Re: א רייד צום אוהל - ג' תמוז

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:29 pm
דורך הופער
פרייוויליג האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:29 pm געזוכט אן אשכול פון האדמו"ר מליבאוויטש זצ"ל און נישט געקענט טרעפן.

כאב געטראפן א ווידיאו פונעם ליבאוויטשער, און מזעט וויאזוי ער האט ריזיגע נעגל, ממש כמו מוהל נעגל. כמיין איך האב דאס שוין באמערקט מערערע מאל אז ער האט געהאט גאר גרויסע נעגל.

דא פון 2:33 זעט מען דאס די בעסטע.

צו ווייסט איינער אויב דאס איז אן ענין? א צופאל? א סיבה?
דא זעהט מען עס נאך מער, ביי קריאת שמע. טאקע אינטערסאנט