אישתישבי האט געשריבן:דער לובלינער האט אנגעהויבן בחייו פין רר"א, איינער ווייסט וועלכער יאר?
דער איד הקדושַ האט אביסל צופיל געפירט בחייו פין חוזה. ממילא איז געוועהן התנגדות. שפעטער ווען דער ר"ר בונם איז שוין געוועהן בלינד, האט ר' שמעון דייטש געוואלט מאכן א חרם אדער א טיילונג, ביי די אוסטילא חתונה אין תקע"ה בערך, און דער אפטער רב האט מחליט געוועהן כנגד. ווי עס זעהט אויס האט דער ר"ר בונם אויך אנגעהויבן בחייו פין חוזה.
דער ווארקער האט אנגעהויבן נאך דער הסתלקות פין פשיסחא ווען דער קאצקער האט אנגעהויבן. דער חידושי הרי"ם נאך דער קאצקער. דער איזביצער איז אוועק פין קאצק און אנגעהויבן פירען ווען דער קאצקער האט געלעבט בשעת דער הסגר דעפרעסיע, שמחת תורה נאך דער מעשה מיט דער לייכטער, דער הסגר איז אנגעגאנגען גאנץ לאנג, איך מיין איבער צען יאר.
אויסער דעם געדענק איך נישט איינער זאל אנהייבן בחיים פין דער אנדערע אין דער גזע.
דא זאגט נישט ר' שאול א סיבה פארוואס ער פילט אז ער מוז אנהייבן. ער איז געוועהן ראש ישיבה פריער. חוץ ווייל מען האט אים געמאכט שטילע צרות, און ער האט מחליט געוועהן אז גענוג געוועהן, מתי אעשה גם אנכי לביתי. ביי די אלע אמאליגע איז געוועהן סיבות, מחמת דער פריעדיגער רבי איז נישט געוועהן מער אזוי קעיפיבעל (לדעתם).
אויש, אזויפיל שיינע נקודות אבער אזויפיל טעותים...
1. דער איד הקדוש האט געפירט, און איז אפילו נפטר געווארן, בחייו פונעם חוזה.
2. די אוסטילא חתונה איז געווען אין זומער שנת תקפ"א [פונקטליך צוויי הונדערט יאר צוריק]. עס וואלט ניטאמאל געקענט זיין אין יאר תקע"ה, וואס ערשט דאן זענען אפטער רב'ס חברים - דער חוזה, דער קאזשניצער מגיד און ר"ר מענדעלע רימנובער - נפטר געווארן, און אפטער רב איז נאך נישט געווען דער אנערקענטער זקן האדמורי"ם.
3. פארט האט ר"ר בונם פון פרשיסכא אנגעהויבן צו פירן בחייו פונעם חוזה, וויבאלד דער איד הקדוש - זיין פערזענליכער רבי - איז דאך שוין נפטר געווארן בחיי החוזה, און ר"ר בונם האט נאטורליך איבערגענומען זיין ארט אין פרשיסכא.
4. דער ווארקער האט נישט אנגעהויבן פירן נאכן פטירה פון ר"ר בונם. ווען ר"ר בונם איז נפטר געווארן האט זיין זון ר' אברהם משה איבערגענומען, פאר די מעסיגערע עולם (ווי ווארקע, ביאלע, סטריקוב, אלכסנדר), און דער קאצקער האט איבערגענומען פאר די שארפערע עולם (ווי גער, איזשביצא, גאסטינין). דער ווארקער איז געגאנגען צו ר' אברהם משה. וויבאלד ר' אברהם משה איז נפטר געווארן א קנאפע אנדערטהאלבן יאר נאך זיין טאטע, האט די ציבור אויפגענומען דעם ווארקער אויף זיין ארט.
5. דער איזשביצער איז אוועק פון קאצק נאך שמחת תורה שנת ת"ר, וואס דאס איז געווען א קנאפע פאר חדשים נאך דער קאצקער האט אנגעהויבן זיך איינצושפארן, נישט נאך א לענגערע תקופת הסגר.
6. די לעגענדע מיטן לייכטער האט נישט קיין שום קראנטע באזיץ, און פאסט ניטאמאל אראפצוברענגען בלויז צו זיין "קיל". אזוי אויך האט יענץ אנגעבליך פאסירט אום ליל שבת, נישט אום ליל שמחת תורה.
7. נאכן מרידה פונעם איזשביצער, האט דער קאצקער זיך ערשט אנגעהויבן איינצושפארן, פאר דאס רעשט פון זיין לעבן. דאס איז געווען פאר נאך ניינצן יאר, נישט קיין צען יאר.
8. פון דיין שפראך זעט אויס ווי דו מאכסט א קוגל צווישן איד הקדוש, ר"ר בונם און איזשביצער, אז די מחלוקות'ן קעגן זיי האבן זיך געדרייט ארום דער פאקט אז זיי האבן אנגעהויבן פירן בחייהם פון פריערדיגע רבי'ס. ס'איז אבער נישט ריכטיג, הגם אזויפיל איז יא אמת אז אפטמאל ווען א תלמיד האט אנגעהויבן פירן בחיי רבו האט זיין רבי געהאט תרעומות, אבער קיין מחלוקת ממש האט עס נישט געברענגט. די איד הקדוש און איזשביצער האבן געטון עפעס וואס האט יא געברענגט א סאלידע מחלוקת, אז ביידע האבן אנגעהויבן פירן באתרא דמר. דער איד הקדוש האט געפירט חבורות נאך אין לובלין - הגם נישט אלס רבי, און דאס זעלביגע מיטן איזשביצער אין קאצק. עווענטועל האט דער איזשביצער געמאכט א מרידה - א זאך וואס דער איד הקדוש האט קיינמאל נישט געטון. אויפן ר"ר בונם איז געווען טענות איבערן סארט מהלך החסידות וואס ער האט אנגעפירט, און דערפאר האט מען אזוי שפעט ווי שנת תקפ"א געוואלט פירן א מערכה ביים אויסטילער חתונה קעגן אים (דיין טעזע איז טאקע נאר געבויט אז אין יאר תקע"ה - שנת פטירת החוזה - איז פארגעקומען די אוסטילא חתונה). אגב, אויך אויפן איד הקדוש האט זיך ארויסגעשיילט א התנגדות צוליב זיין מהלך החסידות (און אפילו ביים איזשביצער איז אויך אזוי געווען).
9. אזוי אויך איז אומריכטיג אז זיי זענען די איינציגסטע - בנוסף להחוזה בחיי רבו מליזענסק - וואס האבן אנגעהויבן פירן ביים לעבן פון זייער רבי'ן. ר' דוד'ל לעלובער האט געפירט און איז אפילו נפטר געווארן בחיי רבו החוזה. ר' אהרן הגדול מקארלין האט געפירט און איז אפילו נפטר געווארן בחייו רבו המגיד ממעזריטש. אזוי זענען געווען נאך אסאך אסאך רבי'ס, טייל בהסכמת און טייל שלא בהסכמת רבם.
10. עד כאן היסטאריע, מכאן ואילך פרשנות:
ר' שאול האט יא קלאר געגעבן א סיבה פארן טיילונג, און ס'איז אפילו מאדנע אז מ'קען זיך גאר וואונדערן וואס עס האט אים באוואויגן דערצו. אוודאי האט מען אים געציפקעט די זייטן פאר די לעצטע 25 יאר, אבער ער האט אלעס אראפגעשלינגען.
דער פראבלעם איז אז עס זענען געוואקסן די צאל מענטשן וואס זענען נמאס געווארן פון גער, אבער האבן געליטן רדיפות פון גער. ר' שאול, אלס חשוב'סטער גערער אויטאריטעט ביי אלע וואס זענען נישט פארגלייבט אז גאט דינט ר' יענקל אלתר, פלעגט צאמהערן די מעשיות אויף א טעגליכע פארנעם און זיי האבן אים שטענדיג געבעטן אנצוהייבן א קהילה פאר זיך, וויבאלד אזוי זענען זיי בין פטיש לסדן. ר' שאול איז געווען גענוג עסעט פאר גער - וי"א אז זיי האבן זיך פשוט געפארכטן איבער די צוקונפט אויב ער רייסט זיך אפ, ווי ס'האט זיך טאקע שפעטער ארויסגעשטעלט - אז ער האט זיי געקענט סטראשענען צוריק אריינצונעמען די נרדפים און זיי אויפהערן צו רודפ'ן אויב זיי ווילן נישט אז ער זאל עפענען אליינס.
די מכה בפטיש איז געווען ביים מעשה מיט בערלינער אין ב"פ, וועמען די ממסד פון גער האט באשלאסן צו באראבעווען אין נאמען פון ר' יענקל אלתר. די טעראר איז געגאנגען "נעקסט לעוול", און זייענדיג פון ר' שאול'ס מענטשן איז ר' שאול ארויסגעקומען מיט א שארפע בריוו קעגן די טעראר. עס איז נישט געווען דירעקט קעגן ר' יענקל אלתר וויבאלד דער לעצטער האט נישט "אפיציעל" געשטיצט די מערכה קעגן בערלינער, נאר די מערכת האט זיך כלומר'שט אנגענומען פארן רבי'נס כבוד. פארט אבער האבן גערע חמומי מח באשלאסן אים צו לערנען לקח, און האבן אים נישט געלאזט האבן פריערדיגע כיבודים אין גער. אזוי אויך האבן זיי פארשפרייט גאר שמוציגע פאשקעווילן קעגן אים.
ר' שאול האט געזען אז קיין צוטריט צו גער האט ער נישט און זיין מחאה טוישט נישט גארנישט, וואס באדייט אז מ'קען ווייטער סעקירן יעדער וואס גייט נישט אין שפאן, און האט באשלאסן זיך אפצוטיילן און געבן אן ארט פאר די אלע נרדפים. גערע רבי'ס קינדער האבן נאך געמאכט א זיצונג מיט אים און צוגעזאגט אלדאס גוטס, אבער ר' שאול האט זיך איינגעשטעלט אויף א סעיף אז מ'מוז צוריק אריינלאזן די נרדפים און זיי אויפהערן טשעפענען, און דאס איז שוין געווען צופיל פאר זיי. דאן איז די פילוג ארויס אין וועג, מיט א נאו-ריטורן פאליסי.
בנוגע די נארישע הבנה אז זיין חשבון איז געווען מתי אעשה גם אנכי לביתי, איז גענוג צו דערציילן אז ער האט געהאט אן א שיעור געלעגנהייטן ביז יעצט, וואס ער האט קיינמאל נישט איינגעקעשט טראצדעם וואס אמאל האט ער אפילו געהאט א שטערקערן ארט אין גער. ווען מ'האט געסטאפט עיון האט ער געקענט ארויסגיין, ווען מ'האט אים פארמאכט די ישיבה - וואו זיין טאטע האט אים געשטעלט - האט ער געקענט ארויסגיין, ווען מ'האט געטראסקעט הגאון ר' בצלאל וועקסעלשטיין האט ער געקענט גיין, און אזוי ביי נאך געלעגנהייטן. ער האט דאס קיינמאל נישט געטון כאטש ער האט געקענט רייטן אויף גרעסערע פראבלעמען. מצד שני, דער גערער איז שוין עטליכע מאל געווען קראנק, ער האט א גאנצע פאק קינדער פראסטאקעס, מיט זערא כאריזמע, יר"ש, למדנות צו סיי וואס, און ביז אפאר יאר וואלט ר' שאול געקענט ווערן רבי מיטן טויט פון ר' יענקל אלתר, און איבערנעמען א ריזיגע טייל פון גער - אן קיין פחד פון טעראר. ער האט דאס אלעס אפגעשאקלט, טאקע ווייזנדיג אז זיין חשבון איז נישט מתי אעשה גם אנכי, נאר העלפן אנדערע. איבעריגס, אפילו יעצט פירט ער א נייע קו און איז נישט קיין רבי.
צולעצט, דיין הבחנה אז אלע אנדערע וואס האבן זיך אפגעריסן בחיי רבם, האבן כאטש געהאלטן אז דער פריערדיגער רבי איז שוין נישט קעיפעבל צו פירן, משא"כ ר' שאול בחיי ר' יענקל. היא נפלאת בעיני. אפגערעדט פונעם פאקט אז ר' שאול איז קיינמאל נישט געווען קיין חסיד פון ר' יענקל, נאר האט געהערט צום קהילה און האט געוויס נישט געזוכט ארויסצוטרעטן קעגן דעם מנהיג העדה (אנדערש ווי ווען דער איד הקדוש איז ארויס בחיי "רבו" וכו'), איז אבער אויב עפעס דער פאקט דא פונקט פארקערט. דער חוזה האט נאך פעסט געפירט אין יאר תקע"ד - ווען דער איד הקדוש איז שוין נפטר געווארן. ער איז שוין איינמאל געווען קעיפעבל. פארט האט דער איד הקדוש געהאלטן אז געוויסע חסידים דארפן אן אנדערן קו און האט אנגעהויבן פירן אויף זיין שטייגער. דא, איז ר' יענקל אלתר נישט נאר א מענטש מיט א מאדנע קו וואס ר' שאול האלט קלאר אז מ'דארף פירן אנדערש, נאר ער איז געוויס נישט קעיפעבל צו פירן זיין ריזיגע עדה. ער איז א ריזיגע דורכפאל אלס מנהיג העדה, מיט טויזנטער אנגעווייטיגטע און "אנוסים", און שוין אפגערעדט אז ער איז פיזיש נישט ביכולת צו פירן אזא ריזיגע סטאדע אליינס. כ'ווייס נישט ווען אין די היסטאריע עס איז געווען אזוי בארעכטיגט זיך אפצורייסן און פירן אליינס! מעגליך אז אפילו מער בארעכטיגט ווי דאס אפרייסן פונעם איזשביצער פון קאצק (ווי דערמאנט אויבן אז מ'האט דעמאלט געהאלט א קנאפע פאר חדשים נאכדעם וואס דער קאצקער האט משנה געווען זיין פריערדיגע הנהגה).