בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 12:08 am
דורך גאנצל
שבעים לשון האט געשריבן:עס איז חידושים וואס דא קומט פאר אינערליך ביי די אויבער פירערשאפט פון קהל מהרי"י
עס איז דערווייל האלב שטיל אבער אין מאנסי ביי חסידי מהרי"י וואס זיצן כעת תחת חסותו פון הרב האלבערשטאם וואס פארנעמט די מאנסיער קהלה אלס אב"ד און האלבוועגס אדמו"ר, דארט רידערט זיך אז תלמידי הישיבה סאטמאר קווינס פילן זיך באקריוודעט באיזה אופן פון די הנהגה פון הרב האלבערשטאם און זיי ווילן זיך אפטרייסלען און אליינס עטאבלירן א קהלה און מעגליך אויך א חינוך סיסטעם. לויט מיין אינפארמאציע איז מהרי"י דערביי און שטיצט דאס עפענען שולן און ערשיינט די מסיבות אנעם השתתפות פונעם שוואגער הרב האלבערשטאם, און מאיז אויפן ראוד פון טרעפן א שיינעם איד פאר די לאקאלע שולן וכו'.
די קשיא איז פארוואס זענען די יוצאי הישיבה וואס וואוינען אין קרית יואל נישט אזוי חשוב אז מזאל ממנה זיין אן איש על העדה לאקאל?
איז דען נישט דער הייליגער ר' ישעי' טירנויער די רב פון יוצאי קווינס אין מאנסי ?
נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 9:30 am
דורך מפיל קינד
גאנצל האט געשריבן:פאלט דיר גארנישט ביי אז דו ביסט דער וואס האט דעם טעות
ניין!! ווייל איך קען אים און דו נישט!
אגב, ס'דא אסאך אגענדע ניקס דא וואס קענען גוט ספינען, פון ביידע זייטן, אבער רוב שטייען אוועק פון אפענע שקרים. געוויסע שרייבן היסטארישע פאקטן נאר נישט אזוי מדוייק... אבער קיין ליגנט שרייבט מען נישט בדרך כלל.
דו ביסט דער איינציגסטער (פון די לעצטע פאר נושאים) פון וועם ס'גיסט זיך שקרים אזוי אונטער'ן ארבל... אפי' במילתא דעבידא לאיגלויי, און דו ווערסט ניטאמאל רויט.
דער תגובה איז נאר א ביישפיל...
נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 10:20 am
דורך אלגעמיין
מפיל קינד האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:פאלט דיר גארנישט ביי אז דו ביסט דער וואס האט דעם טעות
ניין!! ווייל איך קען אים און דו נישט!
אגב, ס'דא אסאך אגענדע ניקס דא וואס קענען גוט ספינען, פון ביידע זייטן, אבער רוב שטייען אוועק פון אפענע שקרים. געוויסע שרייבן היסטארישע פאקטן נאר נישט אזוי מדוייק... אבער קיין ליגנט שרייבט מען נישט בדרך כלל.
דו ביסט דער איינציגסטער (פון די לעצטע פאר נושאים) פון וועם ס'גיסט זיך שקרים אזוי אונטער'ן ארבל... אפי' במילתא דעבידא לאיגלויי, און דו ווערסט ניטאמאל רויט.
דער תגובה איז נאר א ביישפיל...
זיי נישט אזוי שטרענג...נישט די ליגענט באדערט דיך דא... [נאר א וויץ]
ווי אזוי ס'זאל נישט זיין, זייענדיג איוואלווד אין א געוויסער ענין, האלט איך מיט אז ער און נאך איינער זענען
קלאר נאכאלץ איינס פון די צוויי קאנדידאטן וואס גייען באקומען די פאזיציע [מעגליך געצווינגן אבער באקומען].
קוקט אויס ווי @ אינטערעסאנט האט געוואלט טעסטן די וואסער צו וואס...
נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 2:17 pm
דורך מפיל קינד
כ'האב געזאגט ער גייט עס נישט נעמען? ער גייט זיין א גרויסע רבי איין טאג.
אבער דאס אז ער גלייכט רביסטעווע און לויפט כאפן א פראוועריי אין ארץ ישראל איז שקר. ער איז גרייט מ'זאל דארט אויפנעמען א רב און אים אפלאזן.
מהר"א האט נישט אזעלכע קינדער, ממילא איז שווער פאר א חסיד מהר"א צו פארשטיין אזא מושג...
נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 3:17 pm
דורך אלגעמיין
מפיל קינד האט געשריבן:כ'האב געזאגט ער גייט עס נישט נעמען? ער גייט זיין א גרויסע רבי איין טאג.
אבער דאס אז ער גלייכט רביסטעווע און לויפט כאפן א פראוועריי אין ארץ ישראל איז שקר. ער איז גרייט מ'זאל דארט אויפנעמען א רב און אים אפלאזן.
מהר"א האט נישט אזעלכע קינדער, ממילא איז שווער פאר א חסיד מהר"א צו פארשטיין אזא מושג...
1. כ'האב מיך באצויגען צום פותח אז זיין קאנדידאטאר איז אויס.
2. גלייכט רביסטעווע; מעגליך יא/נישט, כ'האב נישט געטוען דערין דערווייל אבער אז ס'איז ממש שקר קען זיין איבערגעטריבן. פשוט מצד הדרך הטבה.
אפי' אז נישט מוז נישט זיין מצד א מעלה קען אויך קומען מצד חסרונות. קינדער פון רבנישע שטובער זענען עפי"ר אויסגעשטעלט/העלפן ארויס ממשיך צו זיין זייער שלשלת.
ס'איז נישט קיין נייעס פון היינט אדער סיי וועלכע חסרון בככליות. די פארדיר קענסטו אויסוועלן אויב די ווילסט ממשיך זיי אונטער זייער הנהגה/השפעה.
נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 3:55 pm
דורך מפיל קינד
איך האב נישט גערעדט דוקא פון דעם תגובה, וואס ער האט געשאסן אן קיין שום דעקונג. נאר אויף זיינע קאמענטס בכלליות.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 11:11 am
דורך אינטערסאנטער
ר' אברהם יקותיאל יערמיאש וואס האט לכתחילה געגעבן דריי מיליאן דאללער פאר די קהילה נאר בתנאי אז ר' חיים הערש קומט, האט שוין מסכים געווען צו געבן ווייטער די געלט, ער גיסט ריזיגע געלטער סיי פאר די קהילה און סיי פאר די מוסדות