בלאט 2 פון 7
Re: הרה''צ ר' מאטל זילבער: רבי'ס זענען די חורבן פון די דור
נשלח: דינסטאג יולי 13, 2021 6:28 pm
דורך זיו
cictim האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/17qBcMveLWxDo-gLtnuGkUprGog2VB1O5/view?usp=sharing
איך קאטשע זיך אויף דער ערד פאר גלעכטער הערנדיג די זיסע קליפ. איך האב נאר א פאר קשיות.
1. פארוואס איז עס מיר אזוי פאני?
2. פארוואס זאגט ער (מחיצות) מעחיצעת און נישט מעחיצית?
3. וואס איז די קאנטעקטט פון די דרשה?
4. ער זאגט נישט פאר בחורים די ערשטע דרשה, נאר די צווייטע. וואס מיינט ער?
5. @אישתשבי, אפשר צייכענסנטו צו, ווי מען קען לייענען ווער די בעלזע יושבים זענען באמת געווען.
נשלח: דינסטאג יולי 13, 2021 7:50 pm
דורך איך אויך
יא יא א ......... בלייבט א ........ און אפילו אין א אשכול איבער ר' מאטל מוז ער אנחזרן מיט די ....... וואס סענדער און שלמה יאנקל האבען עם געפיטערט אלע יארן.
ואין לנו אלא דברי מרן קוה''ק מבעלזא ז''ל שהתבטא בארץ ישראל ''מיינע יושבים האבען געקענט זיין רביס, נישט סתם רביס נאר גרויסע רביס''.
נשלח: דינסטאג יולי 13, 2021 7:58 pm
דורך מצפצף
אזעלכע רבי'ס ווי די וואס ר' מאטל רעדט...
נשלח: דינסטאג יולי 13, 2021 9:50 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:ווער גייט ירשענען זיין שוהל? א פרעמדער?
ער שיקט שוין יעצט ארום זיינע זוהן פראווענען אין וויאליאמסבורג און אין מאנרא.
ער קען נישט טרעפן אנדערע זאכן צו רעדן איבער?
וועלעכע זון שיקט ער וואו? זאג א נאמען מיט א דעיט.
איך האב עס אויסגעהערט און if I take it at face value זע איך נישט וואס עס איז אזוי טעריבל.
איך בין אבער נישט קיין גרויסע גאסיפ קענער במילא קען זיין אז איך ווייס פשוט נישט וואס יעדער ווייסט.
נשלח: דינסטאג יולי 13, 2021 10:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:און צום שלוס, דער איינציגסטער חילוק פין היינט און אמאהל איז די מנהיגים, אבער דער עולם, דער כלל איז דער זעלבער.
איך בין מחולק מיט דיר, כמעט קיינער ווערט נישט קיין מנהיג ריין לשם שמים, מנהיגים זענען אלץ געווען מענטשן וואס האבן ליעב געהאט אטענשן און קאנטראל און לאזן הערן זייערע מיינונגען, די זוהר הקדוש וואס איז מינימום א 750 יאר אלט באקלאגט זיך שוין אז די מנהיגים פונעם דור זענען די ערב רב ווייל זיי זענען נאר דא צו בויען זייער נאמען (חלק א דף כה.) יא, דער בעש״ט האט איבערגעלאזט אפאר תלמידים און תלמידי תלמידים וואס האבן געמיינט אז ס׳איז אן עולם התיקון און פרובירט איבערצואווארפן די מנהיגים מארקעט, ס׳דורכגעגאנגען אפאר יאר און די מארקעט איז דורך א correction און מ׳איז צוריק צו אלף ביז צום נעקסטן רעוואלוציע. מהפכה הולך ומהפכה בא and the crap is here to stay.
נאך אלעמען שטעלן די רביס צו גאנץ פיינע סערוויסעס, זיי שטעלן צו בעיביסיטינג פאר די קינדער פון די צוויי יאר ביז׳ן חתונה, א געשמאקע קרעמל וואו צו פארברענגען פון די חתונה ביז מ׳האלט ביים גיין ארבעטן, זיי שטעלן צו ענטערטעינמענט יעדן שבת ביינאכט און ל״ג בעומר, וואו צו טאנצן חול המועד סוכות ביינאכט און פורים נאכמיטאג, א.א.וו. און אז ער איז נישט דער תנא קמא וואס דו פאנטאזירסט אז זיין עלטער זיידע איז געווען איז וואס? דשעף בעזאס און בנימין שפירא זענען דען יא דיינע ראול מאדעלס? נאר וואס דען, אז א מענטש שטעלט צו סערוויסעס פון וואס דו ביזט נהנה נעם עס אן, צאל די פרייז וואס ער פארלאנגט דערפאר, געב איהם זיין פארדינטע אטענשן, און זיין פערזענליכע לעבן איז נישט דיין ביזנעס. יא, מ׳קען גאססיפן און בארעדן ווי חברים שמועסן, אבער זיך אויפשטעלן האלטן א דרשה אז דאנעלד טראמפ איז נישט קיין גוטע פרעזידענט ווייל אין בעלזא זענען געווען יושבים (מענטשן וואס די ווייב האט זיי ארויסגעטראסקעט פון שטוב פאר׳ן זיך נישט צושטעלן צום שטוב ווירטשאפט און אנשטאט גיין צו א פסיכאלאג האבן זיי איר געלאזט הענגען און אנטלאפן קיין בעלזא עסן קוגל און פארציילן עובדות פונעם רב און מאכן פון זייער פארשלאכקייט און קראנקע כאראקטער א לכתחילה׳דיגע תורה שלמה) איז נישט גערעדט צום זאך.
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 12:31 am
דורך אישתישבי
מורינו ורבנו האט געשריבן:איך קען ....
.....
עס איז געווען א יאר צייט, וואס מיר האבן געהאט א שטיקל חברותא. באזונדער בענקט זיך מיט די נעכט וואס מיר האבן געלערנט.
זיין חברותא פין קבלה איז נעבעך נפטר געווארען פאר יאר אנהייב קאוויד, גייט אן גיבט זיך אהן, אפשר וועט ער אייך צוריקנעמען פאר א חברותא.
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 12:57 am
דורך צפור בודד
א צעבראכענער זייגער איז אויך אמאל גערעכט.
וועמענס זון איז נאר געווען דער סטוטשינער? און וועמענס זון איז געווען דער בעלזער רבי מיט זיינע "בני עליה" יושבים? און וועמענס זון זענען געוען ר' מאטעלע טשערנאבלער און ר' אהרן טשערנאבלער און ר דוד'ל טאלנא און אזוי גאנצע שרשרות הזהב?
אל תאמר ימים ראשונים היו טובים מאלו...
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 1:49 am
דורך תפארת
דער פוינט איז נישט צו עריז יא אדער נישט גערעכט צו רעדן אקעגן רביס אויף איינמאל אדער צו זיין פוינט איז גערעכט, אבער דאס איז איז זיכער איז ער איז א מאדנע מענטש צו רעדן וועגן דער נושא יעדער ווייסט סייווי דער מצב, במילא וואס ווילסטע יעצט?
אדער איז ער נארישע מענטש אדער איז ער פון די חולי נפש וואס ער זאגט דארט, אדער אזוי ווי כהאב געשריבן אויבן אז ער קען נישט פארשטיין פארוואס ס' דרייען זיך ביי ר בנציון באבובער און ביי ר' ישראל וויזניצער וכו' טויזנטער חסידים יוואס זענען סתם בנעשקלך און זענען גארנישט ווערד (ס' דא דאכטזיך א דרשה ווי ער רעדט אקעגן הלברשטאמס...) און מ'קומט נישט צו איהם וואס ער איז א ריכטיגע סארט רבי
למעשה וועט ער גארנישט אויפטוען אויב ער וויל האבן א נארמאלע עולם זאל ער זיך טוישן די היטל אראפלאזן די הערנע פיאות.. אניוועי יעצט איז שוין סייווי צו שפעט הו לאסט איט.
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 1:49 am
דורך תפארת
-
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 6:24 am
דורך [NAMELESS]
תרמב האט געשריבן:מורינו ורבנו האט געשריבן:איך קען ר' מאטל'ען זייער גוט. ער איז א באזונדערע נפש, מ'דארף אים קענען אפלערנען. איך האב אסאך געשמועסט מיט אים, ער איז א יוצא-דופנ'דיגע נפש און נישט דאס וואס איר הערט, מיינט ער טאקע צו זאגן. מען דארף דן זיין זיינע ווערטער, אזוי ווי א ראשון.
עס איז געווען א יאר צייט, וואס מיר האבן געהאט א שטיקל חברותא. באזונדער בענקט זיך מיט די נעכט וואס מיר האבן געלערנט.
אוי אוי אוי! ווי האט איר זיך אזוי צוטיילט? קוק וואס איז מיט אייך געווארן......... און קוק וואס איז מיט אים געווארן........ איך האב מורא דאס קומט פון גאווה...... רח’’ל........
איז אפשר טאקע מיינט ער גאר דיר אין דעם אויסברוך אויף היינטיגע מנהיגים... אין אמת'ן אריין, אויב וואלט איך געוואויר געווארן אז מיין רבי זיצט אויף קאווע שטיבל וואלט איך אים אפגעלאזט, ווייל דאס ווייזט מיר אז ער איז אינטערסירט אין גאר עפעס אנדערש ווי פראקלאמירן ערליכקייט.
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 6:44 am
דורך אישתישבי
מאך זיכער האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:מורינו ורבנו האט געשריבן:איך קען ר' מאטל'ען זייער גוט. ער איז א באזונדערע נפש, מ'דארף אים קענען אפלערנען. איך האב אסאך געשמועסט מיט אים, ער איז א יוצא-דופנ'דיגע נפש און נישט דאס וואס איר הערט, מיינט ער טאקע צו זאגן. מען דארף דן זיין זיינע ווערטער, אזוי ווי א ראשון.
עס איז געווען א יאר צייט, וואס מיר האבן געהאט א שטיקל חברותא. באזונדער בענקט זיך מיט די נעכט וואס מיר האבן געלערנט.
אוי אוי אוי! ווי האט איר זיך אזוי צוטיילט? קוק וואס איז מיט אייך געווארן......... און קוק וואס איז מיט אים געווארן........ איך האב מורא דאס קומט פון גאווה...... רח’’ל........
איז אפשר טאקע מיינט ער גאר דיר אין דעם אויסברוך אויף היינטיגע מנהיגים... אין אמת'ן אריין, אויב וואלט איך געוואויר געווארן אז מיין רבי זיצט אויף קאווע שטיבל וואלט איך אים אפגעלאזט, ווייל דאס ווייזט מיר אז ער איז אינטערסירט אין גאר עפעס אנדערש ווי פראקלאמירן ערליכקייט.
נקוט מיהא חדא. די ביסט דא צו פראקלימירען עפעס אנדרעש פין ערליכקייט. איז ביטע דערלייכט אונזערע אויגן, וואס ביסטו דא צו פראקלימירען?
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 7:20 am
דורך [NAMELESS]
נישט דאס זעלביגע ווי דאס וואס מיין רבי וואלט ווען געוואלט פראקלאמירן דא.
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 11:35 am
דורך ישעיה
לכאורה מיינט ר' מאטל (אויך?) דער בעלזער רבי פון היינט, נישט אזוי?
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 1:30 pm
דורך תורה ומדע
ענדליך רעדט עמיצער דברי אמת.
רבי מאטל איז לענ"ד א הונדערט פראצענט גערעכט. ס'געפינען זיך היינט מנהיגים פון גאר גרויסע חצירות, סיי אין ארץ ישראל אין סיי אין חוץ לארץ, מיט אלפי אלפים נפשות הונטער זייער פירערשאפט, וואס, פשוטו כמשמעו, דארפן ערענסט גייסטישע הילף. כ'מיין אז יעדער ווייסט פון וועמען ער רעדט.
חוץ מזה, אפילו ביי די מנהיגים וועלכער זענען יא געזונט גייסטיש, זענען דא צווישן זיי אזעלכע וועלכע זענען בלויז בינונים אין לערנען און אין יראת שמים. מהיכי תיתי צו זיין מנהיגי ישראל?
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 1:39 pm
דורך קאך_לעפל
כ'ווייס בלויז איינעם וועם דו מיינסט נישט.
רבי ישכר דוב רוקח שליט''א
כ'קען נישט טראכטן וועם יא...
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 9:35 pm
דורך איך אויך
פשיהא דער (סאטמארער) פארווייטוגטער עולם שיסט דא דברי פקחות איינס נאכען צווייטן.
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך: ס'לאו דוקא דער סאטמארער עולם. דער עולם קען בכלל נישט סובל זיין קיין נארישע רייד. יהיה מי שיהיה. ס'האט קיינער נישט אפגעפרעגט ר' מאטל זילבער'ס צידקות. די שאלה איז נאר געווען איבער דעם פיקחות און אמת אין אזעלכע (נארישע) רייד. במחכת"ה...!
ס'איז פונקט אזוי ווי אז א גוי'אישער פיהרער זאלל זיך אויפשטעללן און זאגן אז אלע אידן זענען שלעכט. גנבים און שווינדלערס. ווייל ס'איז דא עטליכע פון זיי צווישן אידן...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 12:45 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך אויך האט געשריבן:פשיהא דער (סאטמארער) פארווייטוגטער עולם שיסט דא דברי פקחות איינס נאכען צווייטן.
קיינער איז נישט פארווייטאגט ב״ה, אדרבה, דער עולם איז זייער צופרידן אז דער היינטיגער רב זאל מאריך ימים זיין האט באוויזן אויסגעראטן די קראנקע יושבים מענטאליטעט. הגם אנדערע זאגן אז ער האט עס גענומען צו ווייט צום אנדערן עקסטרעם, און איך גיי נישט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פוינט, און פון א פרומע שטאנדפונקט זענען זיי זיכער גערעכט, ס׳איז אבער זיכער בעסער אזוי ווי די אנדערע עקסטרעם.
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 1:23 am
דורך מורינו ורבנו
פון מיין פערספעקטיוו קען איך זאגן. דו וועסט קיינמאל נישט יוצא זיין יעדן איינעם. ער איז געגאנגען צי ווייט, ער האט עס געדארפט נעמען ווייטער... צוויי אידן דריי דעות.
בנוגע ר' מאטיל זעלבסט. קיינער דא פארשטייט אים נישט ריכטיג... ער איז א האקעלער נפש, מען דארף אים קענען אפלערנען צו פארשטיין וואס ער האט געזאגט. איך קען זיין זיכער אז זיינע אנהענגער קוקן אן זיינע ווערטער, אנדערש ווי איר קוקט דאס אן דא.
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 7:27 am
דורך berlbalaguleh
מורינו ורבנו: דו (אויב דיין ניק איז אמת) וואלסט דאך געדארפט צו זיין דער ערשטער מוחה צו זיין אויף זיינע נארישע דברי בלע. ס'האט גארנישט צו טון מיט איהם פערזענליך. ער פארבלייבט ווייטער אן עליכער איד און זייער חשוב אין מיינע אויגן. וויאזוי קענמען אוועקמאכן אלע רבי'ס ובנש"ק מיט איין גרויסן וויש...?!
דער פראבלעם איז. אז אפילו א גרויסער מענטש רעדט אמאל נארישקייטן. און נישט צו דער זאך. אבער מיט דעם ווערט ער נאכנישט אויס גרויסער מענטש. מ'דארף קוקן אויף זיינע אנדערע מעלות...!
איכ'ל דיר ברענגען א משל פון הרב קוק זצ"ל. נישט פון דעם סאטמאר'ן פערספעקטיוו. ס'איז כולי עלמא מודי אז ער איז געווען אן אדם גדול. א גאון עצום. און ירא שמים מרבים. (דאס האביך געהערט פון זיינע שונאים. אפילו זיי האבן עס מודה געווען.). איי ער האט דאך גערעדט זאכן וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. למשל. ער האט אנגערופן די פרייע חברה וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שב"ק. ..."צדיקים וועלכע הייליגן זייערע גופים"...! עמיר נישט אננעמען אז ער האט גערעדט אפיקורסות. נאר אז ער האט גערעדט שטותים והבלים. וואס א יעדער נארמאלער מענטש וואלט געלאכט דערפון. נו, אונז זעמיר נישט מחוייב אנצונעמן די שטותים אלס אן אמת. אבער ער ווערט נאכנישט קיין אפיקורס מיט דעם. אנדערע גדולים האבן אויך פון מאל צו מאל גערעדט שטותים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול מיט דעם...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 9:02 am
דורך שבעים לשון
berlbalaguleh האט געשריבן:מורינו ורבנו: דו (אויב דיין ניק איז אמת) וואלסט דאך געדארפט צו זיין דער ערשטער מוחה צו זיין אויף זיינע נארישע דברי בלע. ס'האט גארנישט צו טון מיט איהם פערזענליך. ער פארבלייבט ווייטער אן עליכער איד און זייער חשוב אין מיינע אויגן. וויאזוי קענמען אוועקמאכן אלע רבי'ס ובנש"ק מיט איין גרויסן וויש...?!
דער פראבלעם איז. אז אפילו א גרויסער מענטש רעדט אמאל נארישקייטן. און נישט צו דער זאך. אבער מיט דעם ווערט ער נאכנישט אויס גרויסער מענטש. מ'דארף קוקן אויף זיינע אנדערע מעלות...!
איכ'ל דיר ברענגען א משל פון הרב קוק זצ"ל. נישט פון דעם סאטמאר'ן פערספעקטיוו. ס'איז כולי עלמא מודי אז ער איז געווען אן אדם גדול. א גאון עצום. און ירא שמים מרבים. (דאס האביך געהערט פון זיינע שונאים. אפילו זיי האבן עס מודה געווען.). איי ער האט דאך גערעדט זאכן וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. למשל. ער האט אנגערופן די פרייע חברה וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שב"ק. ..."צדיקים וועלכע הייליגן זייערע גופים"...! עמיר נישט אננעמען אז ער האט גערעדט אפיקורסות. נאר אז ער האט גערעדט שטותים והבלים. וואס א יעדער נארמאלער מענטש וואלט געלאכט דערפון. נו, אונז זעמיר נישט מחוייב אנצונעמן די שטותים אלס אן אמת. אבער ער ווערט נאכנישט קיין אפיקורס מיט דעם. אנדערע גדולים האבן אויך פון מאל צו מאל גערעדט שטותים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול מיט דעם...!
דער אשכול איז נישט איבער רב קוק, אבער פון דיין געשרייבעכץ זעט אויס אז דו ביזט בכלל נישט באהאוונט מיט די היסטאריע פון רב קוק מיט די גדולי ישראל בשעתו און פארוואס מהאט אים בא'טיטל'ט מיט זיינע טיטלען. (און נישט נאר סאטמאר רב זי"ע). איך האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע אדער צוואה איבער א שנאה צו אים ווצב"ש אידן כלפי די מדינים צרור את המדינים וגו' נאר איך האב אסאך געזען און גענישטערט איבער זיינע מערכות בימים ההם, און די גדולי ישראל בדור ההוא וואס זענען געווען מיט אים בידידות האבן אים גע'פסל'ט מחמת זיינע פסקים און השקפה.
צו שרייבן כולי עלמא מודי, און אזוינע שיינע תוארים און מדמה זיין צו אנדערע צדיקים, קומט פון אומוויסנקייט. נו שוין.
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:11 am
דורך שבעים לשון
דער אשכול האט מיך נייגעריג געמאכט אויסצוהערן דעם דרשה, איך גלייב אז דער דרשה האט נאך אסאך צו זיך ווי די פאר מינוט. מדארף הערן די גאנצע דרשה און יא מדארף צו קענען זיין פערזענליכקייט און געדאנקען גאנג.
אבער איך פארשטיין נישט די אויפברויז וואס מאנכע שרייבער דא האבן אויפגעפלאמט ארום די ווערטער פון הרב זילבער. האט עמיצער א ספק איבער די ליידיגקייט אדער גאר קארופציע אין אלע חסידות אין די היינטיגע יורשים עפאכע? דער צאנזער רב שרייבט שוין אין א תשובה אז אדמורו"ת איז נישט קיין ירושה.
עס האט גענומען אסאך יארן אפילו פונעם הייליגן בעש"ט זי"ע אז קינדער וואס זענען נישט ראוי בכלל צו הנהגה השפעה זאלן יר'ש'נען און ווערן א רבי איבער חסידים און יעדער זאל זיך נעמען זינגען אלה אלהיך ישראל און נאכטאנצען יעדן שגעון אדער השחתה וואס קען מיטקומען מיט דעם.
עס זעט עפעס אויס פון די שרייבער דא אז עמיצער פילט זיך געטראפן א גילטי קאנשענס, אז מרעדט פון זיין רבי . נעמטס נישט פערזענליך די נושא, נעם אן אז דיין רבי איז עקסלאדעד פון הרב זילבער אבער על הכלל כולו יצא ביזטו דאך איינשטימיג אז עס איז נישט מסודר.
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:16 am
דורך רביה''ק זי''ע
שבעים לשון האט געשריבן:דער צאנזער רב שרייבט שוין אין א תשובה אז אדמורו"ת איז נישט קיין ירושה.
ווער האט איבערגענומען צאנזער רב? ווער האט איבערגענומען זיינע קינדער? וויפיל צאנזע אייניקלעך זענען נישט איבערגענומען געווארן דורך זייערע קינדער? דאס איז פונקט די טענה וואס מ׳האט אויף רבי מאטל, פליעז סטאפ קאטטינג דע קרעפ און קוק אריין אין דיין אייגן טעלער.