בלאט 2 פון 5
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 10:58 am
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אפילו ווען די רעדסט וועגן דיין ווייב, פארוואס דארף די גמרא זאגט המכבד אשתו יותר מגופו, נישט המכבד בעלה יותר מגופו? און וואס זאגט יא די גמרא? איזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.
דער אשכול איז נישט געווידמעט צו דן זיין גמרות אויב זיי זענען משפיל פרויען, עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.
דער שאלה איז צו עס איז מעגליך צו טוישען.
א. מיידלעך זאלען באקומען דער זעלבע עדיוקאציע אין גמרא און הלכה ווי בחורים. און בחורים דארפען אויך א תיקון, אבער איך רעד וועגן דער רמה, דער לעוועל, פרויען זאלען קענען פסק'נען אליין הלכה, נישט מען זאל זיי קענען איינרעדן א קאץ אין בויך.
ב. פרויען זאלען האבן דער זעלבע רעכט ווי מענער אין בית המדרש. עס איז נישט צו עקספעקטען אז ביי חרדים זאלן פרויען זיך קענען דרייען צוזאמען מיט מענער, און זיין בעלי תפלה, עס איז דא צופיל הלכה'דיגע פראבלעמען וואס מען דארף עוקר זיין. און פין א פראקטישע שטאנדפונקט גייט עס נישט געשעהן. וואס יא? אפשר זאלען זיי האבן אייגענע מנינים, אייגענע בתי מדרשים ווי זיי וועלען זאגען קדיש ליינען און דאווענען פונקט ווי מענער ַַווי אויך האבן אייגענע פרויען רבנים וואס זאלען באמת קענען לערנען.
ג. הלכות וואס מוזן נישט זיין אמת לגבי פרויען זאל מען עוקר זיין. מענער דיסיידען היינט הלכות לגבי פרויען, און אסאך פין די הלכות האבן נישט קיין מקורות, און זענען געהעריג בל תוסיף. איינמאהל פרויען וועלען קענען לערנען וועלען די הלכות טפילות בטל ווערן אליין. למשל, בורט קאנטראל, שערען האר מיט א ראזיר, ועוד ועוד ועוד.
אישתישבי: בד"כ ביסטו גערעכט. אבער נישט מיט אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט ביניך מסכים. ווייל ס'זענען פארהאן געוויסע הלכה'דיגע צוריקהאלטן. אויב נישט וועללן מיר האבן אזא פנים ווי ראביי אבי ווייס. וועלכער צוברעכט אינגאנצן די אידישע טראדיציע. און אפילו זיין אייגענע (מאדערן ארטאדאקס) רבנ'ישע ארגאניזאציע האט איהם געווארנט אז אויב ער שטעלט זיך נישט אפ מיט צוברעכן די אידישע הלכה/טראדיציע וועללן זיי איהם מוזן אויסשליסן פון זיין א מעמבער אין אן ארטאדאקסישע ארגאניזאציע . (נאר ער וועט פאררעכנט ווערן אלס קאנסערוואטיוו.)...!
ר' בערל
הא גופא רעד איך. ווען איך זוך רעדן וועגן טוישן הלכה ביסטו גערעכט. איך רעד בכלל נישט פין טוישען הלכה.
דוקא בתוך דער פרעימווערק פין הלכה, ווי שטייט אין הלכה אז פרויען טארן נישט מאכן קיין אייגענע מנינים?
ווייטער לערנען, לויט דער טריקענע הלכה טאר מען מיט פרויען גארנישט לערנען, פארוואס לערנט מען מיט זיי אויף א נוסח אז זיי קענען גארנישט יסודות'דיג?
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 1:04 pm
דורך ליב צו וויסן
דערהויבענע איד האט געשריבן:ויש אומרים אז ביידע ווערן אונטערדרוקט.
גערעכט, אסאך אינדיווידועלן ווערן אונטערדריקט און קאנטראלירט ביי אונז. אבער אלס א כלל, ווערן פרויען "פיל מער" קאנטראלירט.
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 2:03 pm
דורך בן נון
ליב צו וויסן האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:ויש אומרים אז ביידע ווערן אונטערדרוקט.
גערעכט, אסאך אינדיווידועלן ווערן אונטערדריקט און קאנטראלירט ביי אונז. אבער אלס א כלל, ווערן פרויען "פיל מער" קאנטראלירט.
די טבע פון פעמינין איז צו בלייבן וויקטעמייזד מיטן קאפ ארופ מה שאין כן א מאן וועט זיך אויפשטעלן פאר זיינע רעכטן
וואס דאס מאכט אז די פרויען זאלן זיין מער קאנטראלירט אבער עס איז לאו דווקא א צווייטע קלאס
און בכלל אז פרויען און אונזע געזעלשאפט האבן א אייגענע לעבן פון פרויען צו פרויען ווי דארט איז א מאן נישט נאר צווייטע קלאס נאר ער עקזעסטירט נישט וכן הדבר בהפוכו א פרוי אין די מענער זייט וועט נישט טרעפן קיין פלאץ ווי זיך באקוועם צומאכן
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 9:41 pm
דורך ליב צו וויסן
בן נון האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:ויש אומרים אז ביידע ווערן אונטערדרוקט.
גערעכט, אסאך אינדיווידועלן ווערן אונטערדריקט און קאנטראלירט ביי אונז. אבער אלס א כלל, ווערן פרויען "פיל מער" קאנטראלירט.
די טבע פון פעמינין איז צו בלייבן וויקטעמייזד מיטן קאפ ארופ מה שאין כן א מאן וועט זיך אויפשטעלן פאר זיינע רעכטן
וואס דאס מאכט אז די פרויען זאלן זיין מער קאנטראלירט אבער עס איז לאו דווקא א צווייטע קלאס
און בכלל אז פרויען און אונזע געזעלשאפט האבן א אייגענע לעבן פון פרויען צו פרויען ווי דארט איז א מאן נישט נאר צווייטע קלאס נאר ער עקזעסטירט נישט וכן הדבר בהפוכו א פרוי אין די מענער זייט וועט נישט טרעפן קיין פלאץ ווי זיך באקוועם צומאכן
די סיבה "פארוואס" זיי ווידערשפעניגן נישט ווייס איך אויך.. דאס נעמט נישט אוועק די מציאות אז מענער רבנים זענען מחליט פאר זיי אן זיך בכלל רעכענען מיט זיי..
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 11:07 am
דורך היכי דמי
ענינא דיומא
א שרעקליכע פארברעך פארגעקומען אין מאנטיסעלא ווען אסיסא האט געמאכט א גרענד אפענינג עיווענט פאר פרויען און געברענגט פרויען זינגער
222.jpeg
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:27 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
געב עס אפאר יאר און די מענער וועלן זיך בעטן מיט תחנונים פאר איקוועל רייט׳ס...
ערענסט גערעדט, דעי גאנצע דיסקאשען דא איז פאר די וואס גלייבן אינעם עוועלאשן טפשות, א איד וואס גלייבט אינעם בורא עולם וואס כולם בכחמה עשית, פארשטייט אז ס׳דא א סיבה אין יעדע באשעפעניש וויאזוי דאס איז באשאפן געווארן, אלעס מיט א תכלית יעדער מיט זיין תפקיד.
אז מ׳וויל זיך מתבונן זיין אין די נפלאות הבריאה קען מען אנפאנגען צו צונעמען די זאך, זען די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס נאר א מאן האט און וואס נאר א פרוי האט און וויאזוי די צוזאמענארבייט ווען יעדע טוט זיין תפקיד ברענגט דעם תכלית פאר ביידע באופן היותר נאה ומתוקן, וד״ל
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:49 pm
דורך ליב צו וויסן
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:געב עס אפאר יאר און די מענער וועלן זיך בעטן מיט תחנונים פאר איקוועל רייט׳ס...
ס'איז שוין א מציאות.
אין די לינקע לאגערן האבן פרויען מער פאקטישע רעכטן ווי מענער (צב"ש Believe ALL women..)
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:51 pm
דורך ליב צו וויסן
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
אז מ׳וויל זיך מתבונן זיין אין די נפלאות הבריאה קען מען אנפאנגען צו צונעמען די זאך, זען די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס נאר א מאן האט און וואס נאר א פרוי האט און וויאזוי די צוזאמענארבייט ווען יעדע טוט זיין תפקיד ברענגט דעם תכלית פאר ביידע באופן היותר נאה ומתוקן, וד״ל
דאס האט קיין שייכות נישט מיט ארויפצווינגען ווילדע איסורים אויף פרויען, פשוט ווייל זיי ווידערשפעניגן נישט.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 1:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ערענסט גערעדט, דעי גאנצע דיסקאשען דא איז פאר די וואס גלייבן אינעם עוועלאשן טפשות, א איד וואס גלייבט אינעם בורא עולם וואס כולם בכחמה עשית, פארשטייט אז ס׳דא א סיבה אין יעדע באשעפעניש וויאזוי דאס איז באשאפן געווארן, אלעס מיט א תכלית יעדער מיט זיין תפקיד.
יאפ, Julia Harrt האט אויך א תכלית און די פארשאלטענע לינקע און רעפארמער אפיקורסים האבן אויך א תפקיד, און זיי פירן עס אויס זייער שיין.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 3:10 pm
דורך בן נון
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ערענסט גערעדט, דעי גאנצע דיסקאשען דא איז פאר די וואס גלייבן אינעם עוועלאשן טפשות, א איד וואס גלייבט אינעם בורא עולם וואס כולם בכחמה עשית, פארשטייט אז ס׳דא א סיבה אין יעדע באשעפעניש וויאזוי דאס איז באשאפן געווארן, אלעס מיט א תכלית יעדער מיט זיין תפקיד.
יאפ, Julia Harrt האט אויך א תכלית און די פארשאלטענע לינקע און רעפארמער אפיקורסים האבן אויך א תפקיד, און זיי פירן עס אויס זייער שיין.
איך ווייס נישט אבער די רביה”ק זי”ע האט נישט געהאלטן פונקט אזוי
און בכלל עס קען זיין אז זיי זענען דא למען הבחירה
אבער צריק צום ענין מיר מענער און פרויען צוגלייך לעבן אין א פארמאכטע אינטערדריקטע סעסייעטי איעדער וואלט געטהען מער זאכן ווען נישט די טעראר פון די קאמיונעטי און עס איז לאו ממש א ענין של צוויטע קלאס
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 5:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בן נון האט געשריבן:און בכלל עס קען זיין אז זיי זענען דא למען הבחירה
וואס ס׳קען זיין ווייס איך אויך, יאך וואלט געזאגט אז חרדים זענען דא למען הבחירה, הה״ד פרעג מיך אפ.
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:41 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ערענסט גערעדט, דעי גאנצע דיסקאשען דא איז פאר די וואס גלייבן אינעם עוועלאשן טפשות, א איד וואס גלייבט אינעם בורא עולם וואס כולם בכחמה עשית, פארשטייט אז ס׳דא א סיבה אין יעדע באשעפעניש וויאזוי דאס איז באשאפן געווארן, אלעס מיט א תכלית יעדער מיט זיין תפקיד.
יאפ, Julia Harrt האט אויך א תכלית און די פארשאלטענע לינקע און רעפארמער אפיקורסים האבן אויך א תפקיד, און זיי פירן עס אויס זייער שיין.
רביה"ק זי"ע: ווייל ס'איז פארהאן בחירה. דאס האט אויך דער בורא עולם באשאפן...!
לויט דארווין וחבריו (להבדיל) איז נישט דא אזא זאך ווי בחירה. נאר אלעס איז עוואלוציע. כל דאלים גבר...! אין פארלויף פון ביליאנען יארן...!
איי וואלט איך געוואלט לעבן מיט א דריי א האלב ביליאן יארן צוריק. ווען אונז זעמיר נאך געווען מאנקיס. מיט שטארקע וויידלעך און אונז האמיר זיך געהאנגען פון די קאקא נאט ביימער אין דזשאנגל.
דו קענסט דיך פארשטעללן וויפיהל פאן דאס איז געווען.
ווען א (יונגל) מאנקי האטציך געשלאגן מיט זיין שוועסטער ווייל ער איז געווען באורד. האט איהם די מאמע (מאנקי) אנגעשריגן..."גיי ארויס אין חצר. הענג דיך אויף די ביימער מיט דיין וויידל....!
אויך. די רבי אין חדר האט געזאגט פאר די יונגלעך (מאנקיס). יעצט איז ריסעס. . ס'איז א שיינע וועטער (אין אפריקע) גייטס הענגטס ענק אויף די ביימער. איך דארף א ביסל מנוחה...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:45 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בן נון האט געשריבן:און בכלל עס קען זיין אז זיי זענען דא למען הבחירה
וואס ס׳קען זיין ווייס איך אויך, יאך וואלט געזאגט אז חרדים זענען דא למען הבחירה, הה״ד פרעג מיך אפ.
רביה"ק זי"ע: נאר נישט די סאקמערער חסידים און די עדה חרדית...לאל...!
נשלח: פרייטאג יולי 30, 2021 2:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
און אז מ׳רעדט שוין... ווען דער נאר איז ווען נישט מיינס וואלט איך ווען געלאכט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 01, 2021 11:58 am
דורך הקטן
בת קול האט געשריבן:גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.)
די גאנצע מהלך אין אסאך שטובער איז אז די מאן איז די קעניג, און אוטאמאטיש איז די פרוי אויף א נידריגערע דרגה.
אדער קענט איר זיך איינהאנדלען דער New York Times best seller
https://The Surrendered Wife.com/Surrendered-Wife-Practical-Finding-Intimacy[left]
A New York Times bestseller, this controversial guide to improving your marriage has transformed thousands of relationships, bringing women romance, harmony, and the intimacy they crave.
Like millions of women, Laura Doyle wanted her marriage to be better. But when she tried to get her husband to be more romantic, helpful, and ambitious, he withdrew—and she was lonely and exhausted from controlling everything. Desperate to be in love with her man again, she decided to stop telling him what to do and how to do it. When Doyle surrendered control, something magical happened. The union she had always dreamed of appeared. The man who had wooed her was back.
The underlying principle of The Surrendered Wife is simple: The control women wield at work and with children must be left at the front door of any marriage. Laura Doyle’s model for matrimony shows women how they can both express their needs and have them met while also respecting their husband’s choices. When they do, they revitalize intimacy.
Compassionate and practical, The Surrendered Wife is a step-by-step guide that teaches women how to:
· Give up unnecessary control and responsibility
· Resist the temptation to criticize, belittle, or dismiss their husbands
· Trust their husbands in every aspect of marriage—from sexual to financial
· And more.
The Surrendered Wife will show you how to transform a lonely marriage into a passionate union
[/left]
נשלח: זונטאג אוגוסט 01, 2021 12:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך גיי דיר נישט חושד זיין פאר׳ן נישט ליינען דעם בוך, ווי דיין שטייגער ווייסטו אליינס אז דו רעדסט שטותים והבלים נאר דו האסט ליעב צו טראללן. די גאנצע געדאנק פון דעם בוך איז אז די פרוי זאל געטרויען דעם מאן אז ער ווייסט אליינס וואס איז גוט פאר איהם פונקט ווי ער געטרויעט איר אז זי ווייסט וואס איז גוט פאר איר און אז זי should surrender איר דראנג צו זיין א מאמע אנשטאט א ווייב, די ווארט surrender מיינט נישט אז זי זאל זיין אונטערטעניג צו איר מאנ׳ס ווילן און החלטות נאר אז זי זאל איהם לאזן האבן פונקט אזא ווארט ווי זי האט. אין דעם ציטאט זאגט זי אז די פרוי זאל געטרויען דעם מאן אז ער ווייסט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיין אייגן געלט פונקט ווי זי ערווארט פון איהם איר צו געטרויען מיט איר געלט, דאס איז פונקט וואס בת קול וויל, און נישט וואס דו ווילסט. bestseller#
נשלח: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 4:40 pm
דורך הקטן
אן אנדער בוך וואס איך האב געליינט איבער דעם:
Circle-Arrow-Spiral-Exploring-Gender-In-Judaismאנדערש וואו די "סערענדערד ווייף" וואס זאגט די ווייב זאל אויף געבען איר אייגן געלט און באנק אקאנט, און וואס נישט, און לאזען דער מאן אליין פירן דער ווערטשאפט, גייט דער בוך נישט אריין און די למעשה און אין פראקטיג אבער די אנדער-לייאינג-טערי איז זייער ענדליך.
דער בוך איז אויך געשריבן דארך א פרוי און ברענגט ארוס זייער שטארק וואו אזוי דער פרוי האט זיך איר אייגענ ראלע און אלע ספערען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
והטרולים יטרוללו
נשלח: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 7:20 pm
דורך אישתישבי
ליב צו וויסן האט געשריבן:בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
אז מ׳וויל זיך מתבונן זיין אין די נפלאות הבריאה קען מען אנפאנגען צו צונעמען די זאך, זען די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס נאר א מאן האט און וואס נאר א פרוי האט און וויאזוי די צוזאמענארבייט ווען יעדע טוט זיין תפקיד ברענגט דעם תכלית פאר ביידע באופן היותר נאה ומתוקן, וד״ל
דאס האט קיין שייכות נישט מיט ארויפצווינגען ווילדע איסורים אויף פרויען, פשוט ווייל זיי ווידערשפעניגן נישט.
וואס איז דאס דער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פין תפקיד, נפלאות הבריאה איז אז שווארצע זאלען זיין קנעכט, און אז פרויען זאלען זיין אונטערדרוקט פין די מענער. ווער האט אויסגעלערנט אזעלכע שטותים?
א פרוי איז נישט מחוייב צו פאפען בעיביס יעדעס צוויי יאר, און מען רעדט איין די פרויען אז זיי זענען מחויב, און אפילו אויב א מאן וויל נישט מער, געבן פרויען א הארד טיים, מיט סיי וועלכע אופן, שטופען אפ מקוה מיט'ן אויסרייד פין שאלות, און האלטען צוריק מענער פין **** ווייל דאס איז מער אויסגעהאלטען פין טוהן פעולות אויף בורט קאנטראל. און די גאנצע הלכה הייבט זיך הערשט נישט אהן!! איז דאס עפעס ווייניגער ווי צווייטע קלאס? נפלאות הבריאה רופט מען דאס. אפשר איז עס דריטע קלאס.
און בכלל, א פרוי וואס מוטשעט זיך מיט א מאן א טרענק, טאמער האט זי נישט א טאטע אדער א ברודער א גבר אלים, קען זי פארגעסן פין יושר. רבנים העלפען נישט, עסקנים פראבירן, אבער פארפאלען, זיי בלייבט א רחמנות, צוליב דעם וואס אפאר אלטע רבנים ווילען נישט גארנישט טוהן מתקן צו זיין דער גט הלכה וואס איז היינטיגע צייטען מער נישט ריכטיג. רבינו גרשום האט געקענט טוישען, אבער די היינטיגע פוילע טריקענע אכזריות'דיגע רבנים קענען נישט. און זיי זענען נישט צווייטע קלאס?
דריי נישט אין קאפ מיט נפלאות הבריאה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 9:34 pm
דורך סעגאל
איך ווייס נישט רוב היימישע פרויען זענע נישט אינטערסירט צי ארבייטן אין ווילן ענדערש קער נעמען פין זייערע קינדער.
אגב א חבר האט זיך אמאל אפגערעדט אויף פארקערטע דיסקרימינאציע פארוואס ווען זיין ווייב איז אינדערהיים מיט די קינדער זאגט זי אז זי איז מיט אירע קינדער אין ווען דער מאן טיט עס בעיביסיט ער נאר. הלמאי מען קען מיינען עס איז נישט זיינע קינדער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 11:08 pm
דורך אישתישבי
הא גופא רעדט מען, מען ציט זי אויף צו זיין מאשינען צו פראדוצירן בעיביס, מאי האי?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 11:48 pm
דורך הקטן
טייל מענער ווערן אויפגעצויגן צי זיין מאשינען צי פראדוצירן געלט געלט געלט, מאי האי?
אויב איינער איז מחשיב אסך געלט איז דאס ביי אים א נארמאלע זאך און אזוי קימט דאס, דאס הייסט סוקסעס...
זיינע קינדער ווערן אויפגעצויגן און מען רעדט זיי איין, זיך מקריב צי זיין פאר געלט און כבוד
זיי וועלן נישט וועלן ברענגען פרישע לעבן אויף דער וועלט נאר האבן 1.4 קינדער אלס פאר געלט
אנדערע זענען מער מחשיב קינדער!!! און זען דאס פאר זייער גרעסטע הצלחה אין לעבן...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 12:22 am
דורך הקטן
[center]Surrendering the financial control is essential for intimacy even if[/center]
[left]• You’ve maintained separate accounts for years and it’s working just fine
• You make more money than he does.
• You fear he’ll bounce checks, or spend unwisely.
• You think you’ll have less money for yourself
.If you’re thinking it’s about time you threw out this book right about now, take a deep breath and keep reading. If you’re afraid of feeling powerless over your own hard-earned income, keep in mind that control is not the same as power.[/left]
THE SURRENDERED WIFE
New York Times best seller
זי האלט זייער שטארק כדי צי האבן ריכטיגע ליבשאפט פעלט אויס די פרוי זאל זיך אינגאנצען איבערגעבן פארן מאן און זיך לאזן פירען פין אים פאלי,
אויפגעבן אינגאמצען
איר אייגען געלט און איר באנק אקאנט פארן מאן, און בכלל נישט פירען קיין געלט ווערטשאפט און שטוב דאס איז אויך און דעם פאל ווען זי איז דער עיקר געלט פארדינער!!!
חאטש לויט די היינטיגע "אויפגעקלערטע" מושגים זעט דאס אויס זייער קאנטער-אינטאעטיוו, די פאקט איז אבער, THE SURRENDERED WIFE איז היינט א
פרויען וועלט מאוומענט מיט אסך followers איבער די וועלט
(אינזער שרייבערלעך דא זענען פשוט נאך אביסל ביהיינד די קארוו) זעט אויס זי האט געשלאגן א קארד וואס ליגט
באמת ביים פרוי טיף אין נפש, באהאלטן דארט דארך איר דיזיינער...
aish.com
בת קול האט געשריבן:גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.)
די גאנצע מהלך אין אסאך שטובער איז אז די מאן איז די קעניג, און אוטאמאטיש איז די פרוי אויף א נידריגערע דרגה.