בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 1:28 pm
דורך אישתישבי
בן נון האט געשריבן:לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?
אין די ערשטע צייטן פין מאוויס איז געווען מאוויס חוזק צו מאכן פין פרומע אידן, געמאכט דורך פרייע אידן, דארט פלעגן זיי דאס זאגן.
מיט דעם אלעם בין איך זעלבסט מסופק אויב איז נישט דא קיין אמת צו דעם. איינער ווייסט וואס מען טוט אין גער? וואס מען ברויך בלייבן אנגעטוהן מיט? אויב איז עס נישט א ליילעך מיט א לאך איז עס סתם בגדים.
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 2:06 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
berlbalaguleh האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:בן נון האט געשריבן:לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?
דאכצעמער דער פירוש הרא"ש אין נדרים דף מ’ זאגט "דוגמת דרך סדין"
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 7548273670כ’בין כמעט זיכער אז עס מיינט נישט דאס
שמחה'לע קאפשטיק: ייש"כ. זייער אינטרעסאנטע (בלעטער) גמרא... הלוואי וואלט מען אין ישיבות געלערנט (בגדול) מס' נדרים...!
כ’געדענק ווען איך האב געלערנט מס’ נדרים אין ישיבה און מען האט איבערגעהיפט דעם עמוד שטייצעך אז איך האב עס געלערנט אליין בעיון...
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 2:07 pm
דורך yn.NY
אישתישבי האט געשריבן:בן נון האט געשריבן:לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?
אין די ערשטע צייטן פין מאוויס איז געווען מאוויס חוזק צו מאכן פין פרומע אידן, געמאכט דורך פרייע אידן, דארט פלעגן זיי דאס זאגן.
מיט דעם אלעם בין איך זעלבסט מסופק אויב איז נישט דא קיין אמת צו דעם. איינער ווייסט וואס מען טוט אין גער?
וואס מען ברויך בלייבן אנגעטוהן מיט? אויב איז עס נישט א ליילעך מיט א לאך איז עס סתם בגדים.
ווייס איך נישט וואס מ'טוט אין גור. וואס כ'ווייס איז אז מיין גמרא זאגט (כתובת מח.):
"אמר רב הונא האומר אי אפשי אלא אני בבגדי והיא בבגדה, יוציא ונותן כתובה"
און אזוי ווערט געפסק'נט אין שו"ע
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A9%D ... 7%99%D7%92
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 2:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זייט ווען פסק׳נען חסידים פון גמרא ארויס?? אין גור זיצט מען אויך אין סוכה שמיני עצרת?!
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 3:46 pm
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זייט ווען פסק׳נען חסידים פון גמרא ארויס?? אין גור זיצט מען אויך אין סוכה שמיני עצרת?!
זאגסט גוט.
אבער נאך מער, זייט ווען פסק'נט מען פין שולחן ערוך?
איך האב אויך געהערט פין חברים וואס קומען פין פרומע עלטערע אונגארישע חאניאקישע חסידים אז זיי האבן געהערט פין דער טאטע אז מען ברויך בלייבן אנגעטוהן וויפיל מען קען.
איך קען נישט וועריפייען אזעלכע זאכן.
דער שאלה איז, למשל ר' מאטעל סטיטשין'ר, וואס זאגט ער פאר זיין אינערליכע סערקעל? ווען ער רעדט אז עס דארף זיין כאילו כפאו שד, מיילא, שטייט דאך, אבער זאגט ער נישט אז מען דארף ממעט זיין דער הנאה וואס מער? איך וואלט נישט געבעט קעגן דעם.
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:25 pm
דורך מפיל קינד
אישתישבי האט געשריבן:איינער ווייסט וואס מען טוט אין גער? וואס מען ברויך בלייבן אנגעטוהן מיט? אויב איז עס נישט א ליילעך מיט א לאך איז עס סתם בגדים.
וואס מ'טוט אין גור? קוים וואס מ'טוט עס בכלל...
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:35 pm
דורך טיכטיגער
בן נון האט געשריבן:אין די נישט אידישע וועלט איז דא אסאך זאכן וואס זיי ווייסן וועגן אידן
עס איז היינט א אפענע וועלט עס איז די אזאלעכע כלים ווי וויקיפידיע גוגל וכו’ אבער ווי נישט ווי איז די אינפארמאציע נאר פאר ווער עס זיכט עס
אויב איינער איז איטערעסירט צו פארשטיין די קאלטור פון אידישקייט האט ער ווי צו קוקן אויך זענען דא אזאלעכע סייטס ווי אש התורה וואס האט גוטע אינפארמאציע מיט א גוטע קוואליטעט דריבער א מענטש וואס וויל האבן א בליק פון די נאנט אויף אידן און אידישקייט זענען די טוערן פון חכמה אפן פאר עים
אבער די מציאות פאטשט אין פנים אז היינטיג צייטן 2021 קען מען נאך הערן פון כל מיני איינרעדענישן וואס עס איז דא אין די אלגעמיינער גאס איבער אידן
טייל פון זיי זענען לאו דווקא אנטי סעמיטן און אסאך פון די איינרעדענישן זענען אויך נישט קיין האסליכע נאר זיי האבן אזוי געהערט אלטס קינד פון זיין לערער אין שולע און זיי גלייבן עס
איך האב געמאכט דעם אשכול אז דער עולם זאל האבן א פלאץ אויסצושמיסן די איינרעדענישן און בעיקור פון ווי זיי קומען וואס האט געמאכט די אלגעמיינער וועלט אזוי מיינען און אזוי אנקוקן דעם איד
קענסט עס פרעגן בכלליות, פארוואס גלייבן מיליאנען מענטשן קאנסיפיראציעס, ווער האט נאר דאס מינדסטע צוטריט צו אינטערנעט קען אויך שנעל דערגיין אז ס'איז פאלש.
פאר דיר איז מאדנע וועגן הערנער און ליילעכער, פאר אנדערע וואונדערט וועגן קענעדי, 9-11 און וואקסינען, וכהנה וכהנה
נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:00 pm
דורך חתן בחור
צוואנציג יאר ארום וועט איינער ארויסקומען מיט אן ״איינרעדעניש״ אז יודישע מיידלען שלאפן מיט די פוס אין זעק ביינאכט. קיינער וועט נישט וויסען פון ווי דאס קומט, אבער אונז ווייס מיר נאך.
נשלח: פרייטאג יולי 30, 2021 4:34 pm
דורך berlbalaguleh
חתן בחור: נאר ביי לב טהור. נו, זיי זענען דאך א פאררוקטע קולט...!
נשלח: פרייטאג יולי 30, 2021 4:49 pm
דורך דערהויבענע איד
בד"וו איך ביז די חתונה בין געווען זיכער אז די ליילעך איז אמת...נישט ווייל איך קען עס פון די גאס נאר פשוט עס מאכט אזוי סענס פאר אונזער סעסייעטי...
פערזענליך האלט איך נישט אז ס'איז אזא געפערליכע זאך, ס'דא גענוג און נאך זאכן - למשל הוז"ל - וואס פארן גוי זעט עס אויס אסאך ערגער..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 10:43 am
דורך סעגאל
בן נון האט געשריבן:לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?
גראדע האט דאס אויך א מקור.
רושלמי יבמות א: בראשית רבה פפ"ה אות ה' ר' יוסי יבם אשת אחיו וחמש בעילות בעל
ודרך סדין בעל.
וכתבי המפרשים 1) משום צניעות 2) שלא יהנה מגופה.
נאר אזויווי די פסוק כי קרן אור פני משה וואס מען האט געטראפען איין פסוק אין געמאכט א צד השוה פאר אלע אידן.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 4:13 pm
דורך berlbalaguleh
ס'דא א פארקערטע גמרא אין מס' כתובות..." הוא בבגדו והיא בבגדה, יוציא ויתן כתובה...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:16 am
דורך סעגאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'דא א פארקערטע גמרא אין מס' כתובות..." הוא בבגדו והיא בבגדה, יוציא ויתן כתובה...!
קען מען טאקע פארענטפערן די קשיא היתכן ער האט נישט מקיים געווען מצות עונה נאר טאקע נאך 5 מאל האטער זיך געגט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:25 am
דורך נפה
קוק אריין אין
תוספות דארט אויפן פלאץ וועסטו זען אז די פרויען זענען געווען יבמות וואס ער האט נאר מקיים געווען די מצות יבום מיט זיי
ער האט זיך טאקע גע׳גט איינמאל ווייל ער איז אריינגעפאלן מיט א שלעכטע ווייב (זיין ניס)