בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 10:40 pm
דורך הקטן
איך מיין די גאנצע שמוס דא איז א שטורעם אין א גלעזעל וואסער

מענטשן זענען געוווינט צי פרעגן, ווען עפעס גייט נישט גוט "וואס וויל דער באשעפער פין מיר?" עפעס איז מען מיר דא מרמז...
(ס'איז ריכטיג אזוי צי פרעגן כמבאור ברמב"ם, דאס נישט צי פרעגן איז מדות אכזריות )

הרב מערמלשטיין און א דרשה (ואין משיבין על הדרש) האט מעורר געווען אז א איד דארף זיך כסדר פרעגן:
וואס וויל דער באשעפער פון מיר?!?
וואס זיך איך דא אויף דער וועלט?!?...
מה ה' אלוקיך שואל מעמך...

פארוואס פרעגן מיר עס נישט ווען ער גיט אונז אלע גוטע זאכן אין לעבן, בני חיי ומזוני, געזונט, נחת און הרחבת הדעת – פארוואס פרעגן מיר נישט דעמאלט, וואס וויל דער באשעפער פון מיר?
פארוואס ווען אלעס גייט גוט פארגעסט מען זיך צי פרעגן וואס איז תכלית האדם בעולמו
פארוואס דארפן מיר ווארטען דאס צי פרעגן ווען מען דארף שוין ווינקען פין הימעל

"וואס וויל דער באשעפער פון מיר?"
מיז נישט מיינען אז דער אייבישטער איז מיר עפעס ספעציעל מרמז מיט געבן גוט.
פארקעט, צדיקים האבן אנגענימען ס'איז א מתנת חינם און האט נישט מיט מיר...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 11:11 pm
דורך מי אני
לבי ובשרי האט געשריבן:[tag]העניך[/tag], וואס איז דער ענין פון דאנקען גאט יעדן טאג פוקח עורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים וכו'?

ווי געשריבן אויבן איז דא א חילוק פון דאנקן אויף א טובה (וואס דאס איז מצידך) און דאס אז דער וואס געבט דיר די טובה טוהט דאס ווייל ער וויל דיין דאנק (וואס דאס איז מצידו). הקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים דארף טאקע א ביאור.

מ'קען טאקע פרעגן פונעם ציטירטען תוס' יו"ט אז אויב איז די טובה הדין נותן ליתן, דאן פארוואס טאקע דארף מען דאנקן? הגם ער אליין זאגט דאס אין די קאנטעקסט פון ברכת המזון וואס איז אויך א הודאה. און די געדאנק איז אז פשוט'ע הכרת הטוב איז אלעמאל ריכטיג, אפילו ווען די טובה קומט זיך.

Re: וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 04, 2021 12:33 am
דורך תוהו ובוהו
לבי ובשרי האט געשריבן:[tag]העניך[/tag], וואס איז דער ענין פון דאנקען גאט יעדן טאג פוקח עורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים וכו'?
הא גופא לויבט מען
פונקט ווי מ'זאגט אז גאט איז גערעכט און נישט אומגערעכט, זאגט מען אז גאט איז א גוטער און נישט קיין שלעכטער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 04, 2021 3:15 pm
דורך cictim
אישתישבי האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:https://youtu.be/qCis95KMZ9k

איך האב הנאה פין דער חסיד וואס פרעגט אים טאף שאלות.

אויב א מצוה מאכט נענטער, וואס פעלט אויס דער בחירה? זאל ער געבען צו מאכען מצוות און פארטיג. און ער קראצט אהין און אהער.

דער בחור'ל וואס פרעגט שלא מן הענין וועגן בחירה נאכאמאל און נכאמאל - האט ער עם געענטפערט בקיצור נמרץ - ער האט אסאך שיעורים אויף די נושא - געב א סירטש free choice.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 04, 2021 3:33 pm
דורך לבי ובשרי
מי אני האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:[tag]העניך[/tag], וואס איז דער ענין פון דאנקען גאט יעדן טאג פוקח עורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים וכו'?

ווי געשריבן אויבן איז דא א חילוק פון דאנקן אויף א טובה (וואס דאס איז מצידך) און דאס אז דער וואס געבט דיר די טובה טוהט דאס ווייל ער וויל דיין דאנק (וואס דאס איז מצידו). הקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים דארף טאקע א ביאור.

מ'קען טאקע פרעגן פונעם ציטירטען תוס' יו"ט אז אויב איז די טובה הדין נותן ליתן, דאן פארוואס טאקע דארף מען דאנקן? הגם ער אליין זאגט דאס אין די קאנטעקסט פון ברכת המזון וואס איז אויך א הודאה. און די געדאנק איז אז פשוט'ע הכרת הטוב איז אלעמאל ריכטיג, אפילו ווען די טובה קומט זיך.

ריכטיג. דער פשוט'ער ענטפער איז לכאורה אלס הכרת הטוב. ווען איינער טוט א טובה דאנקט מען אים. נישט קיין חילוק צי יענער קומט דיר דעם טובה אדער נישט. סאו אפילו דער באשעפער טוט גוטס פשוט ווייל ס'איז גוט צו טון גוטס איז נאך הכרת הטוב רעלעוואנט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 10:42 am
דורך מי אני
עובדיה האט געשריבן:כעין די נקודה פון הרב העניך לערנט די רמב"ן אין ספר שער הגמול בדעת הרמב"ם.
ויראה מדברי הרב ז"ל שלא הוקשה בעיניו דבר ברשע וטוב לו, כי הוא מחסד הקב"ה יתברך שמו, אבל עיקר הספק בצדיק ורע לו.

דער ר״ן ממרסיי זאגט אויך ענליך אין זיין מעשה נסים (פי״ג).

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 11:09 am
דורך הקטן
המשפיע הרה"ג ר' שלמה ערליך בישבת כוכבי אור
אדרעסירט פרעגן why me?!? ווען ס'גייט גיט
אלץ עצה טובה צי לעבן א געשמאקערע פריילעכע לעבן

Re: וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 12:14 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מאך זיכער האט געשריבן:עס איז דאך באקאנט אז דער רבש"ע איז דער מקור הטוב און ער וויל נאר מטיב זיין מיט די בריות, אבער כדי אז עס זאל נישט זיין קיין נהמא דכסיפי בעט ער אין אויסטויש מעשים טובים פון די מענטשן אויף דער וועלט.
וואס?? און כאילו מיט די מעשים טובים איז עס מער נישט קיין נהמי דכיסופי?! זיין שכר וואס ער גייט אונז באצאלן פאר אונזערע מעשים טובים זענען פיל גרעסער און נצחיות'דיג לגבי אונזער מעשים טובים, ניטאמאל א פארגלייך דערצו. נאר וואס דען? גאט ברוך הוא מאכט אז דאמאלטס זאלן מיר זיך נישט שעמען צו נעמען פון עם.
במילא דער זעלבער גאט וואס האט עס געמאכט אויף אזא אויפן קען עס אויך מאכן אויף אזא אויפן אז אן די מעשים טובים וואס מיר קליינע מענטשלעך טוען אלס אן אויסטויש זאל פונקט אזוי נישט זיין "נהמא דכיסופי" אן סיי וועלכע אויסטויש! ער קען אלעס! ער ווערט נישט גרעסער און נישט קלענער דורך אונזערע מעשים טובים.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 12:17 pm
דורך הקטן
העניך האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:המשפיע הרה"ג ר' שלמה ערליך בישבת כוכבי אור
אדרעסירט פרעגן why me?!? ווען ס'גייט גיט
אלץ עצה טובה צי לעבן א געשמאקערע פריילעכע לעבן

כ'זע נישט אז ער זאל פארענטפערן די פראגע פון דעם אשכול. פארקערט, ער מאכט עס נאר שווערער. [פארוואס זאגסטו אזוי, וואס איז מער שווער?]

ס'דא מער וואו איין סיבה צי פרעגן א שאלה:
איינס איז עקיארעסי - למען האמת - why me?!? (וואו ער איז מסביר איז דאס בעצם א רילעגעזע סארט שאלה)
די צווייטע סיבה פין פרעגן זיך א שאלה איז מער כדי די שאלה זאל דיך ברענגען צי א גיטער פלאץ... (ס'איז נישט אזוי ווייט נוגע די פילעזאפיע דערפין, וואס נישט איך און דו ווייסן באמת)

און זיין בוך https://www.amazon.com/Flourish-Visionary-Understanding-Happiness-Well-being ברענגט סעליגמאן ארויס זייער שטראק די חשיבות פין באמערקען און זיך מאכן aware וואס גייט מיר גיט און לעבן און האבן פאר דעם גרעטעטאט...

ביי וועם די סיבה פין "לעבן" איז סך הכול דאס; "לעבן", וואלט זיך אפגעשטעלט דארט, לעבן איז (ב"ה) גיט
ביי וועם די סיבה פין לעבן איז אסך מער פין דעם, און האט א טרענסענדינג העכערע מטרה פארן לעבן זעלבסט, פרעגט זיך ווייטער וואס איז די סיבה און ואס וויל מען פין מיר ווען זאכן זענען אזוי גיט ...
ואם אתה עושה כן, אשריך בעולם הזה...

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:12 pm
דורך וואלווי
העניך האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:עס איז דאך באקאנט אז דער רבש"ע איז דער מקור הטוב און ער וויל נאר מטיב זיין מיט די בריות, אבער כדי אז עס זאל נישט זיין קיין נהמא דכסיפי בעט ער אין אויסטויש מעשים טובים פון די מענטשן אויף דער וועלט.
וואס?? און כאילו מיט די מעשים טובים איז עס מער נישט קיין נהמי דכיסופי?! זיין שכר וואס ער גייט אונז באצאלן פאר אונזערע מעשים טובים זענען פיל גרעסער און נצחיות'דיג לגבי אונזער מעשים טובים, ניטאמאל א פארגלייך דערצו. נאר וואס דען? גאט ברוך הוא מאכט אז דאמאלטס זאלן מיר זיך נישט שעמען צו נעמען פון עם.

איך פארשטיי נישט דעם גאנצן ענין פון נהמא דכיסופא. פארוואס זאל איך מיך שעמען צו נעמען שכר פונעם אויבערשטן? איך בין דאך א פשוט'ער מענטש און דער באשעפער איז א כל יכול. ווען איך נעם ד' מינים פאר סוכות האב איך אריינגעלייגט אין דעם א ביליאן מאל מער כוח, פלאג און מי, ווי דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט צו באשאפן אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט. איז פארוואס זאל איך מיך שעמען צו נעמען דעם שכר וואס ער גיט מיר?

די כוונה פון נהמא דכסופא איז די ספעציעלע גוטע געפיל פון פארדינטע ברויט וואס מ'האט געארבייט דערויף פונקט ווי אן ארבעטארער פילט גוט סוף וואך. כידוע.

טאקע דאס געשעהט מיט די ד' מינים. די באלוינונג פאר פלאג פילט זייער גוט לאחר המעשה.

אבער די קשיא בלייבט. אז באשעפער איז כל יכול, זאל זיין די גוטע טעם אפי' אן בושות. ווען עלטערן פארזארגן א קליין קינד איז אויך דא בושות?

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:46 pm
דורך מי אני
מ׳וואלט געקענט פאזיטירן אז די געדאנק איז אז, כעין מה שכתבתי לעיל, מצידינו פארשטיי׳מיר די סיבה בבריאת העולם מכח אז עס זאל נישט זיין קיין נהמא דכיסופא. וואס מ׳קען אבער פרעגן איז אז פארוואס האט מען דאס אזוי באשאפען מעיקרא אז אונז זאלן מיר דאס פילן וממילא איז/ווערט דאס דאן די טעם פאר טאקע אט די בריאה? אבער מ׳קען זאגן אז דאס איז שוין א נמנע פאר א בריאה מחומר. וממילא אז עס איז דא א בריאה מחומר איז אטאמאטיש דא א געפיל דערין פאר סענטשיענט בּיִאיִנגס בתוכו פון נהמא דכיסופא, איז צוזאמען דערמיט באותו רגע איז דאס די טעם פאר אט די בריאה. (מ׳קען זיך אפשר שטעלן אז א/די טעם וואלט געדארפט זיין גענצליך אנטעריער דערצו; דא איז עס ממש קאָם האַק.)

Re: וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:51 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
העניך האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:עס איז דאך באקאנט אז דער רבש"ע איז דער מקור הטוב און ער וויל נאר מטיב זיין מיט די בריות, אבער כדי אז עס זאל נישט זיין קיין נהמא דכסיפי בעט ער אין אויסטויש מעשים טובים פון די מענטשן אויף דער וועלט.
וואס?? און כאילו מיט די מעשים טובים איז עס מער נישט קיין נהמי דכיסופי?! זיין שכר וואס ער גייט אונז באצאלן פאר אונזערע מעשים טובים זענען פיל גרעסער און נצחיות'דיג לגבי אונזער מעשים טובים, ניטאמאל א פארגלייך דערצו. נאר וואס דען? גאט ברוך הוא מאכט אז דאמאלטס זאלן מיר זיך נישט שעמען צו נעמען פון עם.

איך פארשטיי נישט דעם גאנצן ענין פון נהמא דכיסופא. פארוואס זאל איך מיך שעמען צו נעמען שכר פונעם אויבערשטן? איך בין דאך א פשוט'ער מענטש און דער באשעפער איז א כל יכול. ווען איך נעם ד' מינים פאר סוכות האב איך אריינגעלייגט אין דעם א ביליאן מאל מער כוח, פלאג און מי, ווי דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט צו באשאפן אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט. איז פארוואס זאל איך מיך שעמען צו נעמען דעם שכר וואס ער גיט מיר?
מיין רבי אין חדר פלעגט מיר ענטפערן אויף אזעלכע קשיות, ביז דארט פארשטייסטו שוין אלעס[emoji28]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:58 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
בנוגע נהמי דכיסופי טראכטיך אזוי,
למשל, קומט אריין א ליטפישן בחור צום טיש פון א גרויסן רבי שליט״א, נייגעריג צו זען וויזוי ס׳גייט צו א חסידיש טיש, אבער דער מאגען גרידזשעט אים ער איז אויסגעהינגערט ביז גאר, קוקט ער זיך אים ווי מ׳קען טרעפן עפעס א לייטיש מאכל צו שטילן דאס הינגער....
דער רבי שליט״א האט דאס באמערקט און ער הייבט זיך אויף פונעם כסא מלוכה ער שטעלט צאם א געשמאקן פארציע פונעם אויבן-אן און גייט דערמיט אריין צווישן עולם גייט צו צום בחור און דערלאנגטעס אים!

בבבבושות!! נישט אזוי?

איידער איך גיי צום נמשל, ווער קען מיר מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס דער בושה (פונעם רבי׳ן, נישט פונעם עולם - לאמיר זאגן באופן אז קיינער האט נישט באמערקט) איז אזוי גרויס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:44 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איה״נ אז ביי דיין משל אין אפריקע איז נישט אזא בושה צו נעמען (און דעריבער איז א בושה פארן נותן אויב מ׳מאכט א מצב דערפון) משא״כ ביים טיש איז יא גרויס בושות צו נעמען. פארוואס?

Re: וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
העניך האט געשריבן:איך האב א פארקערטע פראגע, מ'זאגט אז פאר'ן מקבל איז נהמא דכיסופא ווען ער פילט אז ער איז נישט ראוי מקבל צו זיין. לאמיר רעדן פונעם נותן.

שטעל דיך פאר אז דו גייסט קיין אפריקע, און דו זעסט גאר נעבעכדיגע ארימע מענטשן וואס האבן קוים ברויט און וואסער, און נאך ביטער שווערע ארבעט פארדינען זיי איין דאלאר א וואך. דו גייסט צו אזא מענטש, און דו גיסט אים א פינעווער. דער מענטש ווערט גערירט אזש ביז טרערן, ער לויבט דיך, דאנקט דיך, בוקט זיך פאר דיר, מאכט צערעמאניעס און טענץ לכבודך, ווייזט אלע זיינע חברים ווער דו ביסט, דער געוואלדיגער מציל ומושיע.

כ'ווייס נישט וועגן דיר, אבער איך וואלט געשפירט א מורא'דיגע בושה. ס'קומט מיר נישט. איה"נ דער פינעווער מיינט אסאך פאר אים, אבער פאר מיר איז עס א נארישער פינעווער, כ'שפיר בכלל נישט אז ס'איז ארויס פון מיין בערזל, און כ'האב עס פארדינט אין א קורצע צייט, ס'מיינט גארנישט פאר מיר. דער כבוד און לויב וואס איך באקום איז נהמא דכיסופא פאר מיר, פאר'ן נותן!

יעצט וויאזוי דארף דער רבוש"ע שפירן ווען ער גיט פאר מענטשן כל טוב וואס קאסט אים גארנישט, קיין שום צייט און מי, קיין שום מחשבה און פלאג, און די נעבעכדיגע מענטשן פאלן אים צו דיר פיס און הערן אים נישט אויף צו דאנקען. איז עס נישט נהמא דכיסופא פאר'ן אויבערשטן? טראכט ער נישט צו זיך, "ס'קומט מיר נישט, כ'האב דאך גארנישט געטון פאר זיי, ס'האט מיר גארנישט געקאסט. כ'שעם מיך וואס זיי טוען פאר מיר"?
נישט קיין שלעכטע משל. אבער בפשטות דער תירץ איז, אז מיר מענטשלעך שעמן זיך איינער פונעם צווייטען, אזויווי מיר לעבן איינער פאר'ן צווייטן. די גאנצע סאסייעטי איז געבויעט איינער אויפן צווייטן. כדוגמת קנאת סופרים תרבה חכמה אדער אין אשה מתקנא אלא בירך חברתה וכו' וכו' משא"כ ביי גאט איז בכלל נישט שייך קנאה, שנאה, רחמנות, אהבה, וכו' וכו' פשוט ווייל גאט האט נישט קיין קאמפעטישן, ער איז אחד יחיד ומיוחד.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:59 pm
דורך מי אני
וועגן דעם קען טאקע נהמא דכיסופא אלס א טעם זיין נוגע אך ורק נאר מצידינו וממבט שלנו; מצד הקב״ה/״הנותן״ קען דאך נישט חל זיין די גאנצע אנטראָפּאָפּעטיזם. איך פארשטיי אז מ׳געבט דאך אנגעבליך א טעם פאר׳ן ״בורא״ פאר באשאפען, אבער אעפ״כ איז די טעם נאר שייך מצידינו, וכעין האברבנאל בנוגע בקשת תכלית הבריאה שהבאתי. איך פארשטיי אז דארט ביים אברבנאל איז די קאנטעקסט נישט ״טעם״ ממש, און עס איז גרינגער צו זאגן זיין געדאנק דארט ווי איידער ביי דעם. אבער אויף אזויפיל קען מען עס צוגלייכן אז מ׳קען אולי אויך מחלק זיין בנוגע בקשת ״טעם״ הבריאה ביחס לנו להקב״ה במה שיכולים להשיג (במושאל וכו׳), בין מבט שלנו לבין כביכול ״מבט״ הקב״ה ממש וואס איז בכלל נישט שייך.

_________

[tag]דער גאלדענער אדלער[/tag] האקט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 5:53 pm
דורך אישתישבי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:איך האב א פארקערטע פראגע, מ'זאגט אז פאר'ן מקבל איז נהמא דכיסופא ווען ער פילט אז ער איז נישט ראוי מקבל צו זיין. לאמיר רעדן פונעם נותן.

שטעל דיך פאר אז דו גייסט קיין אפריקע, און דו זעסט גאר נעבעכדיגע ארימע מענטשן וואס האבן קוים ברויט און וואסער, און נאך ביטער שווערע ארבעט פארדינען זיי איין דאלאר א וואך. דו גייסט צו אזא מענטש, און דו גיסט אים א פינעווער. דער מענטש ווערט גערירט אזש ביז טרערן, ער לויבט דיך, דאנקט דיך, בוקט זיך פאר דיר, מאכט צערעמאניעס און טענץ לכבודך, ווייזט אלע זיינע חברים ווער דו ביסט, דער געוואלדיגער מציל ומושיע.

כ'ווייס נישט וועגן דיר, אבער איך וואלט געשפירט א מורא'דיגע בושה. ס'קומט מיר נישט. איה"נ דער פינעווער מיינט אסאך פאר אים, אבער פאר מיר איז עס א נארישער פינעווער, כ'שפיר בכלל נישט אז ס'איז ארויס פון מיין בערזל, און כ'האב עס פארדינט אין א קורצע צייט, ס'מיינט גארנישט פאר מיר. דער כבוד און לויב וואס איך באקום איז נהמא דכיסופא פאר מיר, פאר'ן נותן!

יעצט וויאזוי דארף דער רבוש"ע שפירן ווען ער גיט פאר מענטשן כל טוב וואס קאסט אים גארנישט, קיין שום צייט און מי, קיין שום מחשבה און פלאג, און די נעבעכדיגע מענטשן פאלן אים צו דיר פיס און הערן אים נישט אויף צו דאנקען. איז עס נישט נהמא דכיסופא פאר'ן אויבערשטן? טראכט ער נישט צו זיך, "ס'קומט מיר נישט, כ'האב דאך גארנישט געטון פאר זיי, ס'האט מיר גארנישט געקאסט. כ'שעם מיך וואס זיי טוען פאר מיר"?
נישט קיין שלעכטע משל. אבער בפשטות דער תירץ איז, אז מיר מענטשלעך שעמן זיך איינער פונעם צווייטען, אזויווי מיר לעבן איינער פאר'ן צווייטן. די גאנצע סאסייעטי איז געבויעט איינער אויפן צווייטן. כדוגמת קנאת סופרים תרבה חכמה אדער אין אשה מתקנא אלא בירך חברתה וכו' וכו' משא"כ ביי גאט איז בכלל נישט שייך קנאה, שנאה, רחמנות, אהבה, וכו' וכו' פשוט ווייל גאט האט נישט קיין קאמפעטישן, ער איז אחד יחיד ומיוחד.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

אין תנ"ך הערט נישט אויף צו שטיין קנאה רחמנות שנאה אהבה כלפי גאט.

עס שטייט אזוי פיל, און אזויפיל איז באזירט אויף דעם, און אויב מען איז דאס מוציא מפשוטו, איז גאנץ תנ"ך נישט רעלאווענט מער.

איך זעה נישט וואס דער קשיא איז, גאט פילט טאקע "פאני" ווען מען זאגט אים ייש"כ פאר דער פינעווער, און ער גיבט מער.

Re: וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 6:14 pm

אמת, די אלע זאכן ווערט טאקע דערמאנט אין תנ"ך אבער דאס זענען נאר קאודס וואס מיר ברואי מטה סיי אידן און סיי גוים טוען עם אינדענטיפיצרן לויט זיינע פעולות. וויבאלד ער האט נישט קיין צורה, קיין הענט קיין פוס, קיינע נאז מיט לעכער וכו' וכו' און פון די אנדערע זייט זעהן מיר יא ווי ער דרייט אן עולם ומלואה, אמאל קוקט עס אויס שלעכט, הייסט עס כעס, אמאל קוקט עס אויס גוט, רופט מען עם מיט פאזיטיווע נעמען אאו"ו. דערפאר האט מען געגעבן נעמען, והדברים עתיקין.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:17 pm

והדברים עתיקין פין דער זעלבער רמב"ם.

דער מה הוא רחום אפ אתה רחום איז אויך דער זעלבער קאוד?

דער רמב"ם איז טאקע רמב"ם, אבער פאר א סיבה האט כלל ישראל נישט אנגענומען דער זאך.

כלומר, דער אנגענומענער מהלך היינט איז, אז דער לגבי פיס הענט וכדומה זאגט מען שלא כפשוטו, ווייל עס איז צו גשמיות'דיג, אבער פילינגס רחום וחנון וכו', איז יא כפשוטו, נאר מען טיילט איין בחינות, דער שכינה, צו פרצופין, צו בכל אופן שהוא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די הענט און פיס גייען אויך ארויף אויף די פרצופין/ספירות, חסד דרועא ימינא, נצח והוד תרין שוקין, וכו׳, אבער אין גאט אליינס לית דמיון ולית דיוקנא ולית מחשבא תפיסא בך כלל, דאס איז אזא שילוב אזא צווישן דעם רמב״מ׳ס גאט און דער גאט פון תנ״ך.