ענטפערס אין אמונה
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די זאך איז אבער אז אויב א מענטש קען נישט אנהאלטן די אמונה איז אויך גארנישט געשעהן. מ׳רעדט דאך נישט פון קשיות אויף עקרי אמונה, צו משה רבינו איז געווען די טאטע פון אלע נביאים צו די זיידע פון אלע נביאים (ווי מ׳האט שוין פריער ערווענט אז מ׳קען נישט אויפווייזן אז ס׳נישט דא קיין גאט), די אלע אזויגערופענע קשיות זענען סתם זייטיגע פילאזאפישע חקירות וואס ס׳איז א גרויסע ספק צו זיי קענען בכלל ווערן אנגערופן קשיות אין אמונה. לאמיר זאגן אז איינער טראכט אז ס׳קען נישט זיין אז גאט איז א גוטער וועגן צדיק ורע לו איז אויך נישט עק וועלט, נישט דא קיין איין פוסק וואס האלט אז מ׳גייט איהם שמייסן אין הימל דערפאר.
אויסערדעם האב איך באמערקט אז מ׳האט פארמעקט א תגובה מיינער ווייל כ׳האב געשריבן כפירה, וויל איך נאר קלארשטעלן אז איך האב מיך באצויגן צו די שיטות פון געוויסע מענטשן וואס מ׳האט ערווענט אין דעם אשכול, מ׳האט גערעדט איבער זייערע שיטות האב איך געזאגט וואס זיי האלטן (אינאיינוועגס האב איך אויך געזאגט אז כמעט אלע פרומע אידן מיט וועם כ׳האב גערעדט אין אמונה ענינים האבן מיר געזאגט ענליכע ווערטער at some point, גלייב מיר יא גלייב מיר נישט), איך האלט אויסדרוקליך נישט ווי זיי. ש׳כח.
אויך וויל איך אויסקלארן וואס כ׳האב פריער געזאגט אז די אמת ליגט נישט אין די תירוצים, כ׳האב נישט געזאגט אז די אמת ליגט נישט אין אידישקייט (וואטעווער דעט מיענס), כ׳האב געזאגט אז די אמת ליגט נישט אין די תירוצים. ״אידישקייט״ קען זיין אמת, די תירוצים וויאזוי מ׳פארענטפערט עס זענען נישט אמת. צ.ב. מיר גלייבן אז די וועלט איז ה׳תשפ״א (יאזעפאוויטש האלט נישט אזוי) יאר אלט אבער נישט ווייל דער באשעפער האט באהאלטן פאלשע ביינער פון דיינעסארס, די תירוץ אז דער באשעפער האט באהאלטן איז שקר כמובן ווייל ס׳מאכט נאר שטערקער די קשיא, די וועלט קען אבער ווייטער זיין ה׳תשפ״א יאר אלט אן דעם ליגן, וויאזוי פונקטליך איז נישט אונזער געשעפט, אויב האלטסטו אז ס׳איז יא דיין געשעפט און דו זוכסט אן אמת׳ע תירוץ זאג איך דיר פון פאראויס אז ס׳איז א שאד דיין צייט. מיר גלייבן אז מ׳גייט שמייסן אויבן אין הימל פאר׳ן נישט לייגן תפילין (הרב זאקס האט נישט געהאלטן אזוי) אבער נישט ווייל די פסוק זאגט אז מ׳דארף לייגן תפילין, די פסוק מיינט נישט דאס כמבואר ברשב״ם, דאס וואס מ׳טייטשט עס אריין אין פסוק איז א שקר קדוש, מ׳קען אבער ווייטער שמייסן אין הימל אפילו אנדעם וואס ס׳זאל שטיין אין פסוק. איז איינער וואס דארף באפעסטיגן זיין אמונה מיט הוכחות און ער קען נאר גלייבן אויב די תירוצים פאר די קשיות שטימען באמת האט ער ממש נישט וואס צו זוכן ביי די אלע פילאזאפן און מחזירי בתשובה למיניהם, אז דו האסט געקענט גלייבן ביז היינט גלייב ווייטער און מאך זיך נישט צוטוהן פון די קשיות, און אז דו האסט אישוס מיט אידישקייט וואס שטערן דיר קען מען זיי מסדר זיין אן לויפן צו כפירה בעיקר. אז דו ביזט ממש לאנגווייליג, אדרבה, גיי טענה זיך אויס מיט זיי און קום צוריק צו מיר אין א יאר ארום און פארצייל מיר וואו דו ביזט אנגעקומען מיט זיי, איך וועל מיך פרייען צו זיין חוזק, אפשר וועל איך אויך גיין מקבל מרות זיין פון זיי.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:לאמיר שרייבן מיין מיינונג בנוגע זוכן ענטפערס אין אמונה, אסאך מאל מיינט מען די אמונה איז די פראבלעם, ווען באמת איז עס בכלל נישט די נקודה. לאמיר עס צוטיילן אין 3.
די ערשטע גרופע זארגט זיך פאר אידישקייט, זיי קענען נישט שלאפן רואיג ווען זיי האבן אזא שטארקע קשיא, זיי פילן זיי מוזן פארענטפערן די רעליגיע. די גרופע דארף נישט טרעפן קיין תירוצים, זיי דארפן פשוט ארבעטן זיך אליין צו בארואיגן, אידישקייט גייט שוין אן אסאך פאר זיי זענען געבוירן, עס מאכט באמת נישט קיין פראבלעם ווען זיי האבן א קשיא.
די צווייטע גרופע זוכט א וועג ארויס פון א פראבלעם. לאמיר זאגן איינער וויל זייער שטארק עסן גיד הנשה, הייבט ער אן צו טראכטן ווער זאגט אידישקייט איז בכלל אמת, אפשר האלט איך מיר צוריק פאר גארנישט. די גרופע דארף אויך נישט קיין תירוצים, פארוואס זיך אריינלייגן אין א טיפע פיליזאפיע וועגן דו ווילסט עפעס? לאז אפ די אלע טיפע ענינים, זאג וואס דו ווילסט און עס איז זיכער דא אן עצה דערפאר. אפילו אויב מען קען נישט טרעפן אן עצה צו דיין פראבלעם, איז עס נישט ווייל עס יא אדער נישט דא א באשעפער אויפן וועלט.
די דריטע גרופע האט פשוט ליב צו רעדן פון אמונה, עס מאכט גארנישט אויס למעשה, עס איז פשוט אינטערסאנט צו רעדן דערפון, פונקט ווי אנדערע ווילן רעדן פון טראמפ, סאטמאר, עקאנאמיע אא"וו, ווילן זיי רעדן פילאזאפיע. פאר זיי איז די שמועס טאקע געמאכט, און קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ פאר די סארט שמועס.
די האסט פארפעלט א פערטע גרופע וואס זיכט פשוט די אמת. און וויל גיין מיט דעים און אויב וועט ער זיין איבערצייגט אז אלע פרויען דארפן אנטון שאלן און די מענער דארפן גיין מיט א צוקראכטע הוט טוט ער מארגן אן א צוקראכטע הוט און זיין ווייב א שאל.
און אויב ווייזטו אויף אז מאדערן ארטעדאקס איז ריכטיג שרייבט ער איין זיינע קינדער אין ישיבה יונעבערסעטי.
און אויב קענסטו אויפוויזן אז ... איז משיח... אדער אז גאט איז אין אינדיע... ואידך זול גמור שהשתיקה יפה להן
די געדאנק איז אז עס מוז נישט זיין אז ער גייט מארגען טוישן, אבער די קאנצעפט איז אז אויב מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט שטותים גיי איך נישט אויסלערנען מיין קינדער שטותים. און עס איז דא מענטשן וואס קענען נישט לעבן מיט שקר.
און פאר די 4טע סארט מענטש איז די אשכול
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך האב נאכנישט געטראפן אזא מענטש אין ריעל לייף, אויב ביזטו טאקע פון די דאן פארוואס ביזטו אזוי אנגעצויגן צו פארענטפערן אידישקייט, פארוואס נישט טאקע גיין קיין אינדיע און פארענטפערן זייערע פאנטאזיעס? ווייסטו וואס, דארפסט ניטאמאל אנטלויפן קיין אינדיע, אויף פארט העמילטאן איז דא א בודדהיסטישע טעמפל, קענסט אהינגיין און זיך נאכפרעגן ביי זיי, אפשר האבן זיי דעם אמת?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נאכנישט געטראפן אזא מענטש אין ריעל לייף, אויב ביזטו טאקע פון די דאן פארוואס ביזטו אזוי אנגעצויגן צו פארענטפערן אידישקייט, פארוואס נישט טאקע גיין קיין אינדיע און פארענטפערן זייערע פאנטאזיעס? ווייסטו וואס, דארפסט ניטאמאל אנטלויפן קיין אינדיע, אויף פארט העמילטאן איז דא א בודדהיסטישע טעמפל, קענסט אהינגיין און זיך נאכפרעגן ביי זיי, אפשר האבן זיי דעם אמת?
די פוינט איז נישט אז אפשר זיי יא די שאלה איז צו אונז יא.
ליגנטס קען זיין אסאך אמת נאר איינס (אן אריינגיין אין די פיליזאפיע צו עס קען זיין מער ווי איין אמת)
די רעליגיע וואס אונז זענען אויפגעצויגן איז נישט איינמאל א יאר פראווענען קראצמעך און אפילו נישט איינמאל א וואך גיין אין קלויסטער, עס נעמט א רום די גאנצע מענטש אגאנצע לעבן, און עס פאדערט אויך (בעיקר ע”פ קבלה וחסידות) הארץ און מחשבה.
און איך האב נישט קיין פראבלעם צו פאלאווען אויב איז עס אמת. אבער אויב איז נאר אוחזים מעשי אבותיהם... איז פארוואס? און דעמאלטס לאמיר טרעפן די ריכטיגע
די נקודה איז עס איז דא מענטשן וואס זיכן meaning אין לעבן, מיין געפיל זאגט מיר אז די אמת איז ביי אונז אבער איך בין נישט די איינציגסטע מיט די געפיל איז פארוואס איז מיין געפיל מער ווי די פון די צווייטע גלויבן
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ישעיה האט געשריבן:[tag]רביה"ק זי"ע[/tag] דו פאסט יום כיפור?
viewtopic.php?f=42&t=14759
וואס איז געשען מיט די פארום?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אויב גייסטו מיט אזא מהלך דארפסטו ערשט אויסגראדן די דיפערענצן אינערהאלב אידישקייט אליינס, ארטאדאקס, רעפארם, קראים, שומרונים, קאנסערוואטיוו, ריקאנסטראקטיסט, וכו׳. און אינערהאלב ארטאדאקסיע אליינס איז אויך דא אסאך שיטות וואס מ׳דארף מברר זיין, איז בחירות א חוב קדוש אדער ערגער פון שלוש חמורות, דארף מען גיין א שטריימל אדער קנייטש, מעגן מיידלעך לערנען חומש אדער נישט, מוז מען גיין מיט שוארצע טייץ אדער טאר מען נישט גיין מיט שווארצע טייץ, איז כפרות שלאגן דרכי אמורי אדער א הייליגע מצוה. מעגן פרויען דרייוון, בחורים ארבעטן, וויפיל בעשאוס איז מותר ע״פ תורה, גורע תקנות, סמארטפאונס, סוף זמן תפילה, שווארצע רצועות אויף איין זייט אדער ביידע זייטן, טלית מיט שוואצע שטרייפן אדער ווייסע, מעג מען גיין מיט א קורצע רעקל וואס דער חזון איש פלעגט רופן גילוי עריות רעקל, לעיס טאפ שייטלען, מעג מען בכלל גיין מיט א שייטל? ערשט טוה דורך די זאכן וואס זענען באמת נוגע ווייל אפילו אויב מתן תורה איז אמת איז נאכאלץ נישט קיין ראיה אז די קראים אדער רעפארם זענען נישט גערעכט.
גיי הער אויס אויף יוטיוב שיעורים פון דער רב הראשי לעדת הקראים משה פירוז, זוך דיר אפיר עפעס א רעפארם ראביי וואס רעדט קלארע דיבורים, א חסידישע רב וואס רעדט קלאר, און מאך אליינס אפ ווער ס׳רעדט צום זאך.
גיי הער אויס אויף יוטיוב שיעורים פון דער רב הראשי לעדת הקראים משה פירוז, זוך דיר אפיר עפעס א רעפארם ראביי וואס רעדט קלארע דיבורים, א חסידישע רב וואס רעדט קלאר, און מאך אליינס אפ ווער ס׳רעדט צום זאך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב גייסטו מיט אזא מהלך דארפסטו ערשט אויסגראדן די דיפערענצן אינערהאלב אידישקייט אליינס, ארטאדאקס, רעפארם, קראים, שומרונים, קאנסערוואטיוו, ריקאנסטראקטיסט, וכו׳. און אינערהאלב ארטאדאקסיע אליינס איז אויך דא אסאך שיטות וואס מ׳דארף מברר זיין, איז בחירות א חוב קדוש אדער ערגער פון שלוש חמורות, דארף מען גיין א שטריימל אדער קנייטש, מעגן מיידלעך לערנען חומש אדער נישט, מוז מען גיין מיט שוארצע טייץ אדער טאר מען נישט גיין מיט שווארצע טייץ, איז כפרות שלאגן דרכי אמורי אדער א הייליגע מצוה. מעגן פרויען דרייוון, בחורים ארבעטן, וויפיל בעשאוס איז מותר ע״פ תורה, גורע תקנות, סמארטפאונס, סוף זמן תפילה, שווארצע רצועות אויף איין זייט אדער ביידע זייטן, טלית מיט שוואצע שטרייפן אדער ווייסע, מעג מען גיין מיט א קורצע רעקל וואס דער חזון איש פלעגט רופן גילוי עריות רעקל, לעיס טאפ שייטלען, מעג מען בכלל גיין מיט א שייטל? ערשט טוה דורך די זאכן וואס זענען באמת נוגע ווייל אפילו אויב מתן תורה איז אמת איז נאכאלץ נישט קיין ראיה אז די קראים אדער רעפארם זענען נישט גערעכט.
אה”נ האסט זייער גוט ארויסגעברענגט ווי איך האב אנגעהויבן
בעצם לאמיר אנהייבן די מעשה פון אנהייב נאך די חתונה האט מיין ווייב מיר געזאט אז עס קומט איר אן זייער שוווער די זיך שערן די האר, און זי האט מיר געפרעגט צו זי מעג זיך אויפהערן שערן האב איך איר געזאגט איך וועל עס דורך טוהן, נאכן טוהן א שטיק צייט דערוהן האב איך געזעהן אז עס איז מקסימום א מנהג ביי א חלק קהילות עכ”פ נישט אזוי הארב ווי מען לייגט עס אראפ, דאס האט מיר געמאכט אנהייבן פרעגן אויף אונזער גאנצע חסידישע קולטור, פון דארט צו מאדערן ארטעדאקס צו קראים וכו’
ביז איך בין אנגעקומען אז לאמיר אנהייבן די בנין פון אינטן ארויף, לאמיר עסטעבלעשן מתן תורה און פון דארט גיין ווייטער
אין א זייטיגע נאטיץ אין מצוות מעשיות האב איך נישט געטוישט
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ׳פארשטיי נישט, דיין ווייב שערט זיך נאך די האר? אויב מ׳מעג זיך שערן און ס׳נאר אוחזים מעשי אבותיהם... איז פארוואס?
איך האב גערעדט פון ”מצוות” מעשיות נישט שיינע מנהגים/מנהגי שטות, די שטריימל ביים סעודה האב איך נאך אויסגעטון ביים שווער אין שטוב די ערשטע וואך וכו’
ניין זי שערט זיך נישט מער פון די שיעור הגידול בימי טומאה פאר מקוה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
איך האלט אז ס׳נישט כדאי פאר געוויסע באקוועמלעכקייטן צו זיין אנדערש פון א סאסייעטי ווי מ׳וויל געהערן צו, ס׳דא מענטשן וואס בטבע קענען זיי זיך שווער צושטעלן צו א סטראקטור אדער סיסטעם, געווענליך קומטעס צוליב א טיפע כארקטער, אביסל קלוגער ווי עוורעדזש וכו׳.
ערשט׳נס דארף מען אפמאכן ווי מ׳וויל זיין, ווי ס׳זעט אויס די מערסטע קרוב לאמת (א פלאץ זאל זיין באמת ריכטיג אויסגעהאלטן פון אלע צדדים גלייביך שווער אז ס׳איז צום געפינען היינט צוטאג׳ס...) און צו קענען קוקן אויף די זאך מיט א ניכטערע בליק דארף מען לייגן אלע נגיעות אין א זייט. דערנאך אז מ׳האט אפגעמאכט וואס מען וויל דארף מען ארויסהאבן דעם ׳פיין-ליין׳ די רויטע ליניע ביי דעם קרייז, און מאכן זיכער נישט ארויסטרעטן דערפון.
׳סיי ווי׳ מ׳געפינטסעך דארף מען פארקוקן אויף אייגענע רצוניות.
ס׳נישטא א פלאץ אויף דעם פלאנעט וואס איז צוגערישט מיט מנהגים און דרכים פונקט ווי דער יחיד וויל...
---
אפילו אין הלכה איז אלץ געווען אזא זאך ווי ׳הלכה ואין מורין כן׳ דאס מיינט אז א יחיד פאר זיך וואס האט מברר געווען א געוויסע זאך אנדערש ווי דער אנגענומענע מיינונג מעג זיך ׳בצנעה׳ פירן אזוי, אבער פארן הנהגת הכלל פעלטסעך אויס געוויסע סטרוקטשער׳ס פארן קיום הדת, וכו׳

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:איך האלט אז ס׳נישט כדאי פאר געוויסע באקוועמלעכקייטן צו זיין אנדערש פון א סאסייעטי ווי מ׳וויל געהערן צו, ס׳דא מענטשן וואס בטבע קענען זיי זיך שווער צושטעלן צו א סטראקטור אדער סיסטעם, געווענליך קומטעס צוליב א טיפע כארקטער, אביסל קלוגער ווי עוורעדזש וכו׳.
ערשט׳נס דארף מען אפמאכן ווי מ׳וויל זיין, ווי ס׳זעט אויס די מערסטע קרוב לאמת (א פלאץ זאל זיין באמת ריכטיג אויסגעהאלטן פון אלע צדדים גלייביך שווער אז ס׳איז צום געפינען היינט צוטאג׳ס...) און צו קענען קוקן אויף די זאך מיט א ניכטערע בליק דארף מען לייגן אלע נגיעות אין א זייט. דערנאך אז מ׳האט אפגעמאכט וואס מען וויל דארף מען ארויסהאבן דעם ׳פיין-ליין׳ די רויטע ליניע ביי דעם קרייז, און מאכן זיכער נישט ארויסטרעטן דערפון.
׳סיי ווי׳ מ׳געפינטסעך דארף מען פארקוקן אויף אייגענע רצוניות.
ס׳נישטא א פלאץ אויף דעם פלאנעט וואס איז צוגערישט מיט מנהגים און דרכים פונקט ווי דער יחיד וויל...
---
אפילו אין הלכה איז אלץ געווען אזא זאך ווי ׳הלכה ואין מורין כן׳ דאס מיינט אז א יחיד פאר זיך וואס האט מברר געווען א געוויסע זאך אנדערש ווי דער אנגענומענע מיינונג מעג זיך ׳בצנעה׳ פירן אזוי, אבער פארן הנהגת הכלל פעלטסעך אויס געוויסע סטרוקטשער׳ס פארן קיום הדת, וכו׳
זייער ריכטיג און שיין געשריבן
אבער נאכאלץ דארף מען וויסן וואס איז די אמת, און זאכן וואס מען טוט נאר בלית ברירה נישט צו ארויספאלן דארף מען וויסן קלאר אז מען טוט עס פאר דעם אזוי ווי די באוויסטע משל פון די חכם די יאר וואס די ווייץ האט געמאכט משוגע ווער עס עסט עס
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
הקטן האט געשריבן:you-had-a-revelation
זייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש
איך האלט ביי די גרעסערע האלב, דערווייל איז עס בעיסיקלי שיין מסביר געווען די באוויסטע חינוך/רמב”ן/רמב”ם שלשלת הקבלה
אבער נישט קיין גרויסע חידושים
אבער דאס פארענטפערט בכלל נישט מיין קשיא מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
Nanach האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:you-had-a-revelation

איך האב שוין געהערט אויף דעם עטליעסט 3 שיעורים פאר free, די איינציגסטע חילוק איז אז דאס האט געקאסט א דאלער
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
Nanach האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:you-had-a-revelation
זייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש
איך האלט ביי די גרעסערע האלב, דערווייל איז עס בעיסיקלי שיין מסביר געווען די באוויסטע חינוך/רמב”ן/רמב”ם שלשלת הקבלה
אבער נישט קיין גרויסע חידושים
אבער דאס פארענטפערט בכלל נישט מיין קשיא מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול
יעצט גענדיגט די צווייטע האלב, צום סוף רירט ער אן מיין קשיא אבער ער פארענטפערט עס מיט איגנארענס
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
אויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
דאס אז איך האב נישט קיין צווייטע זאך אויפן וואגשאל מיינט נישט אז איך דארף נישט זוכן, בעצם וואס האט אברהם אבינו געטוהן? אנגעהויבן זוכן!
אדער קען זיין אז א חלק איז אמת, כגון מצוות שכליות, אזויווי עסאיז דא וואס זענען מסביר לגבי די ז מצוות.
די געדאנק איז אז אויף צו טוהן מיט א זיכערקייט דארף מען זיין איבערצייגט.
הלכה למעשה איז אה”נ איך היט אלעס (כמעט אלעס) אזוי ווי איך בין געווארן אויפגעצויגן ווייל איך ווייס נישט פון עפעס אנדערש וואס איז מער אמת
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
העלף מיר ארויס פליז.. וויאזוי ווערט מען זיכער אז דער בורא וויל עפעס פון אונז?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?

אנטשולדיג ביטע. איך האב גערעדט צו Nanach און זיך באצויגן צו וואס ער האט געזאגט אפאר תגובות ארויפצו... אויב ווילסטו קענסטו אים פרעגן דיין שאלה...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
Nanach האט געשריבן:די געדאנק איז אז אויף צו טוהן מיט א זיכערקייט דארף מען זיין איבערצייגט.
לאמיר דיר פרעגן.
יבוא יום. נאך לאנגע יארן זיכעניש און האריוואניע צו איבערצייגן דעם אמת, וועט קומען דער טאג וואס וועט זיין דיין לעצטן טאג אויף דעם עולם.
׳אויב׳ וועסטו זיך דאן געפינען מיט מער ווייניגער די זעלבע ספיקות און אומזיכערקייט וואס דו האסט יעצט*. וואס טראכסטו וואלט דעמאלס געווען די זאך אויף וואס דו האסט חרטה פארן זיך נישט אפגעבן מער דערמיט במשך דיין לעבן?
*נאך א ביסעלע נישטערן און חקר׳נען דאכטסעך אז מ׳קען האבן א בליק ווי סוקסעספול די פארש ארבייט וועט זיין...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
Nanach האט געשריבן:די האסט פארפעלט א פערטע גרופע וואס זיכט פשוט די אמת.
יעדער איינער זוכט דעם אמת, איך האב אריינגעלייגט אין 3 קאטעגאריעס "פארוואס" מען זוכט דעם אמת. פון דיינע תגובות שפעטער פארשטיי איך אז דו זוכסט דעם אמת ווייל דו ווילסט זיך אויפפירן אנדערש אין דיין לייפסטייל. גייסטו אריין אין די צווייטע קאטעגאריע וואס איך האב געשריבן אויבן. עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין פיליזאפיע פאר א לייפסטייל טויש.
דו ווייסט אליין עס איז נישטא קיין שום פרוף מען דארף זיך אפגיסן נעגל וואסער, מאכן א ברכה פונקט מיט די לשון, בענטשן נאכאמאל ווען מען האט אויסגעלאזט רצה אא"וו. דו טוסט דאס אלעס ווייל דו ביסט א חלק פון א קהילה וואס פירט זיך אויף אזוי. אויב ווילסטו עפעס טוישן פעלט נישט אויס צו חקרנ'ען אויב עס איז געווען 600,000 אידן ביי מתן תורה אדער נאר 599,999, ווייל דאס איז נישט די סיבה דו טוסט די אלע זאכן אין די פירסט פלעיס.
דיין שאלה דארף זיין, וויל איך ווייטער זיין א חלק פון קהילה, וויל איך ווערן אביסל אנדערש, אסאך אנדערש. וויאזוי דו ביסט מחליט צו פירן דיין לעבן וועסטו דארפן מיטנעמען די גאנצע פעקל קאנסעקווענצן דערפון.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אויב דו ביסט קלאר אז דער בורא וויל עפעס פון אונז, נאר דו ווילסט עווידענ׳ס אז די תורה אזוי ווי מיר האבן עס היינט איז מן השמים, ווילעך דיר פרעגן וואס איז אויף די אנדערע זייט פון דיין וואגשאל? און אויב דו ביסט נאנט באקאנט מיט יענץ...?
העלף מיר ארויס פליז.. וויאזוי ווערט מען זיכער אז דער בורא וויל עפעס פון אונז?
דאס איז א פילאזאפישע ענין מבואר אין די ראשונים
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:Nanach האט געשריבן:די האסט פארפעלט א פערטע גרופע וואס זיכט פשוט די אמת.
יעדער איינער זוכט דעם אמת, איך האב אריינגעלייגט אין 3 קאטעגאריעס "פארוואס" מען זוכט דעם אמת. פון דיינע תגובות שפעטער פארשטיי איך אז דו זוכסט דעם אמת ווייל דו ווילסט זיך אויפפירן אנדערש אין דיין לייפסטייל. גייסטו אריין אין די צווייטע קאטעגאריע וואס איך האב געשריבן אויבן. עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין פיליזאפיע פאר א לייפסטייל טויש.
דו ווייסט אליין עס איז נישטא קיין שום פרוף מען דארף זיך אפגיסן נעגל וואסער, מאכן א ברכה פונקט מיט די לשון, בענטשן נאכאמאל ווען מען האט אויסגעלאזט רצה אא"וו. דו טוסט דאס אלעס ווייל דו ביסט א חלק פון א קהילה וואס פירט זיך אויף אזוי. אויב ווילסטו עפעס טוישן פעלט נישט אויס צו חקרנ'ען אויב עס איז געווען 600,000 אידן ביי מתן תורה אדער נאר 599,999, ווייל דאס איז נישט די סיבה דו טוסט די אלע זאכן אין די פירסט פלעיס.
דיין שאלה דארף זיין, וויל איך ווייטער זיין א חלק פון קהילה, וויל איך ווערן אביסל אנדערש, אסאך אנדערש. וויאזוי דו ביסט מחליט צו פירן דיין לעבן וועסטו דארפן מיטנעמען די גאנצע פעקל קאנסעקווענצן דערפון.
דא איז דיין טעות
עס איז נישט אז איך וויל טוישן אין זיך אז איך מעג, פונקט פארקערט, איך וויל ווייטער אפגיסן נעגל וואסער (לפי דיין משל) נאר וויסן אז איך טוה עס פאר פעיר פרעשער
אין אנדערע ווערטער איך האף צו אנקומען אז אלעס (99%) וואס מען האט מיר אויסגעלערנט איז אמת, אבער אויב נישט וויל איך נישט אויסלערנען מיינע קינדער שטותים
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
איך בין נאכנישט זיכער עס איז מיין טעות, דו דארפסט קלערן עס איז אויך דא א צד עס איז דיין טעות. אבער לאמיר בעסער פארשטיין די מציאות.
אויב וועסטו נאך דיין חקירה אנקומען אז (כמעט) אלעס וואס מען האט דיר אויסגעלערנט איז אמת, וועסטו לעבן ווייטער צופרידן, מאכט סענס.
וואס טוסטו אויב 50 פראצענט איז אמת? אויב גארנישט איז אמת?