בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 1:44 pm
דורך ליב צו וויסן
תרמב האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:מעשה שהיה כך היה, איך בין היינט אויסגעלאפן פון גאז, האב איך גערופן חברים, זאגן זיי מיר אז ס'איז דא א 25 דאלאר טשארדזש פאר די סערוויס, פרעג איך וויפיל גאז באקום איך פאר די פינף און צוואנציג דאלאר, זאגן זיי אז איך באקום גענוג צו קענען גיין אין גאז סטאנציע (א גאלאן), האב איך אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, געגולט פאר חביבים, זיי האבן גענומען מיין קאל, באלד אראפגעשיקט א מעמבער וואס איז דארט געווען ביז געציילטע מינוט, ער האט אריינגעלייגט גאז פאר זיבן דאלאר, קיין געלט האט ער נישט געוואלט נעמען. "אז דו ווילסט, געבן די זיבן דאלאר אויף מיין בלאט ביים קאמפיין".

יעצט, חברים קען נעמען געלט פאר די גאז קאסטן, אבער בעטן געלט פאר די סערוויס נעמט זיי אביסל ארויס פון א נאן-פראפיט ארגאניזאציע און לאזט איבער א זויערן טעם אין מויל ואתכם הסליחה.

מיין נדבה:
געהאט לעצטע וואך די זעלבע מעשה אין קרית יואל, אבער אביסעל אנדערש ,וועגן כאב גלייך גערופן חביבים, וועגן חבירים אין קרית יואל נעמט זייער לאנג צו קומען בכלליות און פאר געז בכלל געבן זיי עטטיודעד, ביי מיר האט דער חביבים מעמבער געהאט אזא ספעציעלע קעמעקיל באטעל, און ער האטנישט געוואלט נעמען געלט אפילו ער אליינס האט באצאלט דערפאר 20 טאלער , האב איך עס אים געגעבן און געזאגט אז חבירים נעמט געלט פאר געז ווי ווייט איך דענק, און איך האלט נישט אז די דארפסט באצאלן פאר מיר


זייענדיג אין קר"י לעצטנס האב איך געדארפט צוקומען 2 מאל אין איין טאג צו חברים, ביידע מאל זענען זיי דארט געווען אין אונטער 5 מינוט.

אזא שלימזל.........


ווען איך מיך קענען ברייטער מסביר זיין וואלט עס געמאכט מער סענס, אבער ס'קען שוין אריין גיין בגדר אבק גילו. :lol:

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:14 am
דורך שמעקעדיג
איך ווער נתפעל פון חביבים.. אבער וואס איז פשט אז איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די ארגאניזאציע בעפאר דעם דאזיגן אשכול?

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:22 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ווייל זיי זענען נאך בראשית דרכם. זיי האבן נישט אויסגעגעבן קיין סאך געלט אויף אדווערטייזינג...!

איך האב אויך נאר געהערט פון זיי אויף אן אומ-דירעקטן אופן. איך האב אמאל געדארפט אנקומען צו די הילף פון חברים. אבער ס'איז געווען א פראבלעם מיט זייער פאון ליין. האט מיר איינער געזאגט אז איך זאלל טרייען די נייע ארגאניזאציע חביבים...!

Re: חברים מיט א מחאה קעגן חביבים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 6:17 pm
דורך פאליטיקאנט
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווער נתפעל פון חביבים.. אבער וואס איז פשט אז איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די ארגאניזאציע בעפאר דעם דאזיגן אשכול?
אז די עולם פארציילט מעשיות וויל איך שוין אויך צולייגן.

צוויי יאר צוריק אלול האב איך געדארפט א פשוט'ן 'בוסט' אין פלעטבוש בערך 5:00 נאכמיטאג, האב איך גערופן חברים זאגט מיר די דיספעטשער אז ער האט ארויסגעשיקט א מעסעדש און כ'גיי צוריק הערן בקרוב, נאך א האלבע שעה האב איך נאכאמאל גערופן און צוריקגעהערט די זעלבע תשובה (מיט אביסל עטיטוד צו די זייט), נאך גאנצע 50 מינוט האב איך ארויפגעלייגט אויף סטאטוס אז איך דארף א בוסט, אפאר סעקונדעס שפעטער שיקט מיר א חבר אריין "כ'האב עס ארויפגעלייגט אויף די חביבים גרופע, און איינער איז שוין אויפ'ן וועג" וכך הוה אונטער 5 מינוט בין איך שוין געווען אויפ'ן ראוד!
דאס איז געווען די ערשטע מאל כ'האב געהערט פון חביבים.

עטליכע וואכן שפעטער 4 טעג פאר ראש השנה ווען די קעטסקילס איז שוין ליידיג בין איך געווארן געשטראנדעט אין א טיפע 'דיטש' אונטער א באנגעלאו, עס איז געווען א שווערע סיטואציע א שכנותדיגע גוי האט פרובירט צו העלפן מיט זיין פיקאפ טראק און אויפגעגעבן.
כ'האב שוין גערופן AAA און געווען גרייט צו צאלן גרויס געלט. דאן האב איך זיך דערמאנט אין דעם חבר (כ'האב שוין אפי' פארגעסן די נאמען חביבים) כ'האב עם גערופן, און וואונדער איבער וואונדער 20 מינוט שפעטער בין איך געווען ארויס!
כ'האב אנגעבאטן פארן וואלונטיר א פופציגער אבער ער האט זיך אנטזאגט צו נעמען, "אז דו ווילסט קענסטו ספאנסערן טולס פאר מעמבערס".... ער האט אפי' נישט געוואלט נעמען די געלט פאר די טולס נאר כ'האב געדארפט דירעקט באשטעלן אויף מיין עמעזאן אקאונט צו זייער אדרעס!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 1:51 am
דורך אינטערסאנטער
איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון חביבים. זיי האבן א פאון נומבער?

חברים האב איך שוין עטליכע מאל געניצט, און זיי האבן מיך קיינמאל נישט געבעטן קיין געלט. אלעמאל זענען די חברים מעמבערס געווען העפליך און זיך איבערגעשטרענגט צו העלפן.

חברים איז א וואונדערליכע ארגאנאזאציע מיט וואלענטירן וואס טראגן מיט זיך גאלדענע מידות און טויגליכע הענט, און לדעתי זענען זיי נישט ווערט מען זאל זיי אראפרייסן. אלעמאל מאכט זיך פארשידענע טענות וכדומה, אבער בכלליות זענען זיי געוואלדיג.

Re: חברים מיט א מחאה קעגן חביבים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 2:11 am
דורך תוהו ובוהו
קיינער רעדט דא נישט פון די מעמבערס, וואס כו''ע מודה אז זיי זענען געטרייע איבערגעגעבענע אידן..
די נושא איז נאר אינעם ארגעניזאציע, וואס צומאל ווערט אן ארגענעזאציע צו מאנטאניש און ביוראקראטיש אין לויף פון די יארן, קומט צוגיין א פרישע מונטערע ארגעניזאציע וואס האט אסאך צו פראוון און דער עולם האט הנאה.

ווארט נאר אויפן ארגעניזאציע ''ח***ים'' אין צוואנציג יאר ארום וואס וועט זיי ביידע איינפאקן..

Re: חברים מיט א מחאה קעגן חביבים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 3:11 am
דורך פאליטיקאנט
תוהו ובוהו האט געשריבן:
ווארט נאר אויפן ארגעניזאציע ''ח***ים'' אין צוואנציג יאר ארום וואס וועט זיי ביידע איינפאקן..
וועלכע ארגאניזאציע איז ח***ים? חרדים?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 9:32 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
פאליטיקאנט האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:
ווארט נאר אויפן ארגעניזאציע ''ח***ים'' אין צוואנציג יאר ארום וואס וועט זיי ביידע איינפאקן..
וועלכע ארגאניזאציע איז ח***ים? חרדים?

חזירים

נשלח: זונטאג אוגוסט 22, 2021 1:57 am
דורך נעקסט לעוועל
אינטערסאנטער האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון חביבים. זיי האבן א פאון נומבער?

חברים האב איך שוין עטליכע מאל געניצט, און זיי האבן מיך קיינמאל נישט געבעטן קיין געלט. אלעמאל זענען די חברים מעמבערס געווען העפליך און זיך איבערגעשטרענגט צו העלפן.

חברים איז א וואונדערליכע ארגאנאזאציע מיט וואלענטירן וואס טראגן מיט זיך גאלדענע מידות און טויגליכע הענט, און לדעתי זענען זיי נישט ווערט מען זאל זיי אראפרייסן. אלעמאל מאכט זיך פארשידענע טענות וכדומה, אבער בכלליות זענען זיי געוואלדיג.

871-7299 718

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 11:49 am
דורך היכי דמי
וואס טוט זיך מיט חביבים אין מאנסי?

איך האב נעכטן געשריבן אין אן אנדערע אשכול אז איי וועלט האט פארשלאסן א שמועס ווי עס איז אריין די נושא איבער די חברים פייט. ווי עס קוקט מיר אויס איז עס אין מאנסי היפש שטארקער ווי אנדערע געגענטער.

זיך נאכפרעגענדיג האב איך דערנאשט אז חברים האט אנגעפירט א לעגאלער קעיס קעגן א חביבים וואלענטיר אים ווילנדיג זעהן אין תפיסה נאכדעם וואס ער האט פארלעצט געזעצן. איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז און איך האב נישט מער דעטאלן.

אויך האב איך געהערט אז זיי זענען זייער ווילד קעגן סיי ווער עס אנערקענט אין חביבים. זייער אייגענע וואלענטירן וואס האבן געגיבן דאונעישענס פאר חביבים ביי זייער טשערעטי האבן געכאפט פון די קארדינעטער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:55 am
דורך היכי דמי
מונקאטש דעי קעמפ אין מאנסי האט היינט געפלאנט א סעיפטי דעי פאר זייער דעי קעמפ מיט עטליכע ארגאניזאציעס אריינגערעכענט חביבים, אבער עס איז אפגערופן געווארן אין די לעצטע מינוט נאך שווערע דרוק פון חברים אז זיי טארן נישט נוצן חביבים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:51 pm
דורך berlbalaguleh
ווייל אזוי האט געשריבן:.
דער חילוק פון די ביידע הודעות איז, אז כאטש סאטמאר/סאטמער מיעטס האט אויף א כיטרע אופן אדאפטעד (מיט א פת"ח. נישט א קמ"ץ) דעם מעסעדזש פון חברים. דאך. די הודעה פו חברים איז געשריבן מיט א גוטן, פליסיגן ענגליש. משא"כ די הודעה פון ס"מ איז צו-פאטשקעט און צו הרג'עט. אפילו ס'איז (כמעט) "קאפי-פעיסט".

למשל דעם ווארט ..."Persevered"...(syn. Endured)... האט ס"מ געשריבן ...Preserved... ווייל אין סאטמאר האט מען קיין ענגליש נישט געלערנט...! אויסגעהאלטן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 8:16 pm
דורך berlbalaguleh
היכי דמי האט געשריבן:מונקאטש דעי קעמפ אין מאנסי האט היינט געפלאנט א סעיפטי דעי פאר זייער דעי קעמפ מיט עטליכע ארגאניזאציעס אריינגערעכענט חביבים, אבער עס איז אפגערופן געווארן אין די לעצטע מינוט נאך שווערע דרוק פון חברים אז זיי טארן נישט נוצן חביבים.
די ישיבה וואו איך דרייוו א באס האבן געטון קלוגער. זיי האבן איין טאג גערופן חברים. דעם נעקסטן טאג האבן זיי גערופן חביבים...! ושלום על ישראל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 6:26 pm
דורך ישר בעיניו
מי כעמך ישראל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:32 pm
דורך אילין מאסק
מען רופט חברים און באקומסט א האלבע ארבעט מען רופט חביבים ארגאניזאציע טוען זיי אלעס פון א ביז ת

ס'איז צייט פאר א גענצליכע טויש
רופט חביבים ווען נויטיק זייער נמביר איז
845 444 2200

Re: חברים מיט א מחאה קעגן חביבים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:49 pm
דורך סאשי פיש
וואס מיינט האלב?

ביטע זיי מסביר

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 5:23 pm
דורך קוקי מאנסטער
האלב מיינט אז זיי טוהן עס מיט א האלבע הארץ ווייל דו דארפסט פארשטיין אז זיי טוען דיר דא א ריזיגע טובה. זיי וועלן ענדערש טוישן דיין רעדל צו א ספעיר, ווען אין די זעלבע צייט קענען זיי ווען לייגן א פלאג אבער זיי פוילעצן זיך. און דערנאך דארפסטו נאך גיין אין טייער שאפ. חביבים טוהט עס מיט די גאנצע הארץ און זיי גייען די עקסטערע מייל. און ווען ס'פעלט אויס עפעס אוט אוו די באקס איז בלי ספק דער חביבים מער סאפיסטיקירט מיט איידיעס.

און ב''ה זייט חביבים עקזיסטירט האט חברים געדארפט קאמפיטן.

Re: חברים מיט א מחאה קעגן חביבים

נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:39 am
דורך סאשי פיש
זיי ביידע האבן מיך שוין געלייגט פלאגס.

חברים האט אן קיין ספק מער עקספעריענס פאר מער ערענסטערע פראבלעמען.