בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 10:45 am
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:זאגען משוגענער איז נישט קיין תירוץ. א משוגענער מעסט אויך זיינע גדרים וואס ער זאל זאגען און טוהן. ווען ער זאל וויסען אז זיין מחאה איז טאטאל שטותים ביי אונז וואלט ער עס נישט געזאגט, פראבלעם איז, אז אסאך האלטען אזוי, און ממילא איז ער גענוג משוגע עס צו זאגען.

אישתישבי: ס'הייסט אז ר'איז א משוגע'נער מיט אן אגענדא. ער איז אויסגערעכנט. לפענ"ד איז ער א משוגע'נער אין דעם פשוט'ן זין פון ווארט. ער האט נישט קיין כח המעצור. ער איז אימפולסיוו. ווייל סוכ"ס זיינע אויסברוכן ברענגען איהם נישט קיין כבוד. פארקערט. ביז ער האט מבייש געווען ליפא'ן ברבים האביך געהאלטן פון איהם. נאר אז ער איז א ביסל עקסטרעם. אבער גיין מבייש זיין א מענטש ברבים קען נאר א צודרייטער ווי ער...!


אקעי, די האלסט נישט פין אים, אבער ר' שארר גייט גאנץ ווייניג אהן וואס ר' בערל בעל עגלה האלט, ווייל ער האט גענוג עקסטרימיסטען וואס גייט זיי נעבעך בנפשם אז דער ליפא ברענגט אריין פויערישקייט ביי די אינגווארג, מיט אלע זייערע ווייטאג, ווען זיי הערען אז ר' שארר האט געמאכט א אקציע ווערען זיי בשמחה, און שעפען חיזוק דערפין און האלטען פין אים מער, און ער ווערט זייער העלד, און פאר די מענטשען קעיטערט ער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 10:46 am
דורך אישתישבי
תרמב האט געשריבן:קאווע שטיבל האט אויפגעלעבט...... אישתשבי האט אנגעהויבן גיין צו ארגון שיעורי תורה.......


נעה, אירגון שיעורי תורה האט אויפגעלעבט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:50 am
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו האט געשריבן:שוין אבאוט טיים מ'זאל שאפן עפעס אן איש מכובד א רב, דיין, מיט אן אינטש שכל אין קאפ אין א אונס ערענסקייט און טובת הכלל אין הארץ, וואס זאל קאנטערן אזעלכע דרשות ברבים, זיך אויפשטעלן זאגן אז מ'איז נישט מסכים..

די פאררוקטע אנגענומענע מיינדסעט אז ווען איינער זאגט עפעס שלא כהוגן דארף מען ארויסקומען מוחה זיין, אבער ווען איינער שיסט עפעס אן עקסטרעמע פרומקייט, דעמאלטס נעמט יעדער איין א שטילקייט ''נו בעסער האט דאך נישט קיין שיעור נו פארוואס ארויסקומען ברבים דערקעגן?!''

שוין אסאך גערעדט געווארן דא איבער דעם פרומען עקסטרעמיסטישן גליטשער אויף וואס מיר געפונען זיך, ולפענ''ד איז דאס א מעין פאקטאר אז מ'שטעלט זיך נישט ארויס ברבים דערקעגן, און אין די היסטאריע בלייבט איבער איין צוהיצטע מחנה חיים וואס טאנצט אויפן טיש ווי די אנגענומענע ''חרדישע'' השקפה..

לדוגמא ווען אפאר עסקנים האבן אפגעמאכט אז ירושלים דאמעריקע דארף פולקאם נאכקאפירן ירושלים דא''י און ארויסקומען קעגן ''שירים ושיעורים'', האבן יונגעלייט זיך סודות'פול געשושקעט אז 'מענדל ט''ב' לאכט אפ פונעם איסור פריוואט, און 'השד יודע מי' האט געזאגט פאר פלוני אז ער קען גיין.., פארשטייט זיך אבער אז אין דרייסיג יאר ארום וועט דאס זיין א לעגיטימע פרעצעדענט אז ''אלע רבנים'' זענען ארויסגעקומען דערקעגן בשעתו (און די דעמאלאטסטיגע אויפגעקלערטע ק''ש שרייבער וועלן וויסן אז ''ס'נישט אזוי פשוט''...) אנשטאט איינער זאל זיך אויפשטעלן ברבים ווילאנג ס'איז נאך נארמאל און קאנטערן אזוינע דרשות/איסורים.

תוהו ובוהו: ער (ר' אברהם שארר) רעדט זיך נאכאלץ איין אז ווי מער עקסטרעם און משוגע ער וועט ארויסקומען וועט איהם דער עולם (סוכ"ס) אויפכאפן. ער וואלט שוין געמעגט אויפגעבן. ס'איז לאחר יאוש. ווייל מ'קוקט איהם אן ווי א פשוט'ער משוגע'נער.

איך האב אמאל געהאט רעספעקט פאר איהם אלס גרויסער ת"ח ומרביץ תורה. אבער ווען ער האט פארשעמט ליפא'ן ברבים אויף א גראבן אופן. און די העברת על המידות פון ליפא האט מיך געמאכט פארעקלען זיך פון איהם. און איהם האלטן פאר א פשוט'ן צודרייטע בריאה...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 3:53 pm
דורך תרמב
איך האב לעצטנס געהערט א גוטע אויסדרוק פון א חשובע רב, אז די וועלט ווערט פרומער, נישט עהרליכער!
ודפח’’ח.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:25 pm
דורך אישתישבי
תרמב האט געשריבן:איך האב לעצטנס געהערט א גוטע אויסדרוק פון א חשובע רב, אז די וועלט ווערט פרומער, נישט עהרליכער!
ודפח’’ח.


דער חילוק פין פרום און ערליך איז אזוי אלט, עס האט שוין א ווייסע בארד.

פרו"ם ר"ת פיל רשעות ווייניג מצוות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער חילוק צווישן פרום און ערליך איז איין זאך, וואס איך טוה איז ערליך, וואס יענער טוט איז פרום. אויב איך עס נישט פון דיין קהילה׳ס הכשר בין איך ערליך, אויב דו עסט נישט פון די הכשר פון מיין קהילה ביזטו פרום קרום און רשעות. וואס יענער רב האט געמיינט צו זאגן איז אז דער וועלט ווערט פרומער אבער נישט אין די זאכן וואס ער וויל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:41 pm
דורך אישתישבי
די מיינסט צו זאגן דער באקאנטער הגדרה, דער וואס איז אביסל ווייניגער פרום פין מיר איז פריי, און דער וואס איז מער פרום פין מיר איז טויט משוגע עקסטרעם.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די הגדרה איז איינס, איך בין גוט און אלע וואס זענען אנדערש פון מיר זענען אויטאמאטיש שלעכט, וויאזוי פונקטליך מ׳וועט עס איינזעצן מאכט נישט באמת אויס ווייל די מסקנא וועט אלץ זיין דער זעלבער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 12:18 am
דורך תרמב
איך האב פארשטאנען אז ער האט געמיינט צו זאגן אז די וועלט ווערט פרומער בחיצוניות אבער די מענטשן זענען נישט קיין ערליכע מענטשן זיי מיינען עס נישט ערנסט ס’איז סאך הכל צו ווייזן ווי חשוב מ’איז, עפעס אזוי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 6:49 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אישתישבי האט געשריבן:נעכטען האט ר' אברהם שארר אין סטאלין, ביי אירגון שיעורי תורה, געזאגט אז ער מוז מוחה זיין אויף א זאך וואס מען דארף מוחה זיין.

איינער האט אים געשפילט א רעקלאמע פין איינער פין די "קולות" וואס זאגט מען קען זיך לערנען ענגליש, אין פיר וואכען זאגט דער רעקלאמע האב איך מיר געלערנט ענגליש.

ר' שארר נאך א לענגערע שמועס ווי א איד לעבט נישט על פי טבע, נאר חוץ לדרך הטבע, און דאס מיינט שלא שם חלקינו כהם, דער אשר חלק ד' לכל העמים, דער זון שיינט נאר פאר די פעלקער, אונז האבען א אנדערע מהלך, נישט דער זון שיינט, דער אויבערשטער מאכט לעכטיג שלא כדרך הטבע פאר אידען, זאגט איך וואלט זעהר געוואלט פארגעסען ווי מען רעדט ענגליש, נישט קענען אפילו רעדען מיט א גוי, אבער דא איז גליק, אז נאך אפאר וואכען קען מען רעדען ענגליש.

דאס האבען אונזערע עלטערען געוואלט ווען זיי האבען אונז געברענגט קיין אמעריקא? און ער רעדט דארט נאך דברים כבושין. ברענגט א ווארט פין אורח לחיים אויף ויתערבו בגוים וילמדו ממעשיהם, און מען לערנט זיך פין גוים פין זיך אליין מיילא, אבער נאך גיין און דיירעקט זיך לערנען ענגליש כדי צו ווערען נענטער מיט גוים, חס ושלום.

ווער עס וויל הערען קליק דא



דאס איז נישט די ערשטע חכמה שטיק וואס פלוסט פון איהם. ביי די אינטערנעט אסיפה האט ער געזאגט אז ווער עס גייט נישט צו די אסיפה טאהר מען נישט מצרף זיין צו מנין. נישט דער וואס האט אינטערנעט דער וואס גייט נישט צו די אסיפה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 9:58 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אבער אין זיין דיפענס אוודאי האט ער נישט געקענט זאגען אז דער וואס האט אינטערנעט טאר מען נישט מצרף זיין צו מנין ווייל דענסמאהל וועט מען נישט קענען מצרף זיין קיין איין רבי, און ער בתוכם