בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 10:22 pm
דורך לבונה זכה
וואס טוט זיך מיט די צענדליגע מנינים פרייטאג פארנאכט וועלכע איגנארירן דעם פלג מכל וכל, נאר דאווענען מנחה פאר די שקיעה און מעריב נאך די שקיעה, איז דאס אויסגעהאלטן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 10:22 pm
דורך ישעיה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און אויב איך וועל דיר ווייזן וואו ס׳שטייט גייסטו עפעס טוישן למעשה לכבוד דעם?

איך וועל פשוט ווערן געwowט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:12 am
דורך אישתישבי
לבונה זכה האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די צענדליגע מנינים פרייטאג פארנאכט וועלכע איגנארירן דעם פלג מכל וכל, נאר דאווענען מנחה פאר די שקיעה און מעריב נאך די שקיעה, איז דאס אויסגעהאלטן?

נישט אין דער פשטות, אבער מען קען אויסארבייטען היתירים אויב מען וויל דווקא.

ד.ה. אז טאמער איז דא א שיטה וואס האלט אז עס איז נישט קיין תרתי דסתרי איז עס פונקט ווי דער היתר פין מגן אברהם וואס זאגט אז וויבאלט עס איז נישט קיין תרתי דסתרי לויט די פוסקים וואס האלטען אז יעדעס טאג מעג מען טוהן אנדרעש, מעג מען ערב שבת מקיל זיין, ווייל די אברים ופדרים האט מען מקריב געוועהן פריער ַַ

איז טאמער מאכט מען פאר שקיעה און נאך שקיעה איז דא דער שיטה פין יראים וואס האלט אז ביי שקיעה ווערט נאכט, איז לויט אים נישט קיין תרתי דסתרי. איז עס אפשר גענוג.

דער חשבון איז נישט מוכרח, אבער גענוג אז קיין מירון טראגעדיעס זאלען קומען צוליב דעם איז עס זיכער.

ווי אויך, איז דער דאווענען פרי ערב שבת נישט א "באקוועמליכקייט" ווי די רבנים רופען עס, עס איז וויכטיג צו פירען א סעודה מיט אלע קינדער און איבערגעבן דער דרך ד', און זיין א מתענג על ד' מיט דער גאנצע משפחה, און ווען עס איז פריער האט עס א גאנץ אנדערע טעם, און מען דארף זוכן היתירים אויף דעם, נישט איסורים.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:27 am
דורך אישתישבי
יין שרף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן: זאגט דער מג"א אז ערב שבת קען מען דאווענען פרי מעריב, אפילו אויב א גאנצע וואך דאווענט מען שפעט מנחה. דאס איז דער הלכה אין שולחן ערוך, ואין פוצה פה ומצפצף

כמדומה די ביאור הלכה איז חולק אויף דעם (בשם המחנה חיים?)


דא איז נישטא קיין זכר צו דיין ביאור הלכה.

אין רס"א אויך נישט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 1:08 am
דורך רביה''ק זי''ע
לבונה זכה האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די צענדליגע מנינים פרייטאג פארנאכט וועלכע איגנארירן דעם פלג מכל וכל, נאר דאווענען מנחה פאר די שקיעה און מעריב נאך די שקיעה, איז דאס אויסגעהאלטן?

יא, לויט די ערשטע תוספות אין ש״ס וואס זאגט ״ואנו שמתפללין ערבית מבעוד יום, סבירא לן כהני תנאי דגמרא דאמרי: משעה שקידש היום, וגם משעה שבני אדם נכנסים להסב, דהיינו סעודת ערב שבת, והיא הייתה מבעוד יום, ומאותה שעה הוי זמן תפילה.״

בכלל זענען אלע אשכנז׳ישע ראשונים מעיד אז מ׳האט זיך געפירט צו דאווענען מעריב כאטש וואס מנחה האט מען געדאווענט נאכ׳ן פלג המנחה, אלע פרובירן עס צו פארענטפערן יעדער אויף זיין מהלך, תוספות און נאך ראשונים ענטפערן אז אונז נעמען אן ווי די ברייתות וואס האלטן אז די צייט פון מעריב איז פאר׳ן צאת הכוכבים, אבער ס׳קיינעם נישט איינגעפאלן צו גיין קעגן די אידישע מסורה פון הונדערטער יארן און פארדרייען דעם קאפ תמימות׳דיגע אידן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 10:52 am
דורך אישתישבי
עס איז דא איינע פין די ראשונים וואס שרייבט אז ער פלעגט גיין מיט די תלמידים שפאצירען ביים וואסער פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה ווען עס איז נאך געוועהן לעכטיג אינדערויסען.

אבער מצד אחר, איז דעמאלס נישט געוועהן קיין טראגעדיעס אין מירון, איז אפשר האבען זיי געמעגט און אונז טארען נישט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:48 am
דורך רביה''ק זי''ע
תרומת הדשן

זיי האבן געמעגט, מיר מוזן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 10:13 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אין די פוסקים שטייט אז די טעם פארוואס מ׳קען דאווענען ביז פיר שעה איז אז אויב איינער ליינט קריאת שמע די לעצטע מינוט זאל ער האבן נאך צייט צו ענדיגן דאווענען

איינער האט א מראה מקום? דאכציך איך האב אזוי געזעהן אבער איך קען עס נישט טרעפן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 10:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אפשר קוק אין פסקי תשובות?