בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 9:02 am
דורך קאך_לעפל
מיר האבן מקובל פון צדיקים, אז ס'מאכט זיך נישט קיין מופתים דורך א בר נש וואס שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי. אונזער רבי בערל זז''ג, שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי, און לויט זיין געשטעל שיינט אויך אז ער גלייכט זייער שטארק פרישע ראפפאגאש בארכעס געטינקן מיט הייסע ראסל...
אלזא דער איז אונגאנצן נישט אין די מופתים פעקטארי ביזנעס...
Re: די בעלזא מופת
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 9:20 am
דורך ישן מלא חדש
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: ס'איז דא א ווארט (כ'מיין פון שר שלום) אויף דעם פסוק ..."אלף למטה"...אז ווען טויזנט אידן זאגן (אפילו) אויף א שטעקן אז דאס איז אונזער רבי, קען ער באווייזן מופתים...!
דאס מיינט נישט אז ער ווערט אויס שטעקן.
א שטעקן בלייבט א שטעקן אבער ער באקומט energy כנודע.
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 9:51 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך זוך טויזענט וואלונטירן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 10:03 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: ס'הייסט. דו ווילסט זיין א בעל מופת און נאך אן עניוו אויכעט דערצו...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 2:13 pm
דורך cictim
ישן מלא חדש האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: ס'איז דא א ווארט (כ'מיין פון שר שלום) אויף דעם פסוק ..."אלף למטה"...אז ווען טויזנט אידן זאגן (אפילו) אויף א שטעקן אז דאס איז אונזער רבי, קען ער באווייזן מופתים...!
דאס מיינט נישט אז ער ווערט אויס שטעקן.
א שטעקן בלייבט א שטעקן אבער ער באקומט energy כנודע.
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
ר׳ נפתל׳טשע באבובער האט געזאגט אז די שטעקן דארף וויסן אז ער איז נישט מער ווי א שטעקן…..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
תפארת האט געשריבן:גראדע האט דער בעלזע אמאל געזאגט פאר איינעם אז רוח הקודש האט ער נישט, אבער ריח הקודש האט ער אגוטע...
תפארת: אויף דעם קענמען זאגן...----- -- ---- ---!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 3:06 pm
דורך קאך_לעפל
וואס איז די צווישנשייד, צווישן אן אות און א מופת?
שיטת רש''י:
אות איז אויפן הימל, און מופת איז אויף דער ערד!
שיטת הרמב''ן:
אות איז א צייכן אז א געשעניש וועט פאסירן אין די צוקונפט, און מופת איז א וואונדער וואס צייגט אז וואס איך זאג אצינד איז וואהר!
צב''ש: ווען רצין דער קעניג פון ארם, אינאיינעם מיט זיין שותף פקח בן רמליהו דער קעניג פון שומרון, זענען איינאיינעם ארויפגעגאנגען קיין ירושלים האלטן קריג מיט אחז, האט אים ישעיהו הנביא געזאגט: האב נישט קיין מורא, זיי וועלן נישט האבן קיין סוקסעס. און ער האט אים געגעבן א אות: ולכן יתן השם הוא לכם "אות", הנה העלמה הרה, וילדת בן וקראת שמו עמנו אל - דאס מיידל איז פארשוואנגערט, און זי וועט געבוירן א זון, וועם דו וועסט רופן מיטן נאמען עמנו אל.
און א מופת איז א וואונדער אנדערש ווי די אלגעמיינע טבע. דאס שטעקן איז געווארן א שלאנג, דאס וואסער ווערט פארוואנדלט צו בלוט, אד''ג.
ג-ט קען באשיינפערליך אלעס באווייזן סיי אותות און סיי מופתים, סיי לויט רש''י און סיי לויטן רמב''ן.
די נביאים האבן אויך ווארשיינליך געקענט אלעס באווייזן.
אבער גיוואלד וואס טוהט זיך מיט די רבי'ס? קענען די רבי'ס ווייזן סיי אותות און סיי מופתים? אדער בלויז מופתים און נישט קיין אותות? קענען זיי באווייזן וואונדער סיי אויפן הימל און סיי אויף דער ערד? אדער בלויז אויף דער ערד, אדער בלויז אויפן הימל....
כ'פרעג ווייל איך נויטיג מיך אין א געוויסע סארט אות, און כ'וועיס נישט צו וועם צו גיין... פון ג-ט שעם איך מיך, נביאים זענען שוין נישט פארהאן, בלויז צו א רבי קאן איך גיין... און איך זיך רבי וואס קאן עס מיר געבן פאר א צוגעגליכענעם פרייז...
Help Wanted
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 3:18 pm
דורך berlbalaguleh
קאך לעפל: אויב דו שעמסט דיך פון ג-ט ברוך הוא. דאמאלס קענסטו נישט טראסטן א נביא אדער א רבי. ווייל זיי וועללן אויסזאגן פאר'ן אייבישטן...! אדער אין געוויסע חאסידעסס'ן וואו די רעבע איז א העיליגער, וועט די אייבישטער אויסזאגן פאר די רעבע. אבער די פלא'דיגע זאך איז אז די רעבע שרייט אז ער ..."וועיסט נישט"...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 5:22 pm
דורך ישעיה
קאך_לעפל האט געשריבן: לויט זיין געשטעל שיינט אויך אז ער גלייכט זייער שטארק פרישע ראפפאגאש בארכעס געטינקן מיט הייסע ראסל...
דעי דזשאוק "גרעניצט" זיך מיט אכזריות
עס לעבן צווישן אונז צענדליגע יודן וואס ווייסן וואס ר' בערל עסט אלץ, און וויפיל ער מוטשעט זיך נעבעך מיט דאס ביסל עסן
לגופו של ענין, דער רב האט געזאגט "עלטערן" וואס שיקן די קינדער אין חדר (לאפוקי א תיאוריה וואס איז געקלערט געווארן אויבן אז ער האט געמיינט בכלליות פרומע יודן), מ'דארף מברר זיין וואס ס'האט זיך גערעדט אינעם כנסת בנוגע ערלויבן חדרים צו זיין אפן, איך גלייב אז צו דעם האט זיך דער רב באצויגן
צו זאגן אז דער רב האט געמיינט דעם עקסידענט איז אפילו נישט גוט פאר א ווערטל, ונלאיתי מלהאריך בזה
ס'איז א קיוט קא אינסידענס וזהו...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 6:02 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ביסט נישט גערעכט!
ער רעדט נישט דארט וועגן עלטערן.
דעם לשון הברכה איז געווען דער אייבישטער זאל העלפן אז דער זכות פון פעטער ז״ל זאל מגין זיין אויף אלע אידן פון די גאנצע וועלט, און בפרט פאר די אידן וואס שיקן די קינדער אין חדר אריין.
וואס כ׳האב געשריבן אויבן איז נישט קיין טעאריע! ס׳איז פשוט פשט אויב וויל מען נישט קריכן אויף גראדע ווענט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 12:14 am
דורך ישעיה
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט!
ער רעדט נישט דארט וועגן עלטערן.
דעם לשון הברכה איז געווען דער אייבישטער זאל העלפן אז דער זכות פון פעטער ז״ל זאל מגין זיין אויף אלע אידן פון די גאנצע וועלט, און בפרט פאר די אידן וואס שיקן די קינדער אין חדר אריין.
וואס כ׳האב געשריבן אויבן איז נישט קיין טעאריע! ס׳איז פשוט פשט אויב וויל מען נישט קריכן אויף גראדע ווענט.
איך הייב הענט.
נראין דבריך.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:17 pm
דורך פאלאצ'ינטא
מאנטריאל האט געשריבן:קען איינער נאכאמאל אראפברענגן די אפענע רוח הקודש פונעם בעלזער רב וואס האט געזאגט ביי די דרשה לעצטע וואך אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער וואס גייען אין חדר זאל זיין גוט און די נעקסטע צופרי האט א אינגל די וועג צו די באס געהאט אן עקסידענט און אלעס איז ברוך השם גוט.
וואס האלט דער עולם קען מען עס מסביר זיין בדרך הטבע ?
אויכעט קען איינער ברענגען די קליפ
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
דאס דערמאמט מיר פון דער רבי וועליכע איינער האט זיך מתחצף געוועהן פאר איהם און דער רבי האט אויסגעפונען אז ער גייט אויף א עראפלאן האט ער געזאגט אז "דער עראפלאן זאהל קראכען"
האבען זיינע מקורבים איהם געזאגט
געוואלד רבי עס זענען דאך דא אנדערע אידן אויף דער עראפלאן
האט דער רבי געזאגט זאהל עס נישט קראכען
איז געשעהן
א מופת א נס או עס האט נישט געקראכט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 8:06 pm
דורך קהל'ס נער
קאך_לעפל האט געשריבן:מיר האבן מקובל פון צדיקים, אז ס'מאכט זיך נישט קיין מופתים דורך א בר נש וואס שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי. אונזער רבי בערל זז''ג, שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי, און לויט זיין געשטעל שיינט אויך אז ער גלייכט זייער שטארק פרישע ראפפאגאש בארכעס געטינקן מיט הייסע ראסל...
זיי נישט אזוי מקנא זיין ראפאגאש געטינקען אין ראסיל, ער איז נעבעך נישט געזינט ער ברעכט אויס אלעס וואס ער עסט, קיין בעל תאווה איז ער נישט, צי ער איז א בעל מופת? ווייס איך נישט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 6:20 am
דורך [NAMELESS]
קהל'ס נער האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:מיר האבן מקובל פון צדיקים, אז ס'מאכט זיך נישט קיין מופתים דורך א בר נש וואס שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי. אונזער רבי בערל זז''ג, שפירט נאך א טעם אין אבר מן החי, און לויט זיין געשטעל שיינט אויך אז ער גלייכט זייער שטארק פרישע ראפפאגאש בארכעס געטינקן מיט הייסע ראסל...
ער ברעכט אויס אלעס וואס ער עסט
נו, זאל ער נישט עסן אזויפיל...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 7:49 am
דורך berlbalaguleh
מאך זיכער: ווען א מענטש איז נישט געזונט (אין א סאך בחינות) איז נישט דאס פלאץ צו לאכן און מאכן דזשאוקס.
וויאזוי ער איז געווען פריער (בהתנהגותו) רעד איך נישט. (ששש. ער האט ליעב געהאט פאר א יעדן אריינצופליקן און מנצח זיין.) אבער היינט איז ער א צובראכענער מענטש. וועלכער ליידט א סאך יסורי הגוף והנפש. ואכמ"ל...!